אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דרעפט:געבראקטס"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1: שורה 1:
{{דרעפט|פסח}}
{{דרעפט|פסח}}
'''געבראָקטס''' (אויך באקאנט אויף העברעאיש: '''מצה שרויה''', ליטעראל: 'איינגעווייקטע מצה') באצייכנט מצה וואס האט איינגעזאפּט פליסיגקייט. די מנהג פון נישט עסן געבראקטס, אדער "נישט בראקן", איז אַן אספּעקט פון פסח-כשרות וואס ווערט געהיטן דורך פילע אין דער חסידישער געמיינדע, ווי אויך דורך געוויסע אנדערע אשכנזישע גרופּעס וואס זענען באאיינפלוסט געווארן דורך חסידות{{הערה|Bayla Sheva Brenner, "[https://oukosher.org/content/uploads/2013/01/behind-pesach05.pdf#page=11 Keeping Up with Passover Trenditions]", Behind, Pesach 2005' p. 11}}.
'''געבראָקטס''' (אויך באקאנט אויף העברעאיש: '''מצה שרויה''', ליטעראל: 'איינגעווייקטע מצה') באצייכנט מצה וואס האט איינגעזאפּט פליסיגקייט. די מנהג פון נישט עסן געבראקטס, אדער "נישט בראקן", איז אַן אספּעקט פון פסח-כשרות וואס ווערט געהיטן דורך פילע אין דער חסידישער געמיינדע, ווי אויך דורך געוויסע אנדערע אשכנזישע גרופּעס וואס זענען באאיינפלוסט געווארן דורך חסידות{{הערה|Bayla Sheva Brenner, "[https://oukosher.org/content/uploads/2013/01/behind-pesach05.pdf#page=11 Keeping Up with Passover Trenditions]", Behind, Pesach 2005' p. 11|כיוון=שמאל}}. דעריבער, עסן געוויסע קהילות, בפרט חסידישע אידן, נישט קניידלעך זופּ אויף פסח.

==טערמינאלאגיע==
==טערמינאלאגיע==
דער טערמין געבראקטס איז אריגינעל אידיש און מיינט צעבראכן. די העברעאישע טערמין איז מצה שרויה. דער עָבר פון אידישע [[ווערב]]ן ווערט געשאפן דורך צולייגן דעם פּרעפיקס גע- און דעם סוף -(ע)ן אדער -ט צום שורש פון דעם ווערב. אזוי ווי געפילטע פיש איז אנגעפילט (געשטאָפּט) פיש: גע-פיל-ט. און צעבראכענע מצה איז גע-בראָך-ט. כאטש דער העברעאישער טערמין עקזיסטירט, איז דער אידישער נאמען פיל מער אין באנוץ, ווייל דער מנהג האט זיין אנהייב אין מזרח אייראפע{{הערה|[https://www.balashon.com/2006/04/gebrochts.html Balashon - Hebrew Language Detective: gebrochts]}}.
דער טערמין געבראקטס איז אריגינעל אידיש און מיינט צעבראכן. די העברעאישע טערמין איז מצה שרויה. דער עָבר פון אידישע [[ווערב]]ן ווערט געשאפן דורך צולייגן דעם פּרעפיקס גע- און דעם סוף -(ע)ן אדער -ט צום שורש פון דעם ווערב. אזוי ווי געפילטע פיש איז אנגעפילט (געשטאָפּט) פיש: גע-פיל-ט. און צעבראכענע מצה איז גע-בראָך-ט. דאס שפיגלט אפ די פאקט אז איין וועג ווי מצה קומט אין בארירונג מיט פליסיגקייט איז דורך עס צעברעכן אין זופ אריין. כאטש דער העברעאישער טערמין עקזיסטירט, איז דער אידישער נאמען פיל מער אין באנוץ, ווייל דער מנהג האט זיין אנהייב אין מזרח אייראפע{{הערה|[https://www.balashon.com/2006/04/gebrochts.html Balashon - Hebrew Language Detective: gebrochts]|כיוון=שמאל}}.

==מקור==
==מקור==
דער ערשטער באקאנטער מקור{{הערה|ר' יאיר האפמאן, [https://www.theyeshivaworld.com/news/headlines-breaking-stories/1849106/gebrochts-an-overview.html Gebrochts – an Overview – The Yeshiva World]}} וואס דערמאנט דירעקט דעם מנהג איז דער [[עולת שבת]] (ה'תמ"א), וואס דיסקוטירט א הלכה אין דעם ב"ח אז מצות זאלן געבאקן ווערן איידער פסח און נישט במשך פסח, וויבאלד חמץ ווערט בטל בלויז פאר פסח און נישט אין פסח. דער עולת שבת לייגט צו אז "ווער עס איז באזארגט פאר דעם חומרא זאל אויך נישט קאכן געבאקענע מצה אויף פסח, ווייל וואס איז עס אנדערש פון באקן?"{{הערה|עולת שבת תנג, ג}}.

די מנהג האט זיך שפעטער אנטוויקלט צווישן געוויסע אשכנזים, בעיקר חסידישע אידן, צו פארמיידן אריינלייגן מצה (אדער סיי וועלכע אפשטאם, ווי מצה מעל) אין וואסער (אדער סיי וועלכע פליסיגקייט), כדי צו פארמיידן די מעגליכקייט אז ברעקלעך מעל וואס זענען קיינמאל נישט געהעריג געמישט געווארן מיט וואסער (און איז דעריבער נאך אלץ אויסגעשטעלט צו נתחנץ ווערן) זאל קומען אין קאנטאקט מיט דער פליסיקייט. לויט רבי יצחק אייזיק פון וויטעבסק, האט דער מנהג זיך אנגעהויבן ביי [[רבי דוב בער פון מעזריטש]].

דעריבער, עסן געוויסע קהילות, בפרט חסידישע אידן, נישט קניידלעך זופּ אויף פסח. "נישט געבראקטס" רעצעפּטן און פּראדוקטן פארבייטן געווענטליך קארטאפל מעל מיט מצה מעל.

די הויפּט מקור פאר דער היינטיגער מנהג פון זיך אפּהאלטן פון געבראקטס איז דער תשובה פון [[רבי שניאור זלמן פון לאדי]] (תק"ה–תקע"ג), געפונען אין סוף פון שולחן ערוך הרב. אין א תשובה וואס איז געווידמעט צו דער ענין פון געבראקטס, שטיצט ער שטארק די דאזיגע חומרא. ער ערקלערט אז מיט די יארן האט ער געזען ווי די פּראקטיקן פון מצה באקן האבן זיך געענדערט. די בעקער האבן אויפגעהערט נעמען צייט דורכאויס דעם קנעטן פּראצעס און האבן אנגעהויבן קנעטן דעם טייג זייער שנעל כדי צו פארקירצן די צייט ביז די מצה איז אריין אין אויוון. אין רעזולטאט דערפון איז דער טייג נישט געהעריג געקנעטן געווארן. רבי שניאור זלמן האט באמערקט דאס פאלגנדע וועגן די מצות נאכן באקן:
די הויפּט מקור פאר דער היינטיגער מנהג פון זיך אפּהאלטן פון געבראקטס איז דער תשובה פון [[רבי שניאור זלמן פון לאדי]] (תק"ה–תקע"ג), געפונען אין סוף פון שולחן ערוך הרב. אין א תשובה וואס איז געווידמעט צו דער ענין פון געבראקטס, שטיצט ער שטארק די דאזיגע חומרא. ער ערקלערט אז מיט די יארן האט ער געזען ווי די פּראקטיקן פון מצה-באקן האבן זיך געענדערט. די בעקער האבן אויפגעהערט צו נעמען צייט בשעת דעם קנעטן פּראצעס און האבן אנגעהויבן קנעטן דעם טייג זייער שנעל כדי צו פארקירצן די צייט ביז די מצה איז אריין אין אויוון. אין רעזולטאט, איז דער טייג נישט געהעריג געקנעטן געווארן. רבי שניאור זלמן האט באמערקט דאס פאלגנדע:
:אונזערע אויגן זעען, אז אסאך מצות האבן אויף זיך אביסל מעל אפילו נאכן באקן. דאס איז דער רעזולטאט פון דעם פאקט אז זיי זענען נישט דורכגעקנעטן{{הערה|[https://chabadlibrary.org/books/3201290006 שו"ת האדמו"ר הזקן מליובאוויטש, סימן ו]]}}.

די זארג וואס רבי שניאור זלמן האט אויפגעבראכט איז אז אפשר איז די מצה נישט גענוג געקנעטן געווארן, און עס בלייבט עטליכע אומגעבאקענע מעל אויף דער מצה. דאס איינזאפּן וועט דעריבער ברענגען א חמיצות פּראצעס. דער מַחֲצִית הַשֶּׁקֶל ברענגט די זעלבע זארג וועגן דעם אומגעבאקענעם מעל{{הערה|{{שולחן ערוך|אורח חיים|תנח|א|מפרש=מחצית השקל}}}}. דער אֵשֶׁל אַבְרָהָם (באטשאטש) איז אויך באזארגט{{הערה|אשל אברהם בוטשטאטש, תמז, ד}}.

עס זענען פארהאן וואס האבן דעם מנהג דווקא צו עסן געבראקטס אויף שמיני של פסח (דעם אכטן טאג פון פסח אין חוץ לארץ) צו ווייזן אז עס איז בלויז א מנהג און נישט קיין הלכה. טאקע, פילע האבן דעם מנהג צו פּרובירן צו עסן זייער מצה מיט ווי פיל פליסיגקייטן און נאסע עסנווארג ווי מעגליך אויף דעם טאג{{הערה|[https://www.chabad.org/holidays/passover/pesach_cdo/aid/265990/jewish/Gebrokts-Wetted-Matzah.htm#footnote3a265990 “Gebrokts”: Wetted Matzah - Chabad.org]}}.

דער ראבי"ה (פסחים קעה) ערקלערט אויך אז מאנכע מענטשן מאכן נישט קניידלעך צוליב דער זארג אז אנדערע קענען דאס אויסמישן מיט דאס טון מיט מעל און וואסער. ער באשרייבט דאס ווי אַ חומרא פון א בעל נפש.
דער ראבי"ה (פסחים קעה) ערקלערט אויך אז מאנכע מענטשן מאכן נישט קניידלעך צוליב דער זארג אז אנדערע קענען דאס אויסמישן מיט דאס טון מיט מעל און וואסער. ער באשרייבט דאס ווי אַ חומרא פון א בעל נפש.
שורה 26: שורה 22:

די וואס עסן נישט קיין געבראקטס, זענען איינגעפירט נישט צו טונקען די מצה אין זופּ און דאס גלייכן אפילו אויב מען פּלאנירט עס גלייך צו עסן. א טייל פוסקים האלטן אבער אז לויט אלע מיינונגען איז נישט פארהאן קיין סיבה צו זיין שטרענג קעגן טונקען די מצה אויב מען פּלאנירט עס גלייך צו עסן, וויבאלד עס דארף זיך פארהאלטן 18 מינוט צו ווערן חמץ{{הערה|{{שולחן ערוך|אורח חיים|תס|ו|מפרש=שערי תשובה}}}}.

צוליב דעם מנהג, זענען פילע "נישט געבראקטס" פראדוקטן און רעצעפטן אנטוויקלט געווארן וואס נוצן אנשטאט מצה מעל, קארטאפל מעל אדער אנדערע פסחדיגע שטארקע פראדוקטן. דאס האט געפירט צו א גרעסערער פאפולאריטעט פון נישט געבראקטס עסנווארג אויף די פסחדיגע מארקעט{{הערה|{{לינק|אדרעס=https://oukosher.org/passover/articles/gebrokts-not-just-a-half-baked-idea/|שרייבער=Nachum Rabinowitz|קעפל=Gebrokts – Not Just a Half-Baked Idea|זייטל=OU Kosher|דאטום=יאנואר 21, 2013}}}}.
דער מנהג ביי פילע חסידים צו דווקא יא עסן געבראקטס אויפן אכטן טאג פון פסח (אין חוץ לארץ). דער טעם דערפון איז צו ווייזן אז עס איז בלויז א מנהג און נישט קיין הלכה. פילע האבן דעם מנהג אויף דעם טאג צו פּרובירן צו עסן זייער מצה מיט ווי מער פליסיגקייטן און נאסע עסנווארג מעגליך{{הערה|[https://www.chabad.org/holidays/passover/pesach_cdo/aid/265990/jewish/Gebrokts-Wetted-Matzah.htm#footnote3a265990 “Gebrokts”: Wetted Matzah - Chabad.org]|כיוון=שמאל}}.

==ביבליאגראפיע==
==ביבליאגראפיע==

רעוויזיע פון 06:41, 17 אפריל 2025

געבראָקטס (אויך באקאנט אויף העברעאיש: מצה שרויה, ליטעראל: 'איינגעווייקטע מצה') באצייכנט מצה וואס האט איינגעזאפּט פליסיגקייט. די מנהג פון נישט עסן געבראקטס, אדער "נישט בראקן", איז אַן אספּעקט פון פסח-כשרות וואס ווערט געהיטן דורך פילע אין דער חסידישער געמיינדע, ווי אויך דורך געוויסע אנדערע אשכנזישע גרופּעס וואס זענען באאיינפלוסט געווארן דורך חסידות[1]. דעריבער, עסן געוויסע קהילות, בפרט חסידישע אידן, נישט קניידלעך זופּ אויף פסח.

טערמינאלאגיע

דער טערמין געבראקטס איז אריגינעל אידיש און מיינט צעבראכן. די העברעאישע טערמין איז מצה שרויה. דער עָבר פון אידישע ווערבן ווערט געשאפן דורך צולייגן דעם פּרעפיקס גע- און דעם סוף -(ע)ן אדער -ט צום שורש פון דעם ווערב. אזוי ווי געפילטע פיש איז אנגעפילט (געשטאָפּט) פיש: גע-פיל-ט. און צעבראכענע מצה איז גע-בראָך-ט. דאס שפיגלט אפ די פאקט אז איין וועג ווי מצה קומט אין בארירונג מיט פליסיגקייט איז דורך עס צעברעכן אין זופ אריין. כאטש דער העברעאישער טערמין עקזיסטירט, איז דער אידישער נאמען פיל מער אין באנוץ, ווייל דער מנהג האט זיין אנהייב אין מזרח אייראפע[2].

מקור

דער ערשטער באקאנטער מקור[3] וואס דערמאנט דירעקט דעם מנהג איז דער עולת שבת (ה'תמ"א), וואס דיסקוטירט א הלכה אין דעם ב"ח אז מצות זאלן געבאקן ווערן איידער פסח און נישט במשך פסח, וויבאלד חמץ ווערט בטל בלויז פאר פסח און נישט אין פסח. דער עולת שבת לייגט צו אז "ווער עס איז באזארגט פאר דעם חומרא זאל אויך נישט קאכן געבאקענע מצה אויף פסח, ווייל וואס איז עס אנדערש פון באקן?"[4].

די מנהג האט זיך שפעטער אנטוויקלט צווישן געוויסע אשכנזים, בעיקר חסידישע אידן, צו פארמיידן אריינלייגן מצה (אדער סיי וועלכע אפשטאם, ווי מצה מעל) אין וואסער (אדער סיי וועלכע פליסיגקייט), כדי צו פארמיידן די מעגליכקייט אז ברעקלעך מעל וואס זענען קיינמאל נישט געהעריג געמישט געווארן מיט וואסער (און איז דעריבער נאך אלץ אויסגעשטעלט צו נתחנץ ווערן) זאל קומען אין קאנטאקט מיט דער פליסיקייט. לויט רבי יצחק אייזיק פון וויטעבסק, האט דער מנהג זיך אנגעהויבן ביי רבי דוב בער פון מעזריטש.

די הויפּט מקור פאר דער היינטיגער מנהג פון זיך אפּהאלטן פון געבראקטס איז דער תשובה פון רבי שניאור זלמן פון לאדי (תק"ה–תקע"ג), געפונען אין סוף פון שולחן ערוך הרב. אין א תשובה וואס איז געווידמעט צו דער ענין פון געבראקטס, שטיצט ער שטארק די דאזיגע חומרא. ער ערקלערט אז מיט די יארן האט ער געזען ווי די פּראקטיקן פון מצה-באקן האבן זיך געענדערט. די בעקער האבן אויפגעהערט צו נעמען צייט בשעת דעם קנעטן פּראצעס און האבן אנגעהויבן קנעטן דעם טייג זייער שנעל כדי צו פארקירצן די צייט ביז די מצה איז אריין אין אויוון. אין רעזולטאט, איז דער טייג נישט געהעריג געקנעטן געווארן. רבי שניאור זלמן האט באמערקט דאס פאלגנדע:

אונזערע אויגן זעען, אז אסאך מצות האבן אויף זיך אביסל מעל אפילו נאכן באקן. דאס איז דער רעזולטאט פון דעם פאקט אז זיי זענען נישט דורכגעקנעטן[5].

די זארג וואס רבי שניאור זלמן האט אויפגעבראכט איז אז אפשר איז די מצה נישט גענוג געקנעטן געווארן, און עס בלייבט עטליכע אומגעבאקענע מעל אויף דער מצה. דאס איינזאפּן וועט דעריבער ברענגען א חמיצות פּראצעס. דער מַחֲצִית הַשֶּׁקֶל ברענגט די זעלבע זארג וועגן דעם אומגעבאקענעם מעל[6]. דער אֵשֶׁל אַבְרָהָם (באטשאטש) איז אויך באזארגט[7].

דער ראבי"ה (פסחים קעה) ערקלערט אויך אז מאנכע מענטשן מאכן נישט קניידלעך צוליב דער זארג אז אנדערע קענען דאס אויסמישן מיט דאס טון מיט מעל און וואסער. ער באשרייבט דאס ווי אַ חומרא פון א בעל נפש.

דער מַהֲרַשְׁדָּ"ם באשרייבט יופּקעס, א מאכל באזירט אויף מצה מעל, און דערקלערט אז א בעל נפש זאל דאס פארמיידן[8].

לויט דעם שולחן ערוך איז מען מקיים די מצוה פון מצה מיט מצה שרויה — געבראקטס, איינגעווייקטע מצה — ווי לאנג די מצה בלייבט גאנץ און אומגערירט[9]. דאס איז באזירט אויף דער גמרא אליין (פסחים מד, א), וואס זאגט דאס זעלבע דין.

די וואס עסן נישט קיין געבראקטס, זענען איינגעפירט נישט צו טונקען די מצה אין זופּ און דאס גלייכן אפילו אויב מען פּלאנירט עס גלייך צו עסן. א טייל פוסקים האלטן אבער אז לויט אלע מיינונגען איז נישט פארהאן קיין סיבה צו זיין שטרענג קעגן טונקען די מצה אויב מען פּלאנירט עס גלייך צו עסן, וויבאלד עס דארף זיך פארהאלטן 18 מינוט צו ווערן חמץ[10].

צוליב דעם מנהג, זענען פילע "נישט געבראקטס" פראדוקטן און רעצעפטן אנטוויקלט געווארן וואס נוצן אנשטאט מצה מעל, קארטאפל מעל אדער אנדערע פסחדיגע שטארקע פראדוקטן. דאס האט געפירט צו א גרעסערער פאפולאריטעט פון נישט געבראקטס עסנווארג אויף די פסחדיגע מארקעט[11].

דער מנהג ביי פילע חסידים צו דווקא יא עסן געבראקטס אויפן אכטן טאג פון פסח (אין חוץ לארץ). דער טעם דערפון איז צו ווייזן אז עס איז בלויז א מנהג און נישט קיין הלכה. פילע האבן דעם מנהג אויף דעם טאג צו פּרובירן צו עסן זייער מצה מיט ווי מער פליסיגקייטן און נאסע עסנווארג מעגליך[12].

ביבליאגראפיע

רעפערענצן