אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פיוט"

1,997 בייטן אראפגענומען ,  פֿאַר 8 חדשים
רעדאגירונג
(←‏סארטן פיוטים: רעדאגירונג, אויסשטעל)
(רעדאגירונג)
שורה 18: שורה 18:

זינט די ענדע תקופת הגאונים, דורכאויס די אייראפעאישע מיטלאלטער, זענען ערשינען פרישע צענטערפונקטן וואו דער אידישער פיוט האט געבליט. א גרויסער צענטערפונקט איז געווען אין [[ספרד]] און אין [[פרובאנס]] אין די תקופה פון די [[גאלדענע עפאכע]], די ארטיגע פייטנים האבן אריינגעברענט פרישע סטילן אין זייערע שאפונגען, און כמעט ווי ארויסעגשטויסן דעם מהלך פון די ארץ ישראל'דיגע פיוטים. אין אנדערע אייראפעאישע קהילות (ווי: [[איטאליע]], [[אשכנז]], [[גריכלאנד]] און [[צרפת]]) איז די השפעה פון ארץ ישראל'דיגע מנהגים געווען שטערקער, זיי האבן ממשיך געווען צו זאגן די פיוטים, און האבן געשאפן נייע  אויף דעם זעלבן שטייגער. הערשט שפעטער האט אויך דארט אנגעהויבן אריינגעקומען שטריכן פון דעם ספרדישן סגנון. אין יענע תקופות זענען געווען פילע פייטנים אין אלע גרעסערע אידישע ישובים, און פיוטים זענען געווען די מערסט פארשפרייטע פאָרעם פון אידישע שאפונגען און תפילות{{הערה|צונץ ("ליטעראַטורגעשיכטע") ציילט איבער 900 נעמען פון פּייטנים}}. דאן איז דער נוסח התפילה מער נישט ערזעצט געווארן, די פיוטים האבן בלויז געדינט אלס צוגאב אדער צו זאגן א אנדערע געלעגנהייטן.

די פיוטים זענען דורכאויס די יארן געווארן צאמגענומען דורך די קהילות לויט זייערע מנהגים, און אהערגעשטעלט פאר זייערע שלוחי ציבור אין מחזורים. און מיט די ערפינדונג פון דרוק איז דאס נאכמער פאראיינינגט געווארן און פארשפרייט געווארן.

==קונסט און סטיל==
==קונסט און סטיל==
שורה 93: שורה 95:
}}
}}

==זאמלונגען פון פיוטים==
ווי ווייט פיוטים זענען אינטעגרירט געווארן אין דאס דאווענען איז אנדערש אין צייט און אָרט. אין אלטע צייטן איז געווען א שטארקע קעגנערשאפט צו דער פיוט ליטעראטור, בעיקר פון דער גרויסער ישיבה אין [[בבל]]. פונדעסטוועגן, זעט אויס, אז עס איז געווען א ברייטע באנוץ פון פיוטים אין רוב פון די ערשטע מזרח-קהילות. אין דער דאזיגער צייט זענען נאך נישט געווען קיין פארפעסטיגטע זאמלונג פון פיוטים, פאר דער געברויך פון פארשידענע געמיינדעס. ענדערש, האט יעדער חזן געזאגט פיוטים לויט זיין געשמאק און אויסוואל. ערשט אין שפּעטערדיגע תקופות, ווען די געמיינדעס האבן שטערקער טייל-גענומען אין דאוונען, זענען פּראקטיצירט געווארן די באשטימטע רעציטאציע פון געוויסע פיוטים פאר פארשידענע ליטורגישע געלעגנהייטן.

די דאזיגע פארפעסטיגטע תפילות, וואס האבן זיך געמערט, האבן געבראכט צו די זאמלונגען פון פיוטים (מחזורים, ספרי סליחות און קינות), וואס האבן פעסטגעשטעלט פאר יעדן געלעגנהייט שטיקלעך פון פיוטים, וואָס זייער רעציטאציע איז איבערגע'חזר'ט געווארן יאר נאך יאר. לכתחילה האט יעדער קהילה געגרינדעט אַן אייגענע זאמלונג, געווענליך דורך אויסקלייבן פיוט-שטיקער און צולייגן די ווערק פון ארטיגע קאמפּאזיטארן. אין א שפּעטערדיגער תקופה, האבן זיך אלץ מער פארווישט די אונטערשידן צווישן די זאמלונגען פון פיוטים פון די פארשידענע קהילות, און מיט דער ערפינדונג פון דרוקן האבן זיך אויסגעקריסטאליזירט פאראייניגטע זאמלונגען פון פיוטים פאר פארשידענע תפילות.

==דרויסנדיגע לינקס==
==דרויסנדיגע לינקס==