אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ברוקלין בריק שיסעריי אטאקע"
אין תקציר עריכה צייכן: רויע רעדאגירונג |
(לינקס ארבעטן נישט) |
||
| שורה 44: | שורה 44: | ||
דער נאמען פון דער רעמפ ארויף צום [[ברוקלין בריק]] איז געטוישט געווארן אין עהרע פון ארי, צו "ארי האלבערשטאם מעמאוריאל רעמפ. | דער נאמען פון דער רעמפ ארויף צום [[ברוקלין בריק]] איז געטוישט געווארן אין עהרע פון ארי, צו "ארי האלבערשטאם מעמאוריאל רעמפ. | ||
אין 1999 איז אין [[קראון הייטס]] געעפנט געווארן דער 'אידישער קינדער מוזעאום' אויף זיין נאמען און אנדענק{{הערה|[https://www.nyc.gov/html/om/html/99b/pr349-99.html Press Release Archives #349-99- MAYOR GIULIANI DELIVERS REMARKS AT GROUNDBREAKING CEREMONY FOR JEWISH CHILDREN'S MUSEUM | אין 1999 איז אין [[קראון הייטס]] געעפנט געווארן דער 'אידישער קינדער מוזעאום' אויף זיין נאמען און אנדענק{{הערה|[https://www.nyc.gov/html/om/html/99b/pr349-99.html Press Release Archives #349-99- MAYOR GIULIANI DELIVERS REMARKS AT GROUNDBREAKING CEREMONY FOR JEWISH CHILDREN'S MUSEUM]}}. | ||
אין 2020 איז אין אנדענק פון ארי הלברשטאם איז א מנורה געשטעלט געווארן ביים ברוקלין בריק. דבורה הלברשטאם האט אומערמידליך געארבעט מיט די שטאט באאמטע צו פלאצירן די מנורה אין דעם צענטראלן און באדייטנדן ארט{{הערה|[https://chabadinfo.com/news/new-menorah-for-ari-halberstam-placed-at-the-brooklyn-bridge/ New Menorah for Ari Halberstam Placed at the Brooklyn Bridge - Chabadinfo.com], 2020}}. | אין 2020 איז אין אנדענק פון ארי הלברשטאם איז א מנורה געשטעלט געווארן ביים ברוקלין בריק. דבורה הלברשטאם האט אומערמידליך געארבעט מיט די שטאט באאמטע צו פלאצירן די מנורה אין דעם צענטראלן און באדייטנדן ארט{{הערה|[https://chabadinfo.com/news/new-menorah-for-ari-halberstam-placed-at-the-brooklyn-bridge/ New Menorah for Ari Halberstam Placed at the Brooklyn Bridge - Chabadinfo.com], 2020}}. | ||
| שורה 51: | שורה 51: | ||
==דרויסנדיגע לינקס== | ==דרויסנדיגע לינקס== | ||
*{{אייוועלט|1=69914|2=טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם|4=את פתח לו}} | *{{אייוועלט|1=69914|2=טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם|4=את פתח לו}} ([https://drive.google.com/file/d/1VktDWv-IxA92acoJTgw5_vpt0EH6HYht/view PDF]) | ||
*[https://www.nytimes.com/1994/03/02/nyregion/4-hasidic-youths-hurt-in-brooklyn-bridge-shooting.html 4 חסידישע יוגנטליכע שאַטן אין ברוקלין בריק שיסן] [[ניו יארק טיימס|New York Times]] (ענגליש) | |||
*[https://youtube.com/watch?v=_KeFMpzysVE&t=569s בראָדקאַסץ פון אמעריקאנער טעלעוויזיע אויף די שיסער חלק 1] [https://youtube.com/watch?v=nxA-v-20Vg4 טייל 3] | |||
*[https://youtube.com/watch?v=xqF4Sqhar9k בראָדקאַסט פון די אסאסיאַטעד פרעסע טעלעוויזיע] | |||
*[https://col.org.il/news/116657 רעפּאָרטער פון מדינת ישראל'ס ערוץ 1 וועגן דער אטאקע פון ברוקלין בריק אין 1994] | |||
*[https://www.nytimes.com/1994/03/02/nyregion/4-hasidic-youths-hurt-in-brooklyn-bridge-shooting.html 4 חסידישע יוגנטליכע שאַטן אין ברוקלין בריק שיסן] [[ניו יארק טיימס|New York Times]] ( | |||
*[https://youtube.com/watch?v=_KeFMpzysVE&t=569s בראָדקאַסץ פון אמעריקאנער טעלעוויזיע אויף די שיסער חלק 1] [https://youtube.com/watch?v=nxA-v-20Vg4 טייל 3] | |||
*[https://youtube.com/watch?v=xqF4Sqhar9k בראָדקאַסט פון די | |||
*[https:// | |||
==רעפערענצן== | ==רעפערענצן== | ||
רעוויזיע פון 01:28, 25 אפריל 2025
די ברוקלין בריק שיסעריי אטאקע איז געווען אן אנטיסעמיטישע טעראר אטאקע וואס איז פארגעקומען אום י"ח אדר ה'תשנ"ד - דעם 1טן מערץ, 1994, אויף דער ברוקלין בריק, אין ניו יארק סיטי. א לעבאנעזיש-געבוירענער טעראריסט און קאר-סערוויס דרייווער, ראשיד באַז האט געשאסן אויף א ווען וואס האט געפירט 15 ליבאוויטשער ישיבה בחורים. אין די טעראר אטאקע איז איין בחור, ארי האלבערשטאם הי"ד, אומגעקומען און דריי אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן.
דער טעראריסט איז געכאפט און ארעסטירט געווארן, און פאראורטיילט געווארן צו 140 יאר טורמע.
אינצידענט
י"ח אדר תשנ"ד, בערך 10:30 פארמיטאג, זענען א גרופע פון 15 ישיבה בחורים, ליובאוויטשער חסידים, געפארן אין א ווען אויפן ברוקלין בריק אויף דעם וועג פון מאנהעטן קיין קראון הייטס, אהיימבאגלייטנדיג דער ליובאוויטשער רבי, רבי מנחם מענדל שניאורסאן, נאכדעם וואס דער רבי איז דורכגעגאנגען א מעדיצינישע פראצעדור אין דעם בית ישראל שפיטאל.
פארנדיג אויף דער בריק, האט ראשיד באז, וועלכער איז געפארן פּאראלעל מיט זייער קאר, געעפנט הייס-פייער מיט א סוב-מאשין ביקס, און באשאסן דעם ווען מיט צענדליגער קוילן, אויסשיסנדיג די פענסטער און פאראורזאכט א בלוט-באד. די קוילן האבן אנגעטראפן פיר בחורים, צוויי פון זיי, ארי (אהרן יוסף) האלבערשטאם און נחום ששונקין (סאַסאָנקין) זענען קריטיש פארוואונדעט געווארן.
פינף טעג שפעטער (כ"ג אדר א, ה'תשנ"ד) איז ארי אוועק פון די שווערע וואונדן אין עלטער פון זעכצן יאר אלט. ארי האלברשטאם איז געווען א זון פון הרב חנניה סיני דוד האלבערשטאם, א גבאי ביים ליובאוויטשער רבי'ן. ארי זעלבסט האט אלס קינד געהאט א ספעציעלע שייכות מיט דער רבי[1].
טויזנטער מענטשן האבן זיך באטייליגט ביי דער לוי', וואס איז פארגעקומען פארנט פון 770 איסטערן פארקוועי, אריינגערעכנט די דעמאלטיגע ניו יארקער גאווערנאר מאריא קאמא, מעיאר פון ניו יארק סיטי רודי דזשוליאני, און נאך פיל פּאליטיקאנטן, וועלכע האבן געקוקט פון א פּאדיום. מער ווי 250 פּאליציי אפיצירן האבן זיך אויך אנגעשלאסן אין דער לויה צו באשיצן פון מעגליכע אינצידענטן. רבי שלום בער העכט, א קרוב פון דער הלברשטאם פאמיליע, האט געהאלטן א הספד, א זעלטענע זאך פאר ליובאוויטשער וועלכע זענען כמעט נישט מספיד. ארי הלברשטאם איז באערדיגט געווארן אין דעם מאנטיפיארע בית עולם אין קווינס, נאנט צו דער ווייב פון ליובאוויטשער רבי'ן[2].
אויך האט דער דעמאלטיגער פרעזידענט ביל קלינטאן פּערזענליך אנגערופן די האלבערשטאם משפחה איבערצוגעבן זיינע טרייסט-וואונטשן.
נחום סאסאנקין, איינער פון די בחורים וואס זענען פארוואונדעט געווארן אין דער שיסעריי, האט איבערגעלעבט שווערע וואונדן און איז געבליבן דיסעיבלד פאר לאנגע יארן. נאך צען יאר פון רעהאביליטאציע האט ער באקומען רבנות סמיכה אין 2004[3].
דער טעראריסט
באלד נאך דער שיסעריי איז דער שיסער און מערדער אנטלאפן. דער ניו יארק סיטי פאליציי דעפארטמענט האבן אונטערגענומען א זוך-אקציע נאך דעם טעראריסט. זיי האבן פארשפראכן א באלוינונג פון 30 טויזנט דאלאר פאר דער וואס וועט געבן אינפארמאציע וואס וועט פירן צום ארעסט פון דעם ברוטאלן מערדער.
צוויי טאג נאך דער שיסעריי איז דער טעראריסט געפארן צו א קאר-מעכאניקער צו פאררעכטן א פענסטער אין זיין קאר, דער מעכאניקער האט באלד חושד געווען אז דער מענטש איז דער טעראריסט און ער האט אלארמירט די פאליציי, און אזוי איז ער ארעסטירט געווארן.
דער מערדער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס ראשיד באַז, אן אימיגראנט פון לבנון וואס האט געוואוינט אין ברוקלין און געארבעט אלס ליווערי דרייווער.
דער טעראריסט איז אנגעקלאגט געווארן פאר איין מארד און 14 פארזוכן צו מארד. ער איז פאראורטיילט געווארן צו 141 יאר אין טורמע[4] און איז געשטארבן אין טורמע אין 2022[5].
טראץ דעם אורטייל, האט ארי הלברשטאם'ס מוטער, דבורה הלברשטאם, געפירט א פארצויגענע קאמף צו פארזיכערן אז דער אינצידענט זאל אפיציעל קלאסיפיצירט ווערן אלס א טעראר אטאקע און צו אויספארשן מעגליכע מיטבאטייליגטע[6]. אין 2005, נאך איבער זעקס יאר פון דרוק דורך איר און אנדערע, האט דער פ"ש יוסטיץ דעפארטמענט און די FBI אפיציעל רעקלאסיפיצירט דעם שיסעריי אלס אַן אקט פון טעראריזם[7]. א דאנק אירע אנשטרענגונגען זענען אויך דורכגעפירט געווארן די ערשטע געזעצן קעגן טעראריזם אין ניו יארק סטעיט[8].
זי האט אויך ווייטער געזוכט נאך אינפארמאציע וועגן מעגליכע מיטבאטייליגטע אין דער אטאקע. אין יולי 2023, האט די אנטי-דעפאַמאַציע ליגע (א.ד.ל.) אנגעבאטן א באלוינונג פון $50,000 פאר אינפארמאציע וואס וועט פירן צו די ארעסט און פאראורטיילונג פון סיי וועלכע מיטבאטייליגטע אדער מענטשן וואס האבן געגעבן קרימינאלע הילף אין דעם מארד פון ארי הלברשטאם[5].
מאטיוו
לויט באז'ס שפּעטערע הודאות, האט ער בכוונה געצילט אויף די אידישע בחורים צוליב זייער רעליגיע און אלס א רעאקציע אויף דער שחיטה וואס ברוך גאלדשטיין האט דורכגעפירט עטליכע טעג פריער אין מערת המכפלה. טראץ זיין אדוואקאט'ס טענה אז די שיסעריי האט זיך אנגעהויבן פון א טראפיק געפעכט, האט באז שפּעטער מודה געווען אז ער האט פאראויסגעפלאנט די אטאקע און נאכגעפאלגט דעם ווען קיין ברוקלין אריין. ער האט געוואלט אומברענגען דעם ליובאוויטשן רבי'ן אלס נקמה, אבער ער האט זיך טועה געווען אין די קארס.
געדענקמאלן
דער נאמען פון דער רעמפ ארויף צום ברוקלין בריק איז געטוישט געווארן אין עהרע פון ארי, צו "ארי האלבערשטאם מעמאוריאל רעמפ.
אין 1999 איז אין קראון הייטס געעפנט געווארן דער 'אידישער קינדער מוזעאום' אויף זיין נאמען און אנדענק[9].
אין 2020 איז אין אנדענק פון ארי הלברשטאם איז א מנורה געשטעלט געווארן ביים ברוקלין בריק. דבורה הלברשטאם האט אומערמידליך געארבעט מיט די שטאט באאמטע צו פלאצירן די מנורה אין דעם צענטראלן און באדייטנדן ארט[10].
נאך דער טראגעדיע זענען איינגעפירט געווארן עטליכע געזעצן איינצוצוימען באנוץ פון אויטאמאטישע געווער אין ניו יארק, דריי געזעצן זענען באשטעטיגט געווארן אין רעזולטאט פון דעם מארד.
דרויסנדיגע לינקס
- את פתח לו (ניק), "טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם", ארטיקל אויף אייוועלט (PDF)
- 4 חסידישע יוגנטליכע שאַטן אין ברוקלין בריק שיסן New York Times (ענגליש)
- בראָדקאַסץ פון אמעריקאנער טעלעוויזיע אויף די שיסער חלק 1 טייל 3
- בראָדקאַסט פון די אסאסיאַטעד פרעסע טעלעוויזיע
- רעפּאָרטער פון מדינת ישראל'ס ערוץ 1 וועגן דער אטאקע פון ברוקלין בריק אין 1994
רעפערענצן
- ↑ Baila Olidort, Who Was Ari Halberstam? 20 Years Since Terror Strikes On the Brooklyn Bridge, Chabad Lubavitch World Headquarters, מערץ 2, 2014.
- ↑ 26 Years Later: Remembering Ari Halberstam HY”D - Chabadinfo.com.
- ↑ Faith, Courage and Triumph - Chabad.org.
- ↑ George James, Bridge Gunman Gets 141-Year Term, New York Times, יאנואר 19, 1995 (
ארכיוו)
- ↑ 5.0 5.1 ADL Offers $50,000 Reward for Information Leading to Arrest and Conviction of Those Responsible for Murder of Ari Halberstam – ADL].
- ↑ Shaila K. Dewan, U.S. Decides '94 Attack On Hasidim Was Lone Act, New York Times, דעצעמבער 6, 2000 (
ארכיוו)
- ↑ 2009 Director’s Community Leadership Awards New York Devorah Halberstam, FBI — New York City, NY.
- ↑ By LEON KRAIEM, NYC marks 30 years since deadly attack on Brooklyn Bridge, The Jerusalem Post, מערץ 1, 2024.
- ↑ Press Release Archives #349-99- MAYOR GIULIANI DELIVERS REMARKS AT GROUNDBREAKING CEREMONY FOR JEWISH CHILDREN'S MUSEUM.
- ↑ New Menorah for Ari Halberstam Placed at the Brooklyn Bridge - Chabadinfo.com, 2020.