אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דרעפט:לאנד-ראבינער"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 28: שורה 28:


==אלס גייסטישע פירער==
==אלס גייסטישע פירער==
אין לויף פונעם 18טן יאָרהונדערט האבן פארשידענע רעגירונגען פרובירט צו באאיינפלוסן דעם אינערליכן צושטאנד פון די אידישע קהילות, און האבן דערפאר געזעצ-געגעבן וועגן זייערע קהל'שע קאנסטיטוציעס. טיפיש אין דעם רעספּעקט איז [[מאריא טערעסא|מאַריאַ טערעזיאַ]], וואס אין איר "גענעראל־פּאליציי־פּראָצעס און קאָמערציאַל־אָרדענונג פאַר דער יודענשאַפט" פון מעהרן (29סטן דעצעמבער, 1753) שרייבט פּינקטליך פאָר די פליכטן פון דעם לאנד-ראבינער; למשל, אז ער זאל באשטימען דעם מסכת וואס אלע אנדערע רבנים זאלן אננעמען פאר אינסטרוקציע{{הבהרה}}; באלוינען דעם טיטל "דאָפּלטער רעב" ("מורינו"); זען אז אלע שטייערן ווערן צייטליך באצאלט; און אָרדענען די קאמפּליצירטע וואַלן פון א נייעם באאמטן{{הערה|Willibald Müller, "Beiträge zur Geschichte der Mähr. Judenschaft," pp. 86-99, Olmütz, 1903}}. אנדערע פּראווינצן האבן געזאלט האבן א לאנד-ראבינער. די קייסערין האט טאקע באשטימט איינעם פאר גאליציע, אבער ער האט נישט געהאט קיין נאכפאלגער{{הערה|[[שלמה באבער]], [https://www.google.com/books/edition/אנשי_שם/NwY_AAAAYAAJ?hl=en&gbpv=1&pg=PR19&printsec=frontcover '''אנשי שם''', זז' XIX א.וו.], קראקע, תרנ"ה}}. אין דייטשלאנד איז די אינסטיטוציע בעיקר געגרינדעט געווארן אין די קליינע שטאַטן, וואו די רעגירונגען האבן געפירט אלע אנגעלעגנהייטן. העסע־קאַסעל האט געהאט א "לאַנדעס-ראַבינאַט", וואס איז געווען א קאמיטעט באשטאנען אויף דעם זעלבן יסוד ווי דער פּראָטעסטאַנטישער קאָנסיסטאָריום, אבער מיט א לאנדעס-ראבינער אלס פאָרזיצער. איר גרינדונג איז באשטימט געווארן אין 1823. [[האנאווער]] האט געמאכט ענליכע פּראוויזיעס אינעם געזעץ פון 1844 וועגן אידישע אנגעלעגנהייטן. ביז 1938 האט זי געהאט 4 לאַנד-ראבינערס, אין האנאווער (געגרינדעט 1687), הילדעסהיים (געגרינדעט 1842), שטאַדע (געגרינדעט 1842; זינט 1860 געדינט פּער פּראָ דורך די לאנד-ראבינערס פון האנאווער און [[עמדין]] אלטערנאטיוו) און עמדין (געגרינדעט 1827). ספּעציעל טיפּישע באדינגונגען האבן עקזיסטירט אין גרויס-הערצאָגטום מעקלענבורג־שווערין, וואו די רעגירונג האט געגרינדעט די אינסטיטוציע פון לאַנדעס-ראַבינער דעם 14טן מאי 1839, פאָרזעצנדיק דעם 1764־געגרינדעטן הויפּט־ראַבינאַט פאַרן הערצאָגטום מעקלענבורג־שווערין. דארט האבן די רבנים (שמואל האָלדהיים און דוד איינהארן) ערשט געדארפט איינפירן ראדיקאלע רעפארמען, אבער נאך דער רעוואלוציע פון 1848, ווען די פּאליטיק פון דער רעגירונג איז געווארן רעאַקציאָנער, איז דער 1853־ניי־אויסגעקליבענער רב ברוך יצחק ליפּשיץ באשטימט געווען צו פארשטארקן "היסטאָרישן אידנטום"{{הערה|Donath, "Gesch. der Juden in Mecklenburg," pp. 221 et seq., Leipsic, 1874}}{{הערה|[[שמעון דובנאוו]], '''[https://www.yiddishbookcenter.org/collections/yiddish-books/spb-nybc206964/dubnow-simon-velt-geshikhte-fun-yidishn-folk-fun-di-eltste-tsaytn-biz-tsu-der-vol-7?book-page=280&book-mode=1up וועלט-געשיכטע פון יידישן פאלק]''' 7, ז' 280.}}. אין זאקסע־וויימאר האָט די רעגירונג גענוצט דעם לאַנדעסראַבינער צו דורכפירן דעם געזעץ פון 20סטן יוני 1823, וואָס האָט באַפוילן אַז די תפילות זאָלן געהאַלטן ווערן אין דייטש (זען העס, מענדל). אין זאקסע־מיינינגען איז דער לאַנדעסראַבינאַט אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דעם געזעץ פון 5טן יאַנואַר 1811. דאָ ווי אומעטום אין די קליינע דייטשע שטאַטן איז דער ציל פון דער אינסטיטוציע געווען צו הייבן דעם מאָראַלישן און אינטעלעקטועלן סטאַטוס פון די אידן.
אין לויף פונעם 18טן יאָרהונדערט האבן פארשידענע רעגירונגען פרובירט צו באאיינפלוסן דעם אינערליכן צושטאנד פון די אידישע קהילות, און האבן דערפאר געזעצ-געגעבן וועגן זייערע קהל'שע קאנסטיטוציעס. טיפיש אין דעם רעספּעקט איז [[מאריא טערעסא|מאַריאַ טערעזיאַ]], וואס אין איר "גענעראל־פּאליציי־פּראָצעס און קאָמערציאַל־אָרדענונג פאַר דער יודענשאַפט" פון מעהרן (29סטן דעצעמבער, 1753) שרייבט פּינקטליך פאָר די פליכטן פון דעם לאנד-ראבינער; למשל, אז ער זאל באשטימען דעם מסכת וואס אלע אנדערע רבנים זאלן אננעמען פאר אינסטרוקציע{{הבהרה}}; באלוינען דעם טיטל "דאָפּלטער רעב" ("מורינו"); זען אז אלע שטייערן ווערן צייטליך באצאלט; און אָרדענען די קאמפּליצירטע וואַלן פון א נייעם באאמטן{{הערה|Willibald Müller, "Beiträge zur Geschichte der Mähr. Judenschaft," pp. 86-99, Olmütz, 1903}}. אנדערע פּראווינצן האבן געזאלט האבן א לאנד-ראבינער. די קייסערין האט טאקע באשטימט איינעם פאר גאליציע, אבער ער האט נישט געהאט קיין נאכפאלגער{{הערה|[[שלמה באבער]], [https://www.google.com/books/edition/אנשי_שם/NwY_AAAAYAAJ?hl=en&gbpv=1&pg=PR19&printsec=frontcover '''אנשי שם''', זז' XIX א.וו.], קראקע, תרנ"ה}}. אין דייטשלאנד איז די אינסטיטוציע בעיקר געגרינדעט געווארן אין די קליינע שטאַטן, וואו די רעגירונגען האבן געפירט אלע אנגעלעגנהייטן. העסע־קאַסעל האט געהאט א "לאַנדעס-ראַבינאַט", וואס איז געווען א קאמיטעט באשטאנען אויף דעם זעלבן יסוד ווי דער פּראָטעסטאַנטישער קאָנסיסטאָריום, אבער מיט א לאנדעס-ראבינער אלס פאָרזיצער. איר גרינדונג איז באשטימט געווארן אין 1823. [[האנאווער]] האט געמאכט ענליכע פּראוויזיעס אינעם געזעץ פון 1844 וועגן אידישע אנגעלעגנהייטן. ביז 1938 האט זי געהאט 4 לאַנד-ראבינערס, אין האנאווער (געגרינדעט 1687), הילדעסהיים (געגרינדעט 1842), שטאַדע (געגרינדעט 1842; זינט 1860 געדינט פּער פּראָ דורך די לאנד-ראבינערס פון האנאווער און [[עמדין]] אלטערנאטיוו) און עמדין (געגרינדעט 1827).


אין אַנדערע דייטשע לענדער איז פאָרגעקומען דערזעלבּער פּראָצעס פון שפּאַלטן זיך אין די קהלות. יענע צייט האָבן זיך שוין די רעגירוּנגען געהאַט אָפּגעזאָגט פוּן דער שיינער מדה זיך מישן אין אידישע אינעווייניקסטע אָנגעלעגנהייטן, ווי מיר זען דאָס אַ תּקוּפה פריער. בלויז איין מעקלענבּוּרגער רעגירוּנג, וואָס האָט זיך אַזוי בּאַהארצט געווערט קעגן אידישער עמאַנסיפּאַציע, האָט זיך נישט געוואָלט אָפּזאָגן פוּן איר אפּוטרופּסות אויף אידישע אמוּנה־זאַכן. די יאָרן 1847—1851 איז אין מעקלענבּוּרג־שווערין געווען לאַנד־ראַבּינער דודי איינהאָרן (נאָך גאָלדהיים'ן), אין דער פּראַקטיק נאָך ראַדיקאַלער פּאַר גאָלדהיים־ן. ער האָט אַרויסגעוואָרפן פוּן דער אידישער גאָטדינסט אויך די העברעאישע שפּראַך, אויך די נאַציאָנאַלע אוּן משיח.תּפלות. מ'קאָן זיך פאָרשטעלן די אויפגערעגטקייט בּיי די אָרטאָדאָקסן, בּפרט נאָך, אַז ער האָט גענוּמען פאַרשרייבּן אין די אידישע מעטריקעס נישט־קיין־נעמל'טע קינדער. אויף אַלע פּראָטעסטן האָט איינהאָרן שאַרף אָפּגעענטפערט: ער האַלט, פּי דער פעלשט אין אידנטום, ווער ס'וויל אים אָנוואַרפן מילה, אַלס אַ תּנאי, וואָס אָן דעם קאָן מען נישט געהערן צוּם כּלל־ישראל. דער שטרייט האָט געדויערט לאַנג, אוּן דער ראַדיקאַל דער רעפאָרמאַטאָר האָט געמוּזט אָפּטרעטן דעם אַמט אוּן אַריבּער תּחלת קיין אוּנגאַרן, דערנאָך קיין אַמעריקע. די מחלוקת איז אָבּער דערמיט נישט געשטילט געוואָרן. די אָרטאָדאָקסן האָבּן געזוּכט שוּץ קעגן דער רעפאָרם אוּנטער די פליגל פוּן מעקלענבּוּרגער רעאַקציאָנערער רעגירוּנג: די רעגירוּנג האָט זיך אָנגענוּמען זייער קריוודע אוּן געפּועל'ט בּיי זיך ווירקן אויפן אויטאָנאָמישן אידישן אויבּער־ראַט (דאָס איז דער אויבּער־ראַט, וואָס ווערט אויסגעקליבּן פוּן אַלע אידישע קהלות אין הערצאָגטוּם אוּן ער ווידער קלייבּט אויס דעם לאַנד־ראַבּינער). דאָס יאָר 1853 האָט דאס מיניסטעריוּם פאַרעפנטלעכט אַזאַ געמיינעם צירקוּליאַר, וואָס האָט געזאָגט, אַז דאָס מיניסטעריוּם איז נישט צוּפרידן מיט דעם איצטיקן רעליגיעזן צוּשטאַנד בּיי אידן און אַז די טענדענציעזע פירוּנג פוּן די לאַנד־ראַבּינער ד־ר האָלדהיים אוּן ד"ר איינהאָרן האָט געבּראַכט צוּ אַ שפּאַלטוּנג בּיי אידן. די רעגירונג האָט באַשלאָסן צו פאַרשטאַרקן דעם היסטאָרישן אידאַאיזם און צו פאַרמיידן אַ שפּאַלטונג אין די אידישע קהילות, און האָט באַפוילן צו אויסקלייבּן אַ לאַנד־ראַבּינער וואָס זאָל האַלטן מיטן היסטאָרישן אידאַאיזם. דאָס מיניסטעריוּם האָט אויך באַפוילן די קהלות צו אויסקלייבּן אַזוינע דעפּוּטאַטן צום "אויבּער־ראַט", וואָס וועלן אויסקלייבּן אַ קאָנסערוואַטיוון לאַנד־ראַבּינער, אַנדערש וועט זיך דאָס מיניסטעריוּם טוּן זיינס. די אידישע קהלות זענען געווען שטאַרק אויפגערעגט פוּן אַזאַ גראָבּ מישן זיך אין זייער רעליגיעז לעבּן. די קהלה־פאַרוואַלטוּנג פוּן דער רעזידענץ־שטאָט שווערין האָט דערלאַנגט דעם מיניסטעריוּם אַ שריפּט, אָנגעוויזן, אַז שלום צוּברענגען אין אידישע קהלות איז אַן אינערלעכע אידישע זאַך. דערויף האָט מעקלענבּוּרגער הערצאָג פרידריך־פראַנץ אָפּגעענטפערט מיט אַ רעסקריפּט, פאַרבאָטן די אידישע קהילות צוּ קלויבּן דעם רויבּער־ראַט און דעם אויבּער־ראַט צוּ קלויבּן אַ לאַנד־ראַבּינער. דער הערצאָג האָט אויף זיין בּאַראָט געמאַכט דריי אידן סוחרים פאַרן אויבּער־ראַט אוּן דעם אָרטאָדאָקס י. בּ. ליפּשיץ פאַר לאַנד־ראַבּינער. ליפּשיץ האָט גענוּמען אויסוואָרצלען גאָלדהייםאוּן איינהאָרן'ס "אויפטוּען". אַזאַ שענדלעך בּאַהאַנדלען די אידישע אויטאָנאָמיע האָט געדויערט אַ סך יאָרן, ביז נאָכדעם ווי אידן זענען עמאַנסיפּירט געוואָרן אין מעקלענבּוּרג אין 1869, האָבּן זיי ווידער געקריגן רעכט אוּיסקלויבּן זייער אויבּער־ראַט אוּן אַ לאַנד־ראַבּינער, נישט אָנגעטרעגט דער רעגירוּנגס שוּלחן־ערוּך.
ספּעציעל טיפּישע באדינגונגען האבן עקזיסטירט אין גרויס-הערצאָגטום מעקלענבורג־שווערין, וואו די רעגירונג האט געגרינדעט די אינסטיטוציע פון לאנד-ראבינער דעם 14טן מאי 1839, פארזעצנדיג דעם 1764־געגרינדעטן הויפּט־ראַבינאַט פאַרן הערצאָגטום מעקלענבורג־שווערין. דארט האבן די ראבינערס (שמואל האָלדהיים און דוד איינהארן) ערשט געדארפט איינפירן ראדיקאלע רעפארמען. איינהארן האט ארויסגעווארפן פונעם דאווענען די העברעאישע שפּראך, און די נאציאנאלע און משיח-תפלות. מ'קען זיך פאָרשטעלן די אויפגערעגטקייט ביי די ארטאדאקסן, בפרט נאך, אַז ער האט גענומען פארשרייבן אין די אידישע מעטריקעס נישט־קיין־געמל'טע קינדער. אויף אלע פּראטעסטן האָט איינהארן שארף אפּגעענטפערט: ער האלט, אז ווער ס'וויל אים אנווארפן מילה, אלס א תנאי, וואס אָן דעם קען מען נישט געהערן צום כלל־ישראל, דער פעלשט אין אידנטום. דער שטרייט האט געדויערט לאנג, אוּן דער ראדיקאל דער רעפארמאטאר האט געמוזט אפּטרעטן דעם אמט און אריבער תחלת קיין אונגארן, דערנאך קיין אמעריקע. די מחלוקת איז אבער דערמיט נישט געשטילט געווארן. נאך דער רעוואלוציע פון 1848, האבן די ארטאדאקסן געזוכט שוץ קעגן דער רעפארם אונטער די פליגל פוּן מעקלענבורגער רעאַקציאָנערער רעגירוּנג; די רעגירונג האט זיך אנגענומען זייער קריוודע אוּן געפּועל'ט ביי זיך ווירקן אויפן אויטאנאמישן אידישן אויבּער־ראַט (דאס איז דער אויבּער־ראט, וואס ווערט אויסגעקליבן פון אלע אידישע קהלות אין הערצאגטום און ער ווידער קלייבט אויס דעם לאנד־ראבינער). דאס יאר 1853 האט דאס מיניסטעריום פארעפנטליכט אזא געמיינעם צירקוליאר, וואס האט געזאגט, אז דאס מיניסטעריום איז נישט צוּפרידן מיט דעם איצטיגן רעליגיעזן צוּשטאנד ביי אידן און אז די טענדענציעזע פירונג פון די לאנד־ראבינער ד"ר האלדהיים און ד"ר איינהארן האט געבראכט צו א שפּאלטונג ביי אידן. די רעגירונג האט באשלאסן צו פארשטארקן דעם "היסטארישן יודאאיזם" און צו פארמיידן א שפּאלטונג אין די אידישע קהילות, און האט באפוילן צו אויסקלייבן א לאנד־ראַבינער וואס זאל האלטן מיטן היסטארישן אידנטום. דאס מיניסטעריום האט אויך באפוילן די קהלות צו אויסקלייבן אזוינע דעפּוטאטן צום "אויבּער־ראַט", וואס וועלן אויסקלייבן א קאנסערוואטיוון לאנד־ראבינער, אנדערש וועט זיך דאס מיניסטעריום טון זיינס. די אידישע קהלות זענען געווען שטארק אויפגערעגט פוּן אזא גראב מישן זיך אין זייער רעליגיעז לעבן. די קהלה־פארוואלטונג פון דער רעזידענץ־שטאָט שווערין האט דערלאנגט דעם מיניסטעריום א שריפט, אנגעוויזן, אז צו ברענגען שלום אין אידישע קהלות איז אַן אינערליכע אידישע זאך. דערויף האט מעקלענבורגער הערצאָג פרידריך־פראנץ אפּגעענטפערט מיט א רעסקריפּט, פאַרבאטן די אידישע קהילות צו קלויבן דעם אויבער־ראַט און דעם אויבער־ראט צוּ קלויבן א לאנד־ראבינער. דער הערצאָג האט אויף זיין בּאַראָט געמאכט דריי אידן סוחרים פאַרן אויבּער־ראַט אוּן דעם ארטאדאקס רבי [[רבי ברוך יצחק ליפשיץ|ברוך יצחק ליפּשיץ]] (דער "תפארת ישראל") פאר לאנד־ראבינער. ר' ברוך יצחק האט גענומען אויסווארצלען האלדהייםאון איינהארן'ס "אויפטוען". אזא שענדליך באהאנדלען די אידישע אויטאנאמיע האט געדויערט א סך יארן, ביז נאכדעם ווי אידן זענען עמאַנסיפּירט געווארן אין מעקלענבורג אין 1869, האבן זיי ווידער געקריגן רעכט אויסקלויבן זייער אויבער־ראט און א לאנד־ראבינער, נישט אנגעפרעגט דער רעגירונג'ס שולחן־ערוך{{הערה|Donath, "Gesch. der Juden in Mecklenburg," pp. 221 et seq., Leipsic, 1874}}{{הערה|[[שמעון דובנאוו]], '''[https://www.yiddishbookcenter.org/collections/yiddish-books/spb-nybc206964/dubnow-simon-velt-geshikhte-fun-yidishn-folk-fun-di-eltste-tsaytn-biz-tsu-der-vol-7?book-page=280&book-mode=1up וועלט-געשיכטע פון יידישן פאלק]''' 7, ז' 280.}}.
 
אין זאקסע־וויימאר האט די רעגירונג גענוצט דעם לאנד-ראבינער צו דורכפירן דעם געזעץ פון 20סטן יוני 1823, וואס האט באפוילן אז די תפילות זאלן געהאלטן ווערן אין דייטש (זעט [[מענדל העס]]). אין זאקסע־מיינינגען איז דער לאנד-ראבינאט ארגאניזירט געווארן דורך דעם געזעץ פון 5טן יאנואר 1811{{הערה|Human, "Gesch. der Juden im Herzogthum Sachsen-Meiningen-Hildburghausen," pp. 69 ''et seq.'', Hildburghausen, 1898}}. דא ווי אומעטום אין די קליינע דייטשע שטאַטן איז דער ציל פון דער אינסטיטוציע געווען צו הייבן דעם מאראלישן און אינטעלעקטועלן סטאטוס פון די אידן.


זינט די פופציגער יאָרן פון פאָריקן יאָרהונדערט, האָט טשערנאָוויץ געהאַט דריי רבנים־דאָקטוירים מיטן טיטל "אָבער־ראַבינער". דער ערשטער האָט געהייסן דר. לאַזאַר איגעל און האָט ביז צום יאָר 1873 געטראָגן דעם נאָמען "לאַנדעס־ראַבינער".
זינט די פופציגער יאָרן פון פאָריקן יאָרהונדערט, האָט טשערנאָוויץ געהאַט דריי רבנים־דאָקטוירים מיטן טיטל "אָבער־ראַבינער". דער ערשטער האָט געהייסן דר. לאַזאַר איגעל און האָט ביז צום יאָר 1873 געטראָגן דעם נאָמען "לאַנדעס־ראַבינער".

רעוויזיע פון 06:14, 30 מערץ 2025

שילדערונג פון דעם ווינער יודענמייסטער לעזיר אינעם 'יודענבוך פון שעפסטראסע (1389–1420)'
רבי אברהם טיקטין (תקכ"ד-תק"פ), "לאנדעס-אויבער-ראבינער אין ברעסלוי".
מצבה פון רבי פרץ זאבל איגר, רב פון בראונשווייגער פירשטנטום

לאַנד-ראַבינער (אויך באקאנט אלס לאַנדעס-ראַבינער אדער אויבער-לאַנדעס-ראַבינער; דייטש: Landesrabbiner; העברעאיש: רב המדינה) איז געווען א רבנישער אמט וואס איז אמאל געווען איינגעפירט אין צענטראל־אייראפּע, באזונדערס אין דייטשלאנד און עסטרייך.

דער אמט פון לאנדעס-ראבינער האט נישט געהאט קיין גייסטליכן באדייטונג ביזן 18טן יארהונדערט, ווען די פארשידענע רעגירונגען האבן אנגעהויבן באטראכטן עס אלס זייער פליכט צו זארגן פאר דעם גייסטיגן וואוילזיין פון די אידן. אזא גייסטליכן אויטאריטעט האט זיך, צוליב דער שטרענג קהל'ישער קאנסטיטוציע פון די קהילות, קיינמאל נישט איינגעווארצלט צווישן די אידן[1].

היסטאריע

דער אמט פון לאנד-ראבינער האט זיך אָנגעהויבן אין דער צווייטער העלפט פונעם 14טן יארהונדערט ווען רעגיאָנאַלע הערשער האבן באשטימט א "יודענמייסטער" (Judenmeister), שפּעטער גערופן לאנדעס־ראבינער, צו פארלייכטערן די איינזאמלונג פון שטייערן. דער אמט איז געווען א רעזולטאט פון דער לעגאלער לאגע פון די אידן אין מיטל־אלטער, ווען די אידישע קהילות האבן פארמירט אַן איינהייט פאר שטייער־צוועקן. וויבאלד די קהילה האט געמוזט צאלן געוויסע שטייערן פאר דער רעגירונג, האט די רעגירונג געמוזט באשטימען איינעם וואס זאל זיין פאראנטווארטליך פאר די צייטליכע איינזאמלונג, און וועלכער האט דעריבער געמוזט זיין באפולמעכטיגט מיט א געוויסער מאכט.

דער אריבערפירונג פון די אידן פון דער סטאטוס פון קייסערליכע צו טעריטאָריאַלע אונטערטאנען, וואס איז געווארן באשטימט דורך דעם טשאַרטער פון פרידריך דער צווייטער פון עסטרייך (1244) און אנערקענט דורך קייסער קארל דער פערטער אין זיין גאלדענער בולע (1356), ווי אויך זייער גאר אפטע פארטרייבונג פון די גרויסע שטעט אין 15טן און 16טן יאָרהונדערט, האָבן צעשפּרייט די אידן אין קליינע קהילות. די דאזיגע קהילות האבן נישט געהאט קיין שוץ קעגן דער ווילדער האנדלונג פון קליינע טיראַנען; און זיי האבן פארשאפט די הערשער באַדייטנדע אומבאקוועמליכקייטן צוליב אנגייענדע געריכטליכע פּראָצעסן וועגן איבערטרעטן די רעכט פון אידן וואס האבן געלעבט אונטער זייער שוץ. דעריבער האבן זיך די אידן פון א געגעבענעם טעריטאריע ארגאניזירט אין א פאראיין וועלכער האט אויסגעקליבן א "שתדלן" וועלכער האט אדוואקאטירט פארן שוץ פון זייערע אינטערעסן. אזא באאמטער איז געווען אנערקענט דורך דער רעגירונג אלס דער לעגאלער פארטרעטער פון די אידן, וועמענס פליכט איז געווען צו זען אז די שטייערן וואס זענען אנגעלייגט געווארן אויף די אידן אלס א גוף ווערן צייטליך באצאלט, און אז די געזעצן קעגן ריבית ווערן נאכגעקומען, און אין אויסטויש איז אים געגעבן געווארן געריכטליכע מאכט אין ציווילע פעלער. די דאזיגע מאכט, וואס ער האט אויסגענוצט אדער פּערזענליך אויב ער איז געווען א למדן אדער דורך זיין דעפּוטאט אויב נישט, האָט געגעבן דעם לאנדעסראבינער אַן אויטאריטעט אין דער קהילה.

וויבאלד די אידן פון 16טן יארהונדערט האבן געוואוינט כמעט אויסשליסליך אין קליינע קהילות און האָבן נישט געקענט אויפהאלטן א רב אדער א בית דין, האבן זיך עטליכע קהילות אין א דיסטריקט פאראייניקט צו טון דאס. צו דעם צושטאנד פון זאכן קען מען צושרייבן די עכטע גרינדונג פון דעם אמט פון לאנדעס-ראבינער, די פריערדיגע פּרואוון צו באשטימען א הויפּט־רב איבער אלע אידן פון א לאנד — צום ביישפּיל אין דייטשלאד דורך קייסער רופּערט אין 1407, און אין שפּאניע, פראנקרייך און פּארטוגאל, טיילווייז אין 14טן, טיילווייז אין 15טן יארהונדערט — זענען געווען מערסטנס אומפרוכפּערדיג, און אין יעדן פאַל בלויז פיסקאַלע מאסנאמען וואס זענען געווען באשטימט פאר שטייער־איינזאמלונג[2].

דער ערשטער לאַנדעס-ראַבינער וועגן וועמען עס איז פארהאן אַן אויטענטישער רעקארד איז רבי יהודה ליוואי, דער מהר"ל פון פּראג, וועגן וועמען זיין צייטגענאָס רבי דוד גאנז זאגט אז ער איז געווען פאר 20 יאר (שי"ג–של"ג) דער גייסטיגער פירער ("אב"ד") פון אלע אידישע קהילות אין דער פּראווינץ מעהרן[3]. אין 15טן יארהונדערט, צוליב די ברייטע פארטרייבונגען פון יענער תקופה, איז די דאזיגע פארוואלטונג אפּגעשאפט געווארן. אנשטאט דעם, האבן די בתי דין פון די פרייע קייסערליכע שטעט ווי פראנקפורט און ווארמס באקומען א גרעסערע מאכט און וויכטיגקייט.

מיט דער ווידעראיינשטעלונג פון אידישע קהילות אין 16טן און פריען 17טן יארהונדערט, האבן עטליכע שטאַטן ערלויבט די באשטימונג פון א הויפּט-רב ('רב מדינה') און די איינשטעלונג פון א בית דין. אין ש"ס (1600) זענען געווען א טוץ בתי דין אין דייטשלאנד. די איינשטעלונג פון די דאזיגע אינסטיטוציעס האט שטארק אונטערגעגראבן די איינפלוס פון די בתי דין אין די פרייע קייסערליכע שטעט, אַן אנטווילקונג וואס איז גינסטיג אויפגענומען געווארן דורך די הערשער וועלכע האבן געזוכט צו צעשיידן די פארבינדונגען וואס האבן געבונדן אידן וואס האבן געלעבט אין זייערע געביטן צו בתי דין וואס האבן אפּערירט אויסער זייער יוריסדיקציע.

די מערסטע בני המדינה האבן באשעפטיגט א לאנד-ראבינער (רב מדינה, אב בית דין), וועלכערס הויפּט פונקציע איז געווען די גלייכע צעטיילונג פון דער שטייער־לאַסט. דער לאנד-ראבינער איז צומאל דירעקט באשטימט געווארן דורך די אויטאריטעטן, אבער געווענליך איז ער געוועלט געווארן דורך די בני המדינה; די אויטאריטעטן האבן ערלויבט די וואלן און אים אויסגעגעבן א פאָרמעלע שריפטליכע פארזיכערונג פון פאראנטווארטליכקייטן און מאכטן. אפטמאל האט דער לאנד-ראבינער געהאט נאנטע פאמיליע און געזעלשאפטליכע פארבינדונגען מיט דער סעקולארער פירערשאפט פון די בני מדינה; צומאל איז דער אמט געבליבן אין דער זעלבער פאמיליע פאר עטליכע דורות. אירע סינעקורן האבן געגעבן דעם בעל־התפקיד א רעלאטיוו הויכן איינקונפט.

אין דער צייט פון מהר"ל זענען די קהילות פון מעהרן קלאר געווען זייער קליין. זיי זענען באשטאנען פון פליטים וועלכע זענען דורך דעם איינפלוס פון קאַפּיסטראַנאָ פארטריבן געווארן פון די גרויסע שטעט ווי ברין און אָלמיץ (1454) און האבן זיך באזעצט וואו נאָר א גוטווילנדער אדלער האט זיי אויפגענומען אונטער זיין שוץ. וויבאלד זיי האבן געגרינדעט קהילות וואס זענען געווען צו קליין צו באשעפטיגן א גוט־קוואליפיצירטן רב, האבן זיי אויסגעקליבן איינעם וואס האט געהאט זיין זיץ אין איינער פון די גרעסטע קהילות פון דער פּראווינץ צו דינען אלס זייער דיין. ענליכע באדינגונגען האבן געהערשט אנדערש וואו אויך. די אידן וואס האבן געלעבט אין דעם פירשטנטום באמבערג האָבן אין 1619 באַקומען אַן ערלויבעניש צו וועלן א "פּאומייסטער אָדער אָבריסטן רב", און זיי האבן מעגליך געהאט אזא באאמטער פריער[4]. די קהילות פון דעם פירשטנטום עטינגען, אויך געגרינדעט פון פליטים פון גרעסערע שטעט ווי נערדלינגען, האבן געהאט א לאנדעס-ראבינער פון פריע צייטן[5]. די אידן וואס האבן געלעבט אונטערן שוץ פון דעם עלעקטאָר און דעם ארכיבישאף פון מיינץ האבן אין 1718 געהאט ישכר בער עסקלס אלס זייער לאנדעס-ראבינער[6]). דער טיטל איז צומאל געגעבן געווארן אלס א צייכן פון אויסצייכענונג; אזוי האט רבי שמשון ווערטהיימער אין 1717 באקומען פון קייסער קארל דער זעקסטער דעם טיטל פון לאנדעס-ראבינער פון אונגארן ("pro archi sive superiori Judæorum Rabbino"). זיין איידעם, דער אויבנדערמאנטער עסקלס, וועלכער (כאטש ער האט רעזידירט אין וויען, זייענדיג פארבונדן מיט זיין שווער'ס באנק־געשעפט דארט) האט איבערגענומען זיין פאטער, גבריאל עסקלס, אלס לאנדעס-ראבינער פון מעהרן, איז באַשטימט געווארן (1725) נאך ר' שמשונ'ס פּטירה אלס זיין נאכפאלגער אלס לאנדעס-ראבינער פון אונגארם[7].

אין ווייסרוסלאַנד האָט די וויכטיקסטע ראָלע אין וועד המדינה געשפילט דער רב־המדינה, באַזונדערס ווען דעם דאָזיקן אַמט האָבן פאַרנומען ר' שאול ב"ר נפתלי הירץ און זיין זון ר' יצחק אייזיק גינצבורג (צווישן 1710 און 1750). דער רב־המדינה איז געווען פאָרזיצער פון וועד און פלעגט צונאָיפרופן די וועד־אַסיפות. ער פלעגט אויך אַרומפאָרן איבער די קהילות פון זיין "יעפּאַרכיע" און אַרויסגעבן פּסקים אין סכסוכים צווישן די הויפּט־קהילות און זייערע סביבות און צווישן קהל און זיינע מיטגלידער. ער פלעגט חתמענען דער ערשטער אויף אַלע תקנות און ווענדונגען פון וועד המדינה. זיין יערלעכער געהאַלט האָט לויטן בודזשעט פון יאָר 1732/1733 באַטראָפן 500 גילדן, בעת דער געהאַלט פון די אָרטיקע רבנים איז אינעם זעלביקן בודזשעט פעסטגעשטעלט געוואָרן אויף אַ העלפט — 250 גילדן. משמעות אַז די הערשערישע שטעלונג פון רב־המדינה האָט אַרויסגערופן אומצופרידנקייט אין טייל קהילות.

אין יאָר 1752 האָט זיך ר' מאיר מרגליות באַמיט צו ווערן לאַנדעס־ראַבינער פון רייסן און האָט קאָנקורירט מיטן באַקאַנטן רב ר' חיים ראַפּאַפּאָרט, וועלכער האָט זיך אויך באַמיט צו באַקומען אָט־דעם בכבודיקן פּאָסטן. ענדלעך האָבן די פרנסים באַשלאָסן צו טיילן דעם פּאָסטן צווישן צוויי רבנים, און געבן דעם רב מרגליות דעם טיטל "סובאַלטערנוס ראַבינוס" (וויצע־ראַבינער) ", כאָטש מען האָט אייגענטלעך נישט געטאָרט טיילן אָט־דעם פּאָסטן אָן אַ דערלויבעניש פון וואָיעוואָדאַ. דאָס באַווייַזט ווי הויך זיי האָבן געשאַצט די פערזענלעכקייט פון הרב מרגליות און ווי שווער עס איז זיי געווען זיך צו אַנטשיידן פאַר איינעם פון די צוויי רבנים. ר' מאיר'ס ברודער, ר' יצחק־בער, וועלכער איז געוויילט געוואָרן אַלס רב אין יאַזלאָוויץ און אין זאַלישטשיק נאָך זיין פאָטערס טויט, איז אויך געווען לאַנדעס־ראַבינער פון פּאָדאָליע און האָט זיך באַטייליקט אין וויכוח מיט די פראַנקיסטן אין קאַמעניץ פּאָדאָלסקי צוזאַמען מיטן פרנס לייב בן דניאל, און האָט זיך אויך באַטייליקט אין יוִכוח אין לעמבערג אין יאָר 1759. ר' יצחק בער מרגליות איז געווען דער לעצטער נאמן פון וועד־המדינה (לאַנדעס־קאָמיטעט) פון פּאָדאָליע און האָט אין יאָר 1763, צוזאַמען מיטן פרנס לייב בן דניאל, געחתמעט דעם פּראָטאָקאָל וועגן ליקווידירן די חובות פון קאָמיטעט.

אלס גייסטישע פירער

אין לויף פונעם 18טן יאָרהונדערט האבן פארשידענע רעגירונגען פרובירט צו באאיינפלוסן דעם אינערליכן צושטאנד פון די אידישע קהילות, און האבן דערפאר געזעצ-געגעבן וועגן זייערע קהל'שע קאנסטיטוציעס. טיפיש אין דעם רעספּעקט איז מאַריאַ טערעזיאַ, וואס אין איר "גענעראל־פּאליציי־פּראָצעס און קאָמערציאַל־אָרדענונג פאַר דער יודענשאַפט" פון מעהרן (29סטן דעצעמבער, 1753) שרייבט פּינקטליך פאָר די פליכטן פון דעם לאנד-ראבינער; למשל, אז ער זאל באשטימען דעם מסכת וואס אלע אנדערע רבנים זאלן אננעמען פאר אינסטרוקציע[אויסקלארונג פארלאנגט]; באלוינען דעם טיטל "דאָפּלטער רעב" ("מורינו"); זען אז אלע שטייערן ווערן צייטליך באצאלט; און אָרדענען די קאמפּליצירטע וואַלן פון א נייעם באאמטן[8]. אנדערע פּראווינצן האבן געזאלט האבן א לאנד-ראבינער. די קייסערין האט טאקע באשטימט איינעם פאר גאליציע, אבער ער האט נישט געהאט קיין נאכפאלגער[9]. אין דייטשלאנד איז די אינסטיטוציע בעיקר געגרינדעט געווארן אין די קליינע שטאַטן, וואו די רעגירונגען האבן געפירט אלע אנגעלעגנהייטן. העסע־קאַסעל האט געהאט א "לאַנדעס-ראַבינאַט", וואס איז געווען א קאמיטעט באשטאנען אויף דעם זעלבן יסוד ווי דער פּראָטעסטאַנטישער קאָנסיסטאָריום, אבער מיט א לאנדעס-ראבינער אלס פאָרזיצער. איר גרינדונג איז באשטימט געווארן אין 1823. האנאווער האט געמאכט ענליכע פּראוויזיעס אינעם געזעץ פון 1844 וועגן אידישע אנגעלעגנהייטן. ביז 1938 האט זי געהאט 4 לאַנד-ראבינערס, אין האנאווער (געגרינדעט 1687), הילדעסהיים (געגרינדעט 1842), שטאַדע (געגרינדעט 1842; זינט 1860 געדינט פּער פּראָ דורך די לאנד-ראבינערס פון האנאווער און עמדין אלטערנאטיוו) און עמדין (געגרינדעט 1827).

ספּעציעל טיפּישע באדינגונגען האבן עקזיסטירט אין גרויס-הערצאָגטום מעקלענבורג־שווערין, וואו די רעגירונג האט געגרינדעט די אינסטיטוציע פון לאנד-ראבינער דעם 14טן מאי 1839, פארזעצנדיג דעם 1764־געגרינדעטן הויפּט־ראַבינאַט פאַרן הערצאָגטום מעקלענבורג־שווערין. דארט האבן די ראבינערס (שמואל האָלדהיים און דוד איינהארן) ערשט געדארפט איינפירן ראדיקאלע רעפארמען. איינהארן האט ארויסגעווארפן פונעם דאווענען די העברעאישע שפּראך, און די נאציאנאלע און משיח-תפלות. מ'קען זיך פאָרשטעלן די אויפגערעגטקייט ביי די ארטאדאקסן, בפרט נאך, אַז ער האט גענומען פארשרייבן אין די אידישע מעטריקעס נישט־קיין־געמל'טע קינדער. אויף אלע פּראטעסטן האָט איינהארן שארף אפּגעענטפערט: ער האלט, אז ווער ס'וויל אים אנווארפן מילה, אלס א תנאי, וואס אָן דעם קען מען נישט געהערן צום כלל־ישראל, דער פעלשט אין אידנטום. דער שטרייט האט געדויערט לאנג, אוּן דער ראדיקאל דער רעפארמאטאר האט געמוזט אפּטרעטן דעם אמט און אריבער תחלת קיין אונגארן, דערנאך קיין אמעריקע. די מחלוקת איז אבער דערמיט נישט געשטילט געווארן. נאך דער רעוואלוציע פון 1848, האבן די ארטאדאקסן געזוכט שוץ קעגן דער רעפארם אונטער די פליגל פוּן מעקלענבורגער רעאַקציאָנערער רעגירוּנג; די רעגירונג האט זיך אנגענומען זייער קריוודע אוּן געפּועל'ט ביי זיך ווירקן אויפן אויטאנאמישן אידישן אויבּער־ראַט (דאס איז דער אויבּער־ראט, וואס ווערט אויסגעקליבן פון אלע אידישע קהלות אין הערצאגטום און ער ווידער קלייבט אויס דעם לאנד־ראבינער). דאס יאר 1853 האט דאס מיניסטעריום פארעפנטליכט אזא געמיינעם צירקוליאר, וואס האט געזאגט, אז דאס מיניסטעריום איז נישט צוּפרידן מיט דעם איצטיגן רעליגיעזן צוּשטאנד ביי אידן און אז די טענדענציעזע פירונג פון די לאנד־ראבינער ד"ר האלדהיים און ד"ר איינהארן האט געבראכט צו א שפּאלטונג ביי אידן. די רעגירונג האט באשלאסן צו פארשטארקן דעם "היסטארישן יודאאיזם" און צו פארמיידן א שפּאלטונג אין די אידישע קהילות, און האט באפוילן צו אויסקלייבן א לאנד־ראַבינער וואס זאל האלטן מיטן היסטארישן אידנטום. דאס מיניסטעריום האט אויך באפוילן די קהלות צו אויסקלייבן אזוינע דעפּוטאטן צום "אויבּער־ראַט", וואס וועלן אויסקלייבן א קאנסערוואטיוון לאנד־ראבינער, אנדערש וועט זיך דאס מיניסטעריום טון זיינס. די אידישע קהלות זענען געווען שטארק אויפגערעגט פוּן אזא גראב מישן זיך אין זייער רעליגיעז לעבן. די קהלה־פארוואלטונג פון דער רעזידענץ־שטאָט שווערין האט דערלאנגט דעם מיניסטעריום א שריפט, אנגעוויזן, אז צו ברענגען שלום אין אידישע קהלות איז אַן אינערליכע אידישע זאך. דערויף האט מעקלענבורגער הערצאָג פרידריך־פראנץ אפּגעענטפערט מיט א רעסקריפּט, פאַרבאטן די אידישע קהילות צו קלויבן דעם אויבער־ראַט און דעם אויבער־ראט צוּ קלויבן א לאנד־ראבינער. דער הערצאָג האט אויף זיין בּאַראָט געמאכט דריי אידן סוחרים פאַרן אויבּער־ראַט אוּן דעם ארטאדאקס רבי ברוך יצחק ליפּשיץ (דער "תפארת ישראל") פאר לאנד־ראבינער. ר' ברוך יצחק האט גענומען אויסווארצלען האלדהיים'ס און איינהארן'ס "אויפטוען". אזא שענדליך באהאנדלען די אידישע אויטאנאמיע האט געדויערט א סך יארן, ביז נאכדעם ווי אידן זענען עמאַנסיפּירט געווארן אין מעקלענבורג אין 1869, האבן זיי ווידער געקריגן רעכט אויסקלויבן זייער אויבער־ראט און א לאנד־ראבינער, נישט אנגעפרעגט דער רעגירונג'ס שולחן־ערוך[10][11].

אין זאקסע־וויימאר האט די רעגירונג גענוצט דעם לאנד-ראבינער צו דורכפירן דעם געזעץ פון 20סטן יוני 1823, וואס האט באפוילן אז די תפילות זאלן געהאלטן ווערן אין דייטש (זעט מענדל העס). אין זאקסע־מיינינגען איז דער לאנד-ראבינאט ארגאניזירט געווארן דורך דעם געזעץ פון 5טן יאנואר 1811[12]. דא ווי אומעטום אין די קליינע דייטשע שטאַטן איז דער ציל פון דער אינסטיטוציע געווען צו הייבן דעם מאראלישן און אינטעלעקטועלן סטאטוס פון די אידן.

זינט די פופציגער יאָרן פון פאָריקן יאָרהונדערט, האָט טשערנאָוויץ געהאַט דריי רבנים־דאָקטוירים מיטן טיטל "אָבער־ראַבינער". דער ערשטער האָט געהייסן דר. לאַזאַר איגעל און האָט ביז צום יאָר 1873 געטראָגן דעם נאָמען "לאַנדעס־ראַבינער".

אין דעם יאָר 1830 איז רבי שמשון רפאל הירש געוואָרן ערוועהלט אַלס "לאַנדעסראַבינער" פון אָלדענבורג, וואו דער אידישער היסטאָריקער היינריך גרעץ איז געווען זיין תלמיד פון 1837 ביז 1840. די דאָזיקע שטעלע האָט ער אָן געהאַלטן ביז 1841. אין דעם פאַרלויף פון די דאָזיקע עלף יאָר, האָט ער אויף געטון זעהר פיל אין שטאַרקן דאָס רעליגיעזע אידישקייט אין די קהילות, געמיינדעס, וועלאַכע זענען געשטאַנען אונטער זיין פירערשאַפט. ער האָט געווידמעט אויך זעהר פיל צייט צו אויסבעסערן דעם אידישן חינוך. אין דעם יאָר 1846 ווערט ער "לאַנדעסראַבינער" פון מעהרן אין דער שטאָט ניקלסבורג. אין עסטרייך האָט שמשון הירש געהאַלטן דעם אמט פאַר דער פּראָווינץ מעהרן פון 1847 ביז 1851. ער איז אויסגעקליבן געוואָרן לויטן קאָמפּליצירטן מעטאָד וואָס איז באַשטימט געוואָרן אין דעם געזעץ וואָס איז אַרויסגעגעבן געוואָרן דורך מאַריאַ טערעזיאַ.

דער לאַנדעס־ראַבינער, דער מלבי"ם, האָט מתפלל געווען פאַרן געזונט פונעם פירשט און האָט אויך אַליין פארפאסט אַ שיר לכבודן פירשט וועלכער איז ניצול געוואָרן פון אַן אַטענטאַט.

אין 19טן יאָרהונדערט

בייַם 19טן יאָרהונדערט האָבן נאָר טייל פון די קליינע שטאַטן פון דייטשלאַנד נאָך געהאַט אַ לאַנדעסראַבינער, ניימליך, מעקלענבורג־שווערין, מעקלענבורג־סטרעליץ, אָלדענבורג, בירקנפעלד, זאקסע־מיינינגען, אַנהאַלט, ברונזוויק און שווארצבּורג־זאָנדערסהאַוזען. פּרוסן, וואָס האָט שטענדיק פּראָקלאַמירט דעם פּרינציפּ פון ניט־אַריינמישונג אין אינערלעכע אידישע ענינים, האָט אויפגעהאַלטן דעם אמט אין טייל פון די פּראָווינצן וואָס זענען אַנעקסירט געוואָרן אין 1866, ווי די 4 לאַנדראַבינאַטן אין דער פּראָווינץ האַנאָווער און אין דער פּראָווינץ העסע־נאַסאו (קאסעל). דער אמט פון לאַנדעסראַבינער פאַר דער פּראָווינץ בראַנדנבורג, וואָס האָט עקזיסטירט אין בערלין און אין פראַנקפורט־אויפן־אָדער, האָט איבערגעלעבט, ווי אין אַנדערע לענדער, ביזן סוף פון 18טן יאָרהונדערט דורך דעם רב'ס קאַפּאַציטעט אַלס ציווילער דיין. דער לעצטער וואָס האָט געהאַלטן דעם טיטל איז געווען הירשל לעווין, בעת זיין נאכפאלגער, שמעון מאיר ווייל (געשטאָרבן 1828), האָט געהאַלטן דעם טיטל פון "וויצע[-]אָבער[-]לאַנדעסראַבינער". אַלס אַן אויסערגעוויינלעכע טובה האָט די רעגירונג אין 1849 געגעבן צו גדליה טיקטין פון ברעסלוי דעם טיטל פון לאַנדעסראַבינער, וואָס איז אינטערפּרעטירט געוואָרן אַלס אַ מאַניפעסטאַציע פון דער רעגירונג אין טויווע פון אָרטאָדאָקסיע און אַלס אַ מיסאַפּראָוועל פון דער רעפאָרם באַוועגונג (ל. גייגער, "אברהם גייגער 'ס לעבן אין בריוו", זייטן 113 עט סעק., בערלין, 1878).

אַ ענלעכע אינסטיטוציע איז די פון הויפּט־רב פון די פאראייניגטע העברעאישע קהילות פון דער בריטישער אימפעריע, וואָס רוט אָבער אויסשליסלעך אויף פרייוויליקער אנערקענונג פון די קהילות און ציט זיך נישט איבער גאַנצע גרופּעס פון קהילות ווי די פּאָרטוגעזישע, די רעפאָרם און די פוילישע אָרגאַניזאַציעס. דער אמט פון גראַנד ראַבין דו קאָנסיסטואַר סענטראַל אין פראַנקרייך איז אויך פון אַן ענלעכן כאראקטער, אָבער אונטערשיידט זיך דערין וואָס דער הויפּט־רב האַנדלט בלויז אין זיין קאַפּאַציטעט אַלס מיטגליד פון קאָנסיסטאָריום, און נישט אַלס היעראַרכישער פירער.

אין 19טן יאָרהונדערט זענען לאַנדראַבינער ווידער באַשטימט געוואָרן דורך אַ צאָל דייטשע שטאַטן. די דריי לאַנדראַבינער פון האַנאָווער האָבן רעפּרעזענטירט די רעגירונג אין דער השגחה אויף שולן, שולעס און צדקה־אינסטיטוציעס אין זייערע דיסטריקטן. זיי זענען געווען פאַראַנטוואָרטלעך פאַר דער אינספּעקציע און באַשטימונג פון אַלע קהילשע אָנגעשטעלטע, זיי האָבן געקענט אויפלייגן קנסות ביז צען מאַרק און האָבן נישט געקענט אָפּגעזאָגט ווערן אָן רעגירונגס־צושטימונג, כאָטש זיי זענען אויסגעקליבן געוואָרן דורך די קהילות. אין מעקלענבורג־שווערין, זאקסע־וויימאר און ברונזוויק זענען לאַנדראַבינער באַשטימט געוואָרן צו פאַסילאַטירן די מאָדערניזירונג פון אידישן לעבן און רעליגיעזער פראַקטיק. ווען אברהם גייגער האָט געוואָלט איינפירן די אינסטיטוציע אין נאַסאו האָט ער געטראָפן דעם שטאַרקן אַנטקעגענער פון די אָרטאָדאָקסישע דאָרפישע קהילות. אין לויף פון 19טן יאָרהונדערט איז די יוריסדיקציע פון דעם אמט מער און מער באַגרענעצט געוואָרן צו ריין רעליגיעזע געביטן, און אין 20סטן יאָרהונדערט איז עס געוואָרן מערסטנס אַן ערלעכע באַשטימונג.

וועגן ר' שאולס מילא־מקום, זיין זון ר' יצחק אייזיק גינצבורג, הערן מיר אין דעם אורטייל פון ליטווישן פינאַנץ־טריבונאַל פון 22סטן מערץ 1746 אין דעם שאַרפן קאָנפליקט צווישן שקלאָווער קהל און דעם ווייסרוסישן וועד, וואוּ עס ווערן געבראַכט סיי די שווערע אָנקלאַגעס פון שקלאָווער קהל קעגן וועד סיי די פאָדערונג פון שקלאָוו, אַז דער רב־המדינה און די רבנים בכלל זאָלן זיך נישט מישן אין שטייער־ענינים.

  1. זעט אבער וועגן דעם הויפּט־ראבינאט פון מעהרן נאך דעם פטירה פון רבי מרדכי בנעט, רבי משה סופר, שו"ת חתם סופר, אורח חיים, סי' יג.
  2. זעט היינריך גרעץ, " Gesch. " viii. 8, 102, et passim; שערער, "Rechtsverhältnisse der Juden", זייט 258; בישאָף פון די אידן; הויכמייסטער.
  3. רבי דוד גאנז, צמח דוד - חלק ראשון, ה'שנ"ב.
  4. עקשטיין, "Gesch. der Juden im Ehemaligen Fürstbistum Bamberg", זייטן 62, 157, באַמבערג, 1898.
  5. מילער, "Aus Fünf Jahrhunderten", זייט 171, אויגסבורג, 1900.
  6. באַמבערגער, "Historische Berichte über die Juden ... Aschaffenburg ", זייט 18, שטראסבורג, 1900.
  7. קויפמאן, "Samson Wertheimer", זייט 104, וויען, 1888; ווירצבאך, "Biographisches Lexikon", s.v. "Eskeles"
  8. Willibald Müller, "Beiträge zur Geschichte der Mähr. Judenschaft," pp. 86-99, Olmütz, 1903.
  9. שלמה באבער, אנשי שם, זז' XIX א.וו., קראקע, תרנ"ה.
  10. Donath, "Gesch. der Juden in Mecklenburg," pp. 221 et seq., Leipsic, 1874.
  11. שמעון דובנאוו, וועלט-געשיכטע פון יידישן פאלק 7, ז' 280.
  12. Human, "Gesch. der Juden im Herzogthum Sachsen-Meiningen-Hildburghausen," pp. 69 et seq., Hildburghausen, 1898.