אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ברוקלין בריק שיסעריי אטאקע"
אין תקציר עריכה צייכן: רויע רעדאגירונג |
אין תקציר עריכה |
||
| שורה 9: | שורה 9: | ||
==אינצידענט== | ==אינצידענט== | ||
[[טעקע:Brooklyn Bridge Manhattan.jpg|קליין|דער [[ברוקלין בריק]], וואו דער שיסעריי איז פארגעקומען]] | [[טעקע:Brooklyn Bridge Manhattan.jpg|קליין|דער [[ברוקלין בריק]], וואו דער שיסעריי איז פארגעקומען]] | ||
אום י"ח אדר תשנ"ד | אום י"ח אדר תשנ"ד פארמיטאג, זענען א גרופע פון 15 ליובאוויטשער ישיבה בחורים געפארן אין א ווען אויפן ברוקלין בריק אויף דעם וועג פון [[מאנהעטן]] קיין [[קראון הייטס]]. זיי האבן באגלייט דעם אמבולאנס פון ליובאוויטשער רבי'ן, [[רבי מנחם מענדל שניאורסאהן|רבי מנחם מענדל שניאורסאן]], נאכדעם וואס דער רבי איז דורכגעגאנגען א קאטאראקט אפעראציע אין דעם מאנהעטן אויער, אויג און האלדז שפיטאל. | ||
צוליב זיכערהייט סיבות און די אנגעצויגענע לאגע נאך די 1991 קראון הייטס ראיאטן און א רומאר אז עס איז געווען א פריערדיגע פארזוך צו אטאקירן דעם רבי'ן, איז די רוט פון רבי'נס אמבולאנס געהאלטן געווארן געהיים, און די חסידים זענען אנגעוויזן געווארן צו נעמען א אנדערע רוט{{הערה|{{לינק|שרייבער=C.S. Teitelbaum|קעפל=A Bridge Too Far|זייטל=Mishpacha Magazine|דאטום=אפריל 5, 2020|אדרעס=https://mishpacha.com/a-bridge-too-far/}}}}. | צוליב זיכערהייט סיבות און די אנגעצויגענע לאגע נאך די 1991 קראון הייטס ראיאטן און א רומאר אז עס איז געווען א פריערדיגע פארזוך צו אטאקירן דעם רבי'ן, איז די רוט פון רבי'נס אמבולאנס געהאלטן געווארן געהיים, און די חסידים זענען אנגעוויזן געווארן צו נעמען א אנדערע רוט{{הערה|{{לינק|שרייבער=C.S. Teitelbaum|קעפל=A Bridge Too Far|זייטל=Mishpacha Magazine|דאטום=אפריל 5, 2020|אדרעס=https://mishpacha.com/a-bridge-too-far/}}}}. | ||
ראשיד | ראשיד באַז האט נאכגעשפירט דעם רבי'נס אויטא ביז צום ברוקלין בעטערי טונעל, אבער די פּאליציי האט פארשפארט דעם טונעל נאכדעם וואס דער רבי'נס אויטא איז דורכגעפארן. דערפאר האט באז אומגעקערט זיין אויטא און ארויפגעפארן אויפן ברוקלין בריק ראמפ. ווען ער האט באמערקט די ישיבה בחורים ווי זיי זענען ארויפגעפארן אויפן בריק, בערך 10:40 פארמיטאג, האט ער געעפנט הייס-פייער מיט א סוב-מאשין [[ביקס]], און באשאסן דעם ווען מיט צענדליגער קוילן, אויסשיסנדיג די פענסטער און פאראורזאכט א בלוט-באד{{הערה|שם=LUBA|{{לינק|שרייבער=Baila Olidort|קעפל=Who Was Ari Halberstam? 20 Years Since Terror Strikes On the Brooklyn Bridge|זייטל=Chabad Lubavitch World Headquarters|דאטום=מערץ 2, 2014|אדרעס=https://www.lubavitch.com/who-was-ari-halberstam-20-years-since-terror-strikes-on-the-brooklyn-bridge/}}}}. | ||
==באטראפענע== | ==באטראפענע== | ||
| שורה 18: | שורה 18: | ||
פינף טעג שפעטער ([[כ"ג אדר א'|כ"ג אדר א]], [[ה'תשנ"ד]]) איז ארי אוועק פון די שווערע וואונדן אין עלטער פון זעכצן יאר אלט. | פינף טעג שפעטער ([[כ"ג אדר א'|כ"ג אדר א]], [[ה'תשנ"ד]]) איז ארי אוועק פון די שווערע וואונדן אין עלטער פון זעכצן יאר אלט. | ||
ארי האלברשטאם איז געווען א זון פון הרב חנניה סיני דוד האלבערשטאם, א גבאי ביים ליובאוויטשער רבי'ן. ארי זעלבסט האט אלס קינד געהאט א ספעציעלע שייכות מיט דער רבי{{הערה| | ארי האלברשטאם איז געווען א זון פון הרב חנניה סיני דוד האלבערשטאם, א גבאי ביים ליובאוויטשער רבי'ן. ארי זעלבסט האט אלס קינד געהאט א ספעציעלע שייכות מיט דער רבי{{הערה|שם=LUBA}}{{הערה|[https://col.org.il/news/104365 נחשפו תמונות חדשות: הרבי גוזר את שערו של ארי הלברשטאם], col.org.il|כיוון=ימין}}. | ||
טויזנטער מענטשן האבן זיך באטייליגט ביי דער [[לוויה|לוי']], וואס איז פארגעקומען פארנט פון 770 איסטערן פארקוועי, אריינגערעכנט די דעמאלטיגע ניו יארקער גאווערנאר [[מאריא קאמא]], מעיאר פון ניו יארק סיטי [[רודי דזשוליאני]], און נאך פיל פּאליטיקאנטן, וועלכע האבן געקוקט פון א פּאדיום. מער ווי 250 פּאליציי אפיצירן האבן זיך אויך אנגעשלאסן אין דער לויה צו באשיצן פון מעגליכע אינצידענטן. | טויזנטער מענטשן האבן זיך באטייליגט ביי דער [[לוויה|לוי']], וואס איז פארגעקומען פארנט פון 770 איסטערן פארקוועי, אריינגערעכנט די דעמאלטיגע ניו יארקער גאווערנאר [[מאריא קאמא]], מעיאר פון ניו יארק סיטי [[רודי דזשוליאני]], און נאך פיל פּאליטיקאנטן, וועלכע האבן געקוקט פון א פּאדיום. מער ווי 250 פּאליציי אפיצירן האבן זיך אויך אנגעשלאסן אין דער לויה צו באשיצן פון מעגליכע אינצידענטן. | ||
רבי שלום בער העכט, א קרוב פון דער הלברשטאם פאמיליע, האט געהאלטן א הספד, א זעלטענע זאך פאר ליובאוויטשער וועלכע זענען כמעט נישט מספיד{{הערה|[https://chabadinfo.com/news/26-years-later-remembering-ari-halberstam-hyd/ 26 Years Later: Remembering Ari Halberstam HY”D - Chabadinfo.com]}}. | |||
רבי שלום בער העכט, א קרוב פון דער הלברשטאם פאמיליע, האט געהאלטן א הספד, א זעלטענע זאך פאר ליובאוויטשער וועלכע זענען כמעט נישט מספיד. ער האט אנגעוויזן אויף א טעות וואס איז געפונען געווארן אין א ספר תורה אין די שול פון 770 דעם לעצטן שבת פון ארי'ס לעבן. דאס ווארט "אחד" איז געווען פעלערהאפט געשריבן געווארן, וואס האט געמאכט דעם גאנצן ספר תורה פסול. הרב העכט האט געזאגט אז די אותיות פון דעם ווארט "אחד" זענען די ראשי תיבות פון די הלברשטאם פאמיליע: '''א'''הרן, '''ח'''ס"ד (טאטע) און '''ד'''בורה (מאמע){{הערה|[https://chabadinfo.com/news/26-years-later-remembering-ari-halberstam-hyd/ 26 Years Later: Remembering Ari Halberstam HY”D - Chabadinfo.com]}}. | |||
דער אויטא האט געפירט ארי פאר א לעצטע טור דורך קראון הייטס, פארביי דער ישיבה אויף טרוי עוועניו וואו ער האט געלערנט, פארביי דעם רבי'נס הויז אויף פרעזידענט סטריט. עס האט זיך אפגעשטעלט פארנט פון די הלברשטאם היים אויף איסטערן פארקוויי, וואו משפחה מיטגלידער האבן געריסן קריעה און געמאכט די ברכה "דיין האמת". זיי האבן דערנאך אנגעטאן זייערע מאנטלען און זענען לאנגזאם געגאנגען אראפ איסטערן פארקוועי. | דער אויטא האט געפירט ארי פאר א לעצטע טור דורך קראון הייטס, פארביי דער ישיבה אויף טרוי עוועניו וואו ער האט געלערנט, פארביי דעם רבי'נס הויז אויף פרעזידענט סטריט. עס האט זיך אפגעשטעלט פארנט פון די הלברשטאם היים אויף איסטערן פארקוויי, וואו משפחה מיטגלידער האבן געריסן קריעה און געמאכט די ברכה "דיין האמת". זיי האבן דערנאך אנגעטאן זייערע מאנטלען און זענען לאנגזאם געגאנגען אראפ איסטערן פארקוועי. | ||
| שורה 27: | שורה 28: | ||
ארי הלברשטאם איז באערדיגט געווארן אין דעם מאנטיפיארע בית עולם אין קווינס, נאנט צו דער ווייב פון ליובאוויטשער רבי'ן. | ארי הלברשטאם איז באערדיגט געווארן אין דעם מאנטיפיארע בית עולם אין קווינס, נאנט צו דער ווייב פון ליובאוויטשער רבי'ן. | ||
דער דעמאלטיגער פרעזידענט [[ביל קלינטאן]] האט פּערזענליך אנגערופן די האלבערשטאם משפחה איבערצוגעבן זיינע טרייסט-וואונטשן. | |||
נחום סאסאנקין, איינער פון די בחורים וואס זענען פארוואונדעט געווארן אין דער שיסעריי, האט איבערגעלעבט שווערע וואונדן און איז געבליבן דיסעיבלד פאר לאנגע יארן. נאך צען יאר פון רעהאביליטאציע האט ער באקומען רבנות סמיכה אין 2004{{הערה|[https://www.chabad.org/library/article_cdo/aid/116702/jewish/Faith-Courage-and-Triumph.htm Faith, Courage and Triumph - Chabad.org]}}. | נחום סאסאנקין, איינער פון די בחורים וואס זענען פארוואונדעט געווארן אין דער שיסעריי, האט איבערגעלעבט שווערע וואונדן און איז געבליבן דיסעיבלד פאר לאנגע יארן. נאך צען יאר פון רעהאביליטאציע האט ער באקומען רבנות סמיכה אין 2004{{הערה|[https://www.chabad.org/library/article_cdo/aid/116702/jewish/Faith-Courage-and-Triumph.htm Faith, Courage and Triumph - Chabad.org]}}. | ||
==דער טעראריסט== | ==דער טעראריסט== | ||
נאך דער שיסעריי האט דער מערדער זיך באהאלטן. דער [[ניו יארק סיטי פאליציי דעפארטמענט]] האבן אונטערגענומען א זוך-אקציע נאך דעם טעראריסט. זיי האבן פארשפראכן א באלוינונג פון 30 טויזנט דאלאר פאר דער וואס וועט געבן אינפארמאציע וואס וועט פירן צום ארעסט פון דעם ברוטאלן מערדער. | |||
צוויי טאג נאך דער שיסעריי איז דער טעראריסט געפארן צו א קאר-מעכאניקער צו פאררעכטן א פענסטער אין זיין קאר, דער מעכאניקער האט באלד חושד געווען אז דער מענטש איז דער טעראריסט און ער האט אלארמירט די פאליציי, וועלכע האבן אים ארעסטירט. | |||
צוויי טאג נאך דער שיסעריי איז דער טעראריסט געפארן צו א קאר-מעכאניקער צו פאררעכטן א פענסטער אין זיין קאר, דער מעכאניקער האט באלד חושד געווען אז דער מענטש איז דער טעראריסט און ער האט אלארמירט די פאליציי, | |||
דער מערדער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס ראשיד באַז, אן אימיגראנט פון [[לבנון]] וואס האט געוואוינט אין ברוקלין און געארבעט אלס ליווערי דרייווער. | דער מערדער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס ראשיד באַז, אן אימיגראנט פון [[לבנון]] וואס האט געוואוינט אין ברוקלין און געארבעט אלס ליווערי דרייווער. | ||
| שורה 40: | שורה 40: | ||
דער טעראריסט איז אנגעקלאגט געווארן פאר איין מארד און 14 פארזוכן צו מארד. ער איז פאראורטיילט געווארן צו 141 יאר אין טורמע{{הערה|{{NYT|George James|Bridge Gunman Gets 141-Year Term|1995/01/19/nyregion/bridge-gunman-gets-141-year-term.html|יאנואר 19, 1995}}|כיוון=שמאל}} און איז געשטארבן אין טורמע אין 2022{{הערה|שם=ADL|[https://www.adl.org/resources/press-release/adl-offers-50000-reward-information-leading-arrest-and-conviction-those ADL Offers $50,000 Reward for Information Leading to Arrest and Conviction of Those Responsible for Murder of Ari Halberstam] – ADL]}}. | דער טעראריסט איז אנגעקלאגט געווארן פאר איין מארד און 14 פארזוכן צו מארד. ער איז פאראורטיילט געווארן צו 141 יאר אין טורמע{{הערה|{{NYT|George James|Bridge Gunman Gets 141-Year Term|1995/01/19/nyregion/bridge-gunman-gets-141-year-term.html|יאנואר 19, 1995}}|כיוון=שמאל}} און איז געשטארבן אין טורמע אין 2022{{הערה|שם=ADL|[https://www.adl.org/resources/press-release/adl-offers-50000-reward-information-leading-arrest-and-conviction-those ADL Offers $50,000 Reward for Information Leading to Arrest and Conviction of Those Responsible for Murder of Ari Halberstam] – ADL]}}. | ||
טראץ דעם אורטייל, האט ארי הלברשטאם'ס מוטער, דבורה הלברשטאם, געפירט א פארצויגענע קאמף צו פארזיכערן אז דער אינצידענט זאל אפיציעל קלאסיפיצירט ווערן אלס א טעראר אטאקע און צו אויספארשן מעגליכע מיטבאטייליגטע{{הערה|{{NYT|Shaila K. Dewan|U.S. Decides '94 Attack On Hasidim Was Lone Act|2000/12/06/nyregion/us-decides-94-attack-on-hasidim-was-lone-act.html|דעצעמבער 6, 2000}}|כיוון=שמאל}}. | טראץ דעם אורטייל, האט ארי הלברשטאם'ס מוטער, דבורה הלברשטאם, געפירט א פארצויגענע קאמף צו פארזיכערן אז דער אינצידענט זאל אפיציעל קלאסיפיצירט ווערן אלס א טעראר אטאקע און צו אויספארשן מעגליכע מיטבאטייליגטע{{הערה|{{NYT|Shaila K. Dewan|U.S. Decides '94 Attack On Hasidim Was Lone Act|2000/12/06/nyregion/us-decides-94-attack-on-hasidim-was-lone-act.html|דעצעמבער 6, 2000}}|כיוון=שמאל}}. אין 1999 האבן די יו. עס. דעפארטמענט אוו דזשאסטיס און די עף. בי. איי. אנגענומען צו עפענען אן אויספארשונג איבער באז, אבער די אויספארשונג האט נישט געברענגט קיין נייע לידס וואס זענען פארבונדן מיט טעראריסטישע ארגאניזאציעס. | ||
אין 2005, נאך איבער זעקס יאר פון דרוק דורך | |||
אין 2005, נאך איבער זעקס יאר פון דרוק דורך די מוטער און אנדערע, האט דער פ"ש [[יוסטיץ דעפארטמענט]] און די [[FBI]] אפיציעל רעקלאסיפיצירט דעם שיסעריי אלס אַן אקט פון טעראריזם{{הערה|[https://archives.fbi.gov/archives/about-us/partnerships_and_outreach/community_outreach/dcla/2009/newyork 2009 Director’s Community Leadership Awards New York Devorah Halberstam], FBI — New York City, NY}}. | |||
א דאנק אירע אנשטרענגונגען זענען אויך דורכגעפירט געווארן די ערשטע געזעצן קעגן טעראריזם אין ניו יארק סטעיט{{הערה|{{לינק|שרייבער=By LEON KRAIEM|קעפל=NYC marks 30 years since deadly attack on Brooklyn Bridge|זייטל=The Jerusalem Post|דאטום=מערץ 1, 2024|אדרעס=https://www.jpost.com/diaspora/antisemitism/article-789769}}}}. | א דאנק אירע אנשטרענגונגען זענען אויך דורכגעפירט געווארן די ערשטע געזעצן קעגן טעראריזם אין ניו יארק סטעיט{{הערה|{{לינק|שרייבער=By LEON KRAIEM|קעפל=NYC marks 30 years since deadly attack on Brooklyn Bridge|זייטל=The Jerusalem Post|דאטום=מערץ 1, 2024|אדרעס=https://www.jpost.com/diaspora/antisemitism/article-789769}}}}. | ||
זי האט אויך ווייטער געזוכט נאך אינפארמאציע וועגן מעגליכע מיטבאטייליגטע אין דער אטאקע. אין יולי 2023, האט די [[עי די על|אנטי- | זי האט אויך ווייטער געזוכט נאך אינפארמאציע וועגן מעגליכע מיטבאטייליגטע אין דער אטאקע. אין יולי 2023, האט די [[עי די על|אנטי-דעפעמאציע ליגע]] (עי-די-על) אנגעבאטן א באלוינונג פון $50,000 פאר אינפארמאציע וואס וועט פירן צו די ארעסט און פאראורטיילונג פון סיי וועלכע מיטבאטייליגטע אדער מענטשן וואס האבן געגעבן קרימינאלע הילף אין דעם מארד פון ארי הלברשטאם{{הערה|שם=ADL}}. | ||
א דאנק איר ארבעט, זענען די אויטאריטעטן געווארן מער אויפמערקזאם און סענסיטיוו צו דער פאקט פון דער אידישער געמיינדע'ס שוואכקייט, און האבן צושטייערט געלט פאר נישט-פראפיט ארגאניזאציעס צו פארשטארקן זיכערהייט. | |||
==מאטיוו== | ==מאטיוו== | ||
| שורה 59: | שורה 57: | ||
אין 1999 איז אין [[קראון הייטס]] געעפנט געווארן דער 'אידישער קינדער מוזעאום' אויף זיין נאמען און אנדענק{{הערה|[https://www.nyc.gov/html/om/html/99b/pr349-99.html Press Release Archives #349-99- MAYOR GIULIANI DELIVERS REMARKS AT GROUNDBREAKING CEREMONY FOR JEWISH CHILDREN'S MUSEUM]}}. | אין 1999 איז אין [[קראון הייטס]] געעפנט געווארן דער 'אידישער קינדער מוזעאום' אויף זיין נאמען און אנדענק{{הערה|[https://www.nyc.gov/html/om/html/99b/pr349-99.html Press Release Archives #349-99- MAYOR GIULIANI DELIVERS REMARKS AT GROUNDBREAKING CEREMONY FOR JEWISH CHILDREN'S MUSEUM]}}. | ||
אין 2020 איז אין אנדענק פון ארי הלברשטאם איז א מנורה געשטעלט געווארן ביים ברוקלין בריק. דבורה הלברשטאם האט אומערמידליך געארבעט מיט די שטאט באאמטע צו פלאצירן די מנורה אין דעם צענטראלן און באדייטנדן ארט{{הערה|[https://chabadinfo.com/news/new-menorah-for-ari-halberstam-placed-at-the-brooklyn-bridge/ New Menorah for Ari Halberstam Placed at the Brooklyn Bridge - Chabadinfo.com], 2020}}. | אין 2020 איז אין אנדענק פון ארי הלברשטאם איז א מנורה געשטעלט געווארן ביים ברוקלין בריק. דבורה הלברשטאם האט אומערמידליך געארבעט מיט די שטאט באאמטע צו פלאצירן די מנורה אין דעם צענטראלן און באדייטנדן ארט{{הערה|[https://chabadinfo.com/news/new-menorah-for-ari-halberstam-placed-at-the-brooklyn-bridge/ New Menorah for Ari Halberstam Placed at the Brooklyn Bridge - Chabadinfo.com], 2020}}. | ||
אין 2000 איז אויפגעברענגט געווארן א געזעץ אין די הויז פון רעפּרעזענטאטן איינצוצוימען באנוץ פון אויטאמאטישע געווער אין ניו יארק, גערופן "ארי'ס געזעץ"{{הערה|[https://www.congress.gov/bill/106th-congress/house-bill/4632 H.R.4632 - 106th Congress (1999-2000): To control the sale of gun kits.] | Congress.gov | Library of Congress; [https://www.govinfo.gov/app/details/BILLS-106hr4632ih H.R. 4632 (IH) - Ari's Law - Content Details -]}}. דריי געזעצן זענען באשטעטיגט געווארן אין רעזולטאט פון דעם מארד{{לינק|שרייבער=Devorah Halberstam|קעפל=New York’s terrorism statute should be Ari’s Law: Devorah Halberstam’s long pursuit for justice for her murdered son achieved its goal|זייטל=New York Daily News|דאטום=מאי 16, 2023|אדרעס=https://www.nydailynews.com/2023/05/16/new-yorks-terrorism-statute-should-be-aris-law-devorah-halberstams-long-pursuit-for-justice-for-her-murdered-son-achieved-its-goal/}}. | |||
==דרויסנדיגע לינקס== | ==דרויסנדיגע לינקס== | ||
רעוויזיע פון 02:29, 25 אפריל 2025
די ברוקלין בריק שיסעריי אטאקע איז געווען אן אנטיסעמיטישע טעראר אטאקע וואס איז פארגעקומען אום י"ח אדר ה'תשנ"ד - דעם 1טן מערץ, 1994, אויף דער ברוקלין בריק, אין ניו יארק סיטי. א לעבאנעזיש-געבוירענער טעראריסט און קאר-סערוויס דרייווער, ראשיד באַז, האט געשאסן אויף א ווען וואס האט געפירט 15 ליבאוויטשער ישיבה בחורים. אין די טעראר אטאקע איז איין בחור, ארי האלבערשטאם הי"ד, אומגעקומען און דריי אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן.
דער טעראריסט איז געכאפט און ארעסטירט געווארן, און פאראורטיילט געווארן צו 140 יאר טורמע.
אינצידענט
אום י"ח אדר תשנ"ד פארמיטאג, זענען א גרופע פון 15 ליובאוויטשער ישיבה בחורים געפארן אין א ווען אויפן ברוקלין בריק אויף דעם וועג פון מאנהעטן קיין קראון הייטס. זיי האבן באגלייט דעם אמבולאנס פון ליובאוויטשער רבי'ן, רבי מנחם מענדל שניאורסאן, נאכדעם וואס דער רבי איז דורכגעגאנגען א קאטאראקט אפעראציע אין דעם מאנהעטן אויער, אויג און האלדז שפיטאל. צוליב זיכערהייט סיבות און די אנגעצויגענע לאגע נאך די 1991 קראון הייטס ראיאטן און א רומאר אז עס איז געווען א פריערדיגע פארזוך צו אטאקירן דעם רבי'ן, איז די רוט פון רבי'נס אמבולאנס געהאלטן געווארן געהיים, און די חסידים זענען אנגעוויזן געווארן צו נעמען א אנדערע רוט[1].
ראשיד באַז האט נאכגעשפירט דעם רבי'נס אויטא ביז צום ברוקלין בעטערי טונעל, אבער די פּאליציי האט פארשפארט דעם טונעל נאכדעם וואס דער רבי'נס אויטא איז דורכגעפארן. דערפאר האט באז אומגעקערט זיין אויטא און ארויפגעפארן אויפן ברוקלין בריק ראמפ. ווען ער האט באמערקט די ישיבה בחורים ווי זיי זענען ארויפגעפארן אויפן בריק, בערך 10:40 פארמיטאג, האט ער געעפנט הייס-פייער מיט א סוב-מאשין ביקס, און באשאסן דעם ווען מיט צענדליגער קוילן, אויסשיסנדיג די פענסטער און פאראורזאכט א בלוט-באד[2].
באטראפענע
די קוילן האבן אנגעטראפן פיר בחורים, צוויי פון זיי, ארי (אהרן יוסף) האלבערשטאם (געבוירן י"ט אייר תשל"ז) און נחום ששונקין (סאַסאָנקין) זענען קריטיש פארוואונדעט געווארן. פינף טעג שפעטער (כ"ג אדר א, ה'תשנ"ד) איז ארי אוועק פון די שווערע וואונדן אין עלטער פון זעכצן יאר אלט.
ארי האלברשטאם איז געווען א זון פון הרב חנניה סיני דוד האלבערשטאם, א גבאי ביים ליובאוויטשער רבי'ן. ארי זעלבסט האט אלס קינד געהאט א ספעציעלע שייכות מיט דער רבי[2][3].
טויזנטער מענטשן האבן זיך באטייליגט ביי דער לוי', וואס איז פארגעקומען פארנט פון 770 איסטערן פארקוועי, אריינגערעכנט די דעמאלטיגע ניו יארקער גאווערנאר מאריא קאמא, מעיאר פון ניו יארק סיטי רודי דזשוליאני, און נאך פיל פּאליטיקאנטן, וועלכע האבן געקוקט פון א פּאדיום. מער ווי 250 פּאליציי אפיצירן האבן זיך אויך אנגעשלאסן אין דער לויה צו באשיצן פון מעגליכע אינצידענטן.
רבי שלום בער העכט, א קרוב פון דער הלברשטאם פאמיליע, האט געהאלטן א הספד, א זעלטענע זאך פאר ליובאוויטשער וועלכע זענען כמעט נישט מספיד. ער האט אנגעוויזן אויף א טעות וואס איז געפונען געווארן אין א ספר תורה אין די שול פון 770 דעם לעצטן שבת פון ארי'ס לעבן. דאס ווארט "אחד" איז געווען פעלערהאפט געשריבן געווארן, וואס האט געמאכט דעם גאנצן ספר תורה פסול. הרב העכט האט געזאגט אז די אותיות פון דעם ווארט "אחד" זענען די ראשי תיבות פון די הלברשטאם פאמיליע: אהרן, חס"ד (טאטע) און דבורה (מאמע)[4].
דער אויטא האט געפירט ארי פאר א לעצטע טור דורך קראון הייטס, פארביי דער ישיבה אויף טרוי עוועניו וואו ער האט געלערנט, פארביי דעם רבי'נס הויז אויף פרעזידענט סטריט. עס האט זיך אפגעשטעלט פארנט פון די הלברשטאם היים אויף איסטערן פארקוויי, וואו משפחה מיטגלידער האבן געריסן קריעה און געמאכט די ברכה "דיין האמת". זיי האבן דערנאך אנגעטאן זייערע מאנטלען און זענען לאנגזאם געגאנגען אראפ איסטערן פארקוועי.
ארי הלברשטאם איז באערדיגט געווארן אין דעם מאנטיפיארע בית עולם אין קווינס, נאנט צו דער ווייב פון ליובאוויטשער רבי'ן.
דער דעמאלטיגער פרעזידענט ביל קלינטאן האט פּערזענליך אנגערופן די האלבערשטאם משפחה איבערצוגעבן זיינע טרייסט-וואונטשן.
נחום סאסאנקין, איינער פון די בחורים וואס זענען פארוואונדעט געווארן אין דער שיסעריי, האט איבערגעלעבט שווערע וואונדן און איז געבליבן דיסעיבלד פאר לאנגע יארן. נאך צען יאר פון רעהאביליטאציע האט ער באקומען רבנות סמיכה אין 2004[5].
דער טעראריסט
נאך דער שיסעריי האט דער מערדער זיך באהאלטן. דער ניו יארק סיטי פאליציי דעפארטמענט האבן אונטערגענומען א זוך-אקציע נאך דעם טעראריסט. זיי האבן פארשפראכן א באלוינונג פון 30 טויזנט דאלאר פאר דער וואס וועט געבן אינפארמאציע וואס וועט פירן צום ארעסט פון דעם ברוטאלן מערדער. צוויי טאג נאך דער שיסעריי איז דער טעראריסט געפארן צו א קאר-מעכאניקער צו פאררעכטן א פענסטער אין זיין קאר, דער מעכאניקער האט באלד חושד געווען אז דער מענטש איז דער טעראריסט און ער האט אלארמירט די פאליציי, וועלכע האבן אים ארעסטירט.
דער מערדער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס ראשיד באַז, אן אימיגראנט פון לבנון וואס האט געוואוינט אין ברוקלין און געארבעט אלס ליווערי דרייווער.
דער טעראריסט איז אנגעקלאגט געווארן פאר איין מארד און 14 פארזוכן צו מארד. ער איז פאראורטיילט געווארן צו 141 יאר אין טורמע[6] און איז געשטארבן אין טורמע אין 2022[7].
טראץ דעם אורטייל, האט ארי הלברשטאם'ס מוטער, דבורה הלברשטאם, געפירט א פארצויגענע קאמף צו פארזיכערן אז דער אינצידענט זאל אפיציעל קלאסיפיצירט ווערן אלס א טעראר אטאקע און צו אויספארשן מעגליכע מיטבאטייליגטע[8]. אין 1999 האבן די יו. עס. דעפארטמענט אוו דזשאסטיס און די עף. בי. איי. אנגענומען צו עפענען אן אויספארשונג איבער באז, אבער די אויספארשונג האט נישט געברענגט קיין נייע לידס וואס זענען פארבונדן מיט טעראריסטישע ארגאניזאציעס.
אין 2005, נאך איבער זעקס יאר פון דרוק דורך די מוטער און אנדערע, האט דער פ"ש יוסטיץ דעפארטמענט און די FBI אפיציעל רעקלאסיפיצירט דעם שיסעריי אלס אַן אקט פון טעראריזם[9]. א דאנק אירע אנשטרענגונגען זענען אויך דורכגעפירט געווארן די ערשטע געזעצן קעגן טעראריזם אין ניו יארק סטעיט[10].
זי האט אויך ווייטער געזוכט נאך אינפארמאציע וועגן מעגליכע מיטבאטייליגטע אין דער אטאקע. אין יולי 2023, האט די אנטי-דעפעמאציע ליגע (עי-די-על) אנגעבאטן א באלוינונג פון $50,000 פאר אינפארמאציע וואס וועט פירן צו די ארעסט און פאראורטיילונג פון סיי וועלכע מיטבאטייליגטע אדער מענטשן וואס האבן געגעבן קרימינאלע הילף אין דעם מארד פון ארי הלברשטאם[7].
א דאנק איר ארבעט, זענען די אויטאריטעטן געווארן מער אויפמערקזאם און סענסיטיוו צו דער פאקט פון דער אידישער געמיינדע'ס שוואכקייט, און האבן צושטייערט געלט פאר נישט-פראפיט ארגאניזאציעס צו פארשטארקן זיכערהייט.
מאטיוו
לויט באז'ס שפּעטערע הודאות, האט ער בכוונה געצילט אויף די אידישע בחורים צוליב זייער רעליגיע און אלס א רעאקציע אויף דער שחיטה וואס ברוך גאלדשטיין האט דורכגעפירט עטליכע טעג פריער אין מערת המכפלה. טראץ זיין אדוואקאט'ס טענה אז די שיסעריי האט זיך אנגעהויבן פון א טראפיק געפעכט, האט באז שפּעטער מודה געווען אז ער האט פאראויסגעפלאנט די אטאקע און נאכגעפאלגט דעם ווען קיין ברוקלין אריין. ער האט געוואלט אומברענגען דעם ליובאוויטשן רבי'ן אלס נקמה, אבער ער האט זיך טועה געווען אין די קארס.
געדענקמאלן
דער נאמען פון דער רעמפ ארויף צום ברוקלין בריק איז געטוישט געווארן אין עהרע פון ארי, צו "ארי האלבערשטאם מעמאוריאל רעמפ.
אין 1999 איז אין קראון הייטס געעפנט געווארן דער 'אידישער קינדער מוזעאום' אויף זיין נאמען און אנדענק[11].
אין 2020 איז אין אנדענק פון ארי הלברשטאם איז א מנורה געשטעלט געווארן ביים ברוקלין בריק. דבורה הלברשטאם האט אומערמידליך געארבעט מיט די שטאט באאמטע צו פלאצירן די מנורה אין דעם צענטראלן און באדייטנדן ארט[12].
אין 2000 איז אויפגעברענגט געווארן א געזעץ אין די הויז פון רעפּרעזענטאטן איינצוצוימען באנוץ פון אויטאמאטישע געווער אין ניו יארק, גערופן "ארי'ס געזעץ"לוא־פעלער: (בקריאה ל[[מוסטער::הערה]]) תוכן כפול: H.R.4632 - 106th Congress (1999-2000): To control the sale of gun kits. וגם 2= Congress.gov .. דריי געזעצן זענען באשטעטיגט געווארן אין רעזולטאט פון דעם מארדDevorah Halberstam, New York’s terrorism statute should be Ari’s Law: Devorah Halberstam’s long pursuit for justice for her murdered son achieved its goal, New York Daily News, מאי 16, 2023.
דרויסנדיגע לינקס
- את פתח לו (ניק), "טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם", ארטיקל אויף אייוועלט (PDF)
- ארי הלברשטם, טעג אויף col.org.il
- 4 חסידישע יוגנטליכע שאַטן אין ברוקלין בריק שיסן New York Times (ענגליש)
- בראָדקאַסץ פון אמעריקאנער טעלעוויזיע אויף די שיסער חלק 1 טייל 3
- בראָדקאַסט פון די אסאסיאַטעד פרעסע טעלעוויזיע
- רעפּאָרטער פון מדינת ישראל'ס ערוץ 1 וועגן דער אטאקע פון ברוקלין בריק אין 1994
רעפערענצן
- ↑ C.S. Teitelbaum, A Bridge Too Far, Mishpacha Magazine, אפריל 5, 2020.
- ↑ 2.0 2.1 Baila Olidort, Who Was Ari Halberstam? 20 Years Since Terror Strikes On the Brooklyn Bridge, Chabad Lubavitch World Headquarters, מערץ 2, 2014.
- ↑ נחשפו תמונות חדשות: הרבי גוזר את שערו של ארי הלברשטאם, col.org.il.
- ↑ 26 Years Later: Remembering Ari Halberstam HY”D - Chabadinfo.com.
- ↑ Faith, Courage and Triumph - Chabad.org.
- ↑ George James, Bridge Gunman Gets 141-Year Term, New York Times, יאנואר 19, 1995 (
ארכיוו)
- ↑ 7.0 7.1 ADL Offers $50,000 Reward for Information Leading to Arrest and Conviction of Those Responsible for Murder of Ari Halberstam – ADL].
- ↑ Shaila K. Dewan, U.S. Decides '94 Attack On Hasidim Was Lone Act, New York Times, דעצעמבער 6, 2000 (
ארכיוו)
- ↑ 2009 Director’s Community Leadership Awards New York Devorah Halberstam, FBI — New York City, NY.
- ↑ By LEON KRAIEM, NYC marks 30 years since deadly attack on Brooklyn Bridge, The Jerusalem Post, מערץ 1, 2024.
- ↑ Press Release Archives #349-99- MAYOR GIULIANI DELIVERS REMARKS AT GROUNDBREAKING CEREMONY FOR JEWISH CHILDREN'S MUSEUM.
- ↑ New Menorah for Ari Halberstam Placed at the Brooklyn Bridge - Chabadinfo.com, 2020.