בדוקי עריכות אוטומטית, אינטערפעיס רעדאקטארן, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, סיסאפן, מייבאים, מעדכנים, מייבא, אספקלריה רעדאקטארן
46,362
רעדאגירונגען
אין תקציר עריכה |
אין תקציר עריכה |
||
| שורה 28: | שורה 28: | ||
==אלס גייסטישע פירער== | ==אלס גייסטישע פירער== | ||
אין לויף פונעם 18טן יאָרהונדערט האבן פארשידענע רעגירונגען פרובירט צו באאיינפלוסן דעם אינערליכן צושטאנד פון די אידישע קהילות, און האבן דערפאר געזעצ-געגעבן וועגן זייערע קהל'שע קאנסטיטוציעס. טיפיש אין דעם רעספּעקט איז [[מאריא טערעסא|מאַריאַ טערעזיאַ]], וואס אין איר "גענעראל־פּאליציי־פּראָצעס און קאָמערציאַל־אָרדענונג פאַר דער יודענשאַפט" פון מעהרן (29סטן דעצעמבער, 1753) שרייבט פּינקטליך פאָר די פליכטן פון דעם לאנד-ראבינער; למשל, אז ער זאל באשטימען דעם מסכת וואס אלע אנדערע רבנים זאלן אננעמען פאר אינסטרוקציע{{הבהרה}}; באלוינען דעם טיטל "דאָפּלטער רעב" ("מורינו"); זען אז אלע שטייערן ווערן צייטליך באצאלט; און אָרדענען די קאמפּליצירטע וואַלן פון א נייעם באאמטן{{הערה|Willibald Müller, "Beiträge zur Geschichte der Mähr. Judenschaft," pp. 86-99, Olmütz, 1903}}. אנדערע פּראווינצן האבן געזאלט האבן א לאנד-ראבינער. די קייסערין האט טאקע באשטימט איינעם פאר גאליציע, אבער ער האט נישט געהאט קיין נאכפאלגער{{הערה|[[שלמה באבער]], [https://www.google.com/books/edition/אנשי_שם/NwY_AAAAYAAJ?hl=en&gbpv=1&pg=PR19&printsec=frontcover '''אנשי שם''', זז' XIX א.וו.], קראקע, תרנ"ה}}. אין דייטשלאנד איז די אינסטיטוציע בעיקר געגרינדעט געווארן אין די קליינע שטאַטן, וואו די רעגירונגען האבן געפירט אלע אנגעלעגנהייטן. העסע־קאַסעל האט געהאט א "לאַנדעס-ראַבינאַט", וואס איז געווען א קאמיטעט באשטאנען אויף דעם זעלבן יסוד ווי דער פּראָטעסטאַנטישער קאָנסיסטאָריום, אבער מיט א לאנדעס-ראבינער אלס פאָרזיצער. איר גרינדונג איז באשטימט געווארן אין 1823. [[האנאווער]] האט געמאכט ענליכע פּראוויזיעס אינעם געזעץ פון 1844 וועגן אידישע אנגעלעגנהייטן. ביז 1938 האט זי געהאט 4 לאַנד-ראבינערס, אין האנאווער (געגרינדעט 1687), הילדעסהיים (געגרינדעט 1842), שטאַדע (געגרינדעט 1842; זינט 1860 געדינט פּער פּראָ דורך די לאנד-ראבינערס פון האנאווער און [[עמדין]] אלטערנאטיוו) און עמדין (געגרינדעט 1827) | אין לויף פונעם 18טן יאָרהונדערט האבן פארשידענע רעגירונגען פרובירט צו באאיינפלוסן דעם אינערליכן צושטאנד פון די אידישע קהילות, און האבן דערפאר געזעצ-געגעבן וועגן זייערע קהל'שע קאנסטיטוציעס. טיפיש אין דעם רעספּעקט איז [[מאריא טערעסא|מאַריאַ טערעזיאַ]], וואס אין איר "גענעראל־פּאליציי־פּראָצעס און קאָמערציאַל־אָרדענונג פאַר דער יודענשאַפט" פון מעהרן (29סטן דעצעמבער, 1753) שרייבט פּינקטליך פאָר די פליכטן פון דעם לאנד-ראבינער; למשל, אז ער זאל באשטימען דעם מסכת וואס אלע אנדערע רבנים זאלן אננעמען פאר אינסטרוקציע{{הבהרה}}; באלוינען דעם טיטל "דאָפּלטער רעב" ("מורינו"); זען אז אלע שטייערן ווערן צייטליך באצאלט; און אָרדענען די קאמפּליצירטע וואַלן פון א נייעם באאמטן{{הערה|Willibald Müller, "Beiträge zur Geschichte der Mähr. Judenschaft," pp. 86-99, Olmütz, 1903}}. אנדערע פּראווינצן האבן געזאלט האבן א לאנד-ראבינער. די קייסערין האט טאקע באשטימט איינעם פאר גאליציע, אבער ער האט נישט געהאט קיין נאכפאלגער{{הערה|[[שלמה באבער]], [https://www.google.com/books/edition/אנשי_שם/NwY_AAAAYAAJ?hl=en&gbpv=1&pg=PR19&printsec=frontcover '''אנשי שם''', זז' XIX א.וו.], קראקע, תרנ"ה}}. אין דייטשלאנד איז די אינסטיטוציע בעיקר געגרינדעט געווארן אין די קליינע שטאַטן, וואו די רעגירונגען האבן געפירט אלע אנגעלעגנהייטן. העסע־קאַסעל האט געהאט א "לאַנדעס-ראַבינאַט", וואס איז געווען א קאמיטעט באשטאנען אויף דעם זעלבן יסוד ווי דער פּראָטעסטאַנטישער קאָנסיסטאָריום, אבער מיט א לאנדעס-ראבינער אלס פאָרזיצער. איר גרינדונג איז באשטימט געווארן אין 1823. [[האנאווער]] האט געמאכט ענליכע פּראוויזיעס אינעם געזעץ פון 1844 וועגן אידישע אנגעלעגנהייטן. ביז 1938 האט זי געהאט 4 לאַנד-ראבינערס, אין האנאווער (געגרינדעט 1687), הילדעסהיים (געגרינדעט 1842), שטאַדע (געגרינדעט 1842; זינט 1860 געדינט פּער פּראָ דורך די לאנד-ראבינערס פון האנאווער און [[עמדין]] אלטערנאטיוו) און עמדין (געגרינדעט 1827). | ||
אין | ספּעציעל טיפּישע באדינגונגען האבן עקזיסטירט אין גרויס-הערצאָגטום מעקלענבורג־שווערין, וואו די רעגירונג האט געגרינדעט די אינסטיטוציע פון לאנד-ראבינער דעם 14טן מאי 1839, פארזעצנדיג דעם 1764־געגרינדעטן הויפּט־ראַבינאַט פאַרן הערצאָגטום מעקלענבורג־שווערין. דארט האבן די ראבינערס (שמואל האָלדהיים און דוד איינהארן) ערשט געדארפט איינפירן ראדיקאלע רעפארמען. איינהארן האט ארויסגעווארפן פונעם דאווענען די העברעאישע שפּראך, און די נאציאנאלע און משיח-תפלות. מ'קען זיך פאָרשטעלן די אויפגערעגטקייט ביי די ארטאדאקסן, בפרט נאך, אַז ער האט גענומען פארשרייבן אין די אידישע מעטריקעס נישט־קיין־געמל'טע קינדער. אויף אלע פּראטעסטן האָט איינהארן שארף אפּגעענטפערט: ער האלט, אז ווער ס'וויל אים אנווארפן מילה, אלס א תנאי, וואס אָן דעם קען מען נישט געהערן צום כלל־ישראל, דער פעלשט אין אידנטום. דער שטרייט האט געדויערט לאנג, אוּן דער ראדיקאל דער רעפארמאטאר האט געמוזט אפּטרעטן דעם אמט און אריבער תחלת קיין אונגארן, דערנאך קיין אמעריקע. די מחלוקת איז אבער דערמיט נישט געשטילט געווארן. נאך דער רעוואלוציע פון 1848, האבן די ארטאדאקסן געזוכט שוץ קעגן דער רעפארם אונטער די פליגל פוּן מעקלענבורגער רעאַקציאָנערער רעגירוּנג; די רעגירונג האט זיך אנגענומען זייער קריוודע אוּן געפּועל'ט ביי זיך ווירקן אויפן אויטאנאמישן אידישן אויבּער־ראַט (דאס איז דער אויבּער־ראט, וואס ווערט אויסגעקליבן פון אלע אידישע קהלות אין הערצאגטום און ער ווידער קלייבט אויס דעם לאנד־ראבינער). דאס יאר 1853 האט דאס מיניסטעריום פארעפנטליכט אזא געמיינעם צירקוליאר, וואס האט געזאגט, אז דאס מיניסטעריום איז נישט צוּפרידן מיט דעם איצטיגן רעליגיעזן צוּשטאנד ביי אידן און אז די טענדענציעזע פירונג פון די לאנד־ראבינער ד"ר האלדהיים און ד"ר איינהארן האט געבראכט צו א שפּאלטונג ביי אידן. די רעגירונג האט באשלאסן צו פארשטארקן דעם "היסטארישן יודאאיזם" און צו פארמיידן א שפּאלטונג אין די אידישע קהילות, און האט באפוילן צו אויסקלייבן א לאנד־ראַבינער וואס זאל האלטן מיטן היסטארישן אידנטום. דאס מיניסטעריום האט אויך באפוילן די קהלות צו אויסקלייבן אזוינע דעפּוטאטן צום "אויבּער־ראַט", וואס וועלן אויסקלייבן א קאנסערוואטיוון לאנד־ראבינער, אנדערש וועט זיך דאס מיניסטעריום טון זיינס. די אידישע קהלות זענען געווען שטארק אויפגערעגט פוּן אזא גראב מישן זיך אין זייער רעליגיעז לעבן. די קהלה־פארוואלטונג פון דער רעזידענץ־שטאָט שווערין האט דערלאנגט דעם מיניסטעריום א שריפט, אנגעוויזן, אז צו ברענגען שלום אין אידישע קהלות איז אַן אינערליכע אידישע זאך. דערויף האט מעקלענבורגער הערצאָג פרידריך־פראנץ אפּגעענטפערט מיט א רעסקריפּט, פאַרבאטן די אידישע קהילות צו קלויבן דעם אויבער־ראַט און דעם אויבער־ראט צוּ קלויבן א לאנד־ראבינער. דער הערצאָג האט אויף זיין בּאַראָט געמאכט דריי אידן סוחרים פאַרן אויבּער־ראַט אוּן דעם ארטאדאקס רבי [[רבי ברוך יצחק ליפשיץ|ברוך יצחק ליפּשיץ]] (דער "תפארת ישראל") פאר לאנד־ראבינער. ר' ברוך יצחק האט גענומען אויסווארצלען האלדהיים'ס און איינהארן'ס "אויפטוען". אזא שענדליך באהאנדלען די אידישע אויטאנאמיע האט געדויערט א סך יארן, ביז נאכדעם ווי אידן זענען עמאַנסיפּירט געווארן אין מעקלענבורג אין 1869, האבן זיי ווידער געקריגן רעכט אויסקלויבן זייער אויבער־ראט און א לאנד־ראבינער, נישט אנגעפרעגט דער רעגירונג'ס שולחן־ערוך{{הערה|Donath, "Gesch. der Juden in Mecklenburg," pp. 221 et seq., Leipsic, 1874}}{{הערה|[[שמעון דובנאוו]], '''[https://www.yiddishbookcenter.org/collections/yiddish-books/spb-nybc206964/dubnow-simon-velt-geshikhte-fun-yidishn-folk-fun-di-eltste-tsaytn-biz-tsu-der-vol-7?book-page=280&book-mode=1up וועלט-געשיכטע פון יידישן פאלק]''' 7, ז' 280.}}. | ||
אין זאקסע־וויימאר האט די רעגירונג גענוצט דעם לאנד-ראבינער צו דורכפירן דעם געזעץ פון 20סטן יוני 1823, וואס האט באפוילן אז די תפילות זאלן געהאלטן ווערן אין דייטש (זעט [[מענדל העס]]). אין זאקסע־מיינינגען איז דער לאנד-ראבינאט ארגאניזירט געווארן דורך דעם געזעץ פון 5טן יאנואר 1811{{הערה|Human, "Gesch. der Juden im Herzogthum Sachsen-Meiningen-Hildburghausen," pp. 69 ''et seq.'', Hildburghausen, 1898}}. דא ווי אומעטום אין די קליינע דייטשע שטאַטן איז דער ציל פון דער אינסטיטוציע געווען צו הייבן דעם מאראלישן און אינטעלעקטועלן סטאטוס פון די אידן. | |||
זינט די פופציגער יאָרן פון פאָריקן יאָרהונדערט, האָט טשערנאָוויץ געהאַט דריי רבנים־דאָקטוירים מיטן טיטל "אָבער־ראַבינער". דער ערשטער האָט געהייסן דר. לאַזאַר איגעל און האָט ביז צום יאָר 1873 געטראָגן דעם נאָמען "לאַנדעס־ראַבינער". | זינט די פופציגער יאָרן פון פאָריקן יאָרהונדערט, האָט טשערנאָוויץ געהאַט דריי רבנים־דאָקטוירים מיטן טיטל "אָבער־ראַבינער". דער ערשטער האָט געהייסן דר. לאַזאַר איגעל און האָט ביז צום יאָר 1873 געטראָגן דעם נאָמען "לאַנדעס־ראַבינער". | ||
רעדאגירונגען