אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פיוט"

קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
1,362 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 8 חדשים
←‏היסטאריע: פארברייטערט
(←‏לויט די דאווענען: פארברייטערט)
צייכן: רויע רעדאגירונג
(←‏היסטאריע: פארברייטערט)
צייכן: רויע רעדאגירונג
שורה 6: שורה 6:


==היסטאריע==
==היסטאריע==
פיוטים האבן זיך ערשט אנטוויקלט אין [[ארץ ישראל]] אנגעהויבן פון ענדע תקופת התלמוד, בשעת די פאַרשידענע ווערסיעס פון די מחויב'דיגע תפילות זענען געווארן אויסגעקלארט. כאטש די עדות פון דער תּקופה איז באגרעניצט, קענען טעקסטן פון אור-אלטע פיוטים געפינען ווערן פארשפרייט אין תּלמודישע מקורות, און פיוטים, וועלכע זענעןפארפאסט געווארן אין דער תּקופה, זענען אַריינגענומען געווארן אין די באשטימטע ווערסיעס פון די פארשידענע נוסחאות התפילה. די דאזיגע אלטע סעגמענטן קענען דערקענט ווערן מיט זייער ערהאבענעם סטיל און כאראקטעריסטישן ריטם; זיי נוצן נאָך נישט קיין [[גראמען|גראם]]. די עלטסטע פיוטים זענען אנאנימע.
דאס זאגן לויב צו השי"ת דורך א לידער, געפינט מען שוין אין תנ"ך, ווי דער [[שירת הים]] און שפעטער דער [[ספר תהלים]], אבער אויפ'ן סגנון פון א "פיוט" האט זיך אנגעהויבן שפעטער, אין ראם פון די אנטוויקלונג פון די אנגענומענע נוסח התפילה.  
דער אנהייב פונעם פארברייטערונג פון פיוט איז אומקלאר זינט עס איז פארהאן ווייניג עדות איבער יענעם תקופה, מען געפינט אבער אין [[גמרא]] געוויסע לידער אויפ'ן פיוט-סטיל. לויט די פיוט פארשער האבן די פיוטים געדינט אלס פארברייטערונג פונעם נוסח התפילה, אין א צייט וואס דער שליח ציבור האט געקענט פארפאסן זיין אייגענעם נוסח צו זאגן די באשטימטע ברכות. מען געפינט סימנים פון אור-אלטע פיוטים אין די פארשידענע באשטימטע נוסחאות התפילה א שטייגער ווי [[א-ל ברוך גדול דעה]] פון ברכת יוצר אינדערוואכן, און [[א-ל אדון]] אום שבת. אזוי אויך דער ברכה פון [[ישמח משה]] טוען געוויסע משער זיין אלס טייל פון א "שבעתא" וואס איז געלאפן לויט די סדר הא"ב פאר יעדן ברכה דריי אותיות, און פארן פערטן ברכה די אותיות י-כ-ל ('''י'''שמח, '''כ'''ליל, '''ל'''וחות; דער "ושני" איז לויט זיי א שפעטערדיגע הוספה), אויך תכנת שבת לויפט אויפן סדר תשר"ק.


די פארצייטישע פיוטים האבן נישט פארמאגט קיין גראמען אבער זענען געווען מיט מעטער, און טייל האבן אויך, ווי געוויסע געדיכט־קאמפאזיציעס אין שפעטע ספרי תנ"ך, פארמאגט [[אקראסטיך]] פון אלף-בית. טייל פון זיי זענען אריין אין נוסח התפילה, א שטייגער ווי [[א-ל ברוך גדול דעה]] און [[א-ל אדון]]. אין די סידורים פון די גאונים געפינט מען אויך א גרויסע צאל פיוטים, א שטייגער ווי די [[אזהרות]] אויף שבועות און די פיוטי "עבודה" פון יום כיפור.
די פארצייטישע פיוטים קענען דערקענט ווערן מיט זייער ערהאבענעם סטיל און כאראקטעריסטישן ריטם; זיי נוצן נישט קיין [[גראמען|גראם]], זיי האבן אבער געקענט זיין געבויט לויט א מעטער. טייל האבן אויך פארמאגט [[אקראסטיך]] פון אלף-בית, א זאך וואס מען געפינט שוין אין געוויסע מזמורים אין תהלים און משלי. עס איז נישט באקאנט קיין נעמען פון מחברים, און זייער אידענטיטעט איז נישט פארצייכנט געווארן אויפ'ן פיוט. אין די סידורים פון די גאונים געפינט מען אויך א גרויסע צאל פיוטים, א שטייגער ווי די [[אזהרות]] אויף שבועות און די פיוטי "עבודה" פון יום כיפור.


עס איז נישט אינגאנצן קלאר צי זיי זענען אויפגעקומען בלויז ווי נאטירליכע אויסדרוקן פון אידישע געפילן אדער ווי א בכוונה'דיגער פארשלייערטער ענטפער צו רדיפות. אין יעדנספאל האבן פיוטים געדינט א באזונדערן ציל ווען למשל א גזירה פונעם [[ביזאנטישע אימפעריע|ביזאנטישן]] קייסער [[יוסטיניאן דער ערשטער]] (ד'שי"ג) האט פארבאטן דאס לערנען תורה. וויבאלד די ליטורגיע זעלבסט איז נישט געווארן פארבאטן, האט מען גענוצט די פיוטים צו אריינלייגן אזעלכע יסודות'דיגע מצוות ווי שמירת שבת און ימים טובים און צו רופן דעם עולם צו ליב האבן די תורה, צו גלייבן אין גאט, און שטעלן איר האפענונג און צוטרוי אין גאט׳ס השגחה פרטית. די דיכטונגען האבן אויך געדינט ווי א דערמאנונג פון די פארגאנגענהייט ווען גאט האט געוויזן אז ער האט נישט פארלאזט זיין אויסדערוועלט פאלק.
טייל ראשונים שרייבן אז די פיוטים זענען ערשינען אלס בכוונה'דיגער פארשלייערטער ענטפער צו רדיפות, דאס באציט זיך צו א גזירה פונעם [[ביזאנטישע אימפעריע|ביזאנטישן]] קייסער [[יוסטיניאן דער ערשטער]] (ד'שי"ג) וואס האט פארבאטן דאס לערנען תורה. און וויבאלד די ליטורגיע זעלבסט איז נישט געווארן פארבאטן, האט מען גענוצט די פיוטים אריינצופלעכטן יסודות'דיגע הלכות און מצוות, און צו לערנען אמונה בה' און אהבת התורה והמצוות.


אין די "קלאסישער תקופה"{{הבהרה|ווען איז דאס און וועמענס אויסדרוק?}} פון פיוט, איז שטארק אויסגעברייטערט געווארן דאס שאפונג פון פיוטים, און האט אוועקגעשטעלט א גאנצע סעריע פון פיוטים אויף יעדן פון די שבתים און ימים טובים, צו זאגן ביי די ברכות קריאת שמע און שמונה עשרה.
[[רב סעדיה גאון]] (ד'תרמ"ב–ד'תש"ב) רעכנט אויס צווישן די ערשטע מייסטער-פייטנים [[יוסי בן יוסי]], [[יניי]], און זיין תלמיד [[רבי אלעזר הקליר]]. פון וועמען קיינעמס לעבנס-דאטומען קען נישט ווערן פעסטגעשטעלט מיט זיכערקייט{{הערה|{{היברובוקס|רב סעדיה גאון|ספר האגרון|32264|page=106|עמ=הקדמה דף ג, ב}}}}. עס איז אנגענומען אז זיי האבן געוואוינט אין ארץ ישראל, ביים תקופה פון סוף חתימת התלמוד. אנדערע באקאנטע פייטנים פון יענע תקופה אין ארץ ישראל, זענען: שמעון בן מגס הכהן, רבי חדותא בירבי אברהם, יהושע הכהן, און יוסף ברבי ניסן משוה קריתים. יענער תקופה ווערט באצייכנט לויט די פארשער אלס די "קלאסישער תקופה" פון פיוט, אין יענער צייט איז שטארק אויסגעברייטערט געווארן דאס שאפונג פון פיוטים, אין זייער תּקופה האיז אוועקגעשטעלט געווארן די סטרוקטורעלע ראמען פון מערסטנס אנגענומען סארטן פיוטים. די פייטנים האבן האט אוועקגעשטעלט באזונדערע סעריעס פון פיוטים פאר יעדן פון די שבתים און ימים טובים, צו זאגן ביי די ברכות קריאת שמע און שמונה עשרה. טייל פון זיי זענען נאך פארבליבן ביז היינט אין געוויסע נוסחאות התפילהף אנדערע זענען פארגעסן געווארן, פון וואס טייל זענען אפגעפונען געווארן אין די [[קאירא גניזה]]. דאס בליאונג פון פיוט אין ארץ ישראל האט אנגעהאלטן ביז אנהייב פונעם 11טן יארהונדערט.  


דער בארימטער גאון און פילאזאף [[רב סעדיה גאון|רבינו סעדיה בן יוסף]] (ד'תרמ"ב–ד'תש"ב) רעכנט אויס צווישן די ערשטע מייסטער-פייטנים [[יוסי בן יוסי]], [[יניי]], און זיין תלמיד [[רבי אלעזר הקליר]], פון וועמען קיינעמס לעבנס-דאטומען קען נישט ווערן פעסטגעשטעלט מיט זיכערקייט{{הערה|{{היברובוקס|רב סעדיה גאון|ספר האגרון|32264|page=106|עמ=הקדמה דף ג, ב}}}}. אנדערע באקאנטע פייטנים פון יענע תקופה אין ארץ ישראל, וועלכע זענען ווי עס שיינט געווען טעטיג איידער ארץ ישראל איז געווארן איינגענומען דורך די אראבער (ד'שצ"ו), זענען: [[שמעון בן מגס]] הכהן, [[רבי חדותא בירבי אברהם]], יהושע הכהן, און יוסף ברבי ניסן משוה קריתים. אין זייער תּקופה האט זיך ענדגילטיג אויסגעקלארט די סטרוקטורעלע ראמען פון מערסטנס קלאסישע פיוט-סארטן. אפילו נאכדעם וואס ארץ ישראל איז פארכאפט געווארן דורך די אראבער, האבן אלע גרויסע פייטנים געארבעט אין מזרח; פון דעמאלט ביזן אנהייב פונעם 11טן יארהונדערט האט די דאזיגע ליטעראטור געבליט; עס איז געשאפן געווארן א גרויסע כמות פיוטים. צום ערשטן מאָל האבן פייטנים פון אויסלאנד, ווי רבי שלמה סולימאן בן עמר אלסנג'ארי, ניסי אלנהרואני, רבי סעדיה גאון, יוסף אלברדאני און אנדערע, אנגעהויבן צו ערשיינען.
אינדרויסן פון ארץ ישראל זענען די פיוטים הערשט אריינגעקמען דורך רבי שלמה סולימאן בן עמר אלסנג'ארי, ניסי אלנהרואני, רבי סעדיה גאון, יוסף אלברדאני און אנדערע, אנגעהויבן צו ערשיינען. אין בבל האט זיך דאס זאגן פיוטים אלס ערזאץ צום באשטימטן נוסח אנגעשטויסן אין שטארקע אפּאזיציע, טייל פון די גאונים האבן געהאלטן אז דער היתר איז נאר געווען צוליב שעת השמד, אנדערע האבן דאס מתיר געווען אזוי לאנג ווי מען האלט זיך צום ענין פון דער אריינפיר און אויספיר פון די ברכות וואס זענען באשטימט געווארן דורך די אנשי כנסת הגדולה. די מחלוקת האט אנגעהאלטן אויך שפעטער ווען די פיוטים זענעם אריינגעפלאכטן געווארן אלס צוגאב צום אנגענומען נוסח התפילה, און ביז היינט זענען דא פארשידענע מנהגים אין דעם לויט די קרייזן.  


רב סעדיה איז געווען א הייסער שטיצער פון פיוטים אין בבל. אבער די אידישע פּאעזיע האט זיך דארט אנגעשטויסן אין שטארקע אפּאזיציע אלס אַן אומנויטיגער חידוש אין דער ליטורגיע. פארט האבן די פיוטים איבערגעלעבט אין בבל אויך, ווייל דער המון עם האט רעאגירט אויף פּאָעטישע לידער, וואָס האבן געשטעלט זייערע ליידן אין א רעליגיעזן קאנטעקסט.
זינט די ענדע תקופת הגאונים, דורכאויס די אייראפעאישע מיטלאלטער, זענען ערשינען פרישע צענטערפונקטן וואו דער אידישער פיוט האט געבליט. א גרויסער צענטערפונקט איז געווען אין [[ספרד]] און אין [[פרובאנס]] אין די תקופה פון די [[גאלדענע עפאכע]], די ארטיגע פייטנים האבן אריינגעברענט פרישע סטילן אין זייערע שאפונגען, און כמעט ווי ארויסעגשטויסן דעם מהלך פון די ארץ ישראל'דיגע פיוטים. אין אנדערע אייראפעאישע קהילות (ווי: [[איטאליע]], [[אשכנז]], [[גריכלאנד]] און [[צרפת]]) איז די השפעה פון ארץ ישראל'דיגע מנהגים געווען שטערקער, זיי האבן ממשיך געווען צו זאגן די פיוטים, און האבן געשאפן נייע  אויף דעם זעלבן שטייגער. הערשט שפעטער האט אויך דארט אנגעהויבן אריינגעקומען שטריכן פון דעם ספרדישן סגנון. אין יענע תקופות זענען געווען פילע פייטנים אין אלע גרעסערע אידישע ישובים, און פיוטים זענען געווען די מערסט פארשפרייטע פאָרעם פון אידישע שאפונגען און תפילות{{הערה|צונץ ("ליטעראַטורגעשיכטע") ציילט איבער 900 נעמען פון פּייטנים}}. דאן איז דער נוסח התפילה מער נישט ערזעצט געווארן, די פיוטים האבן בלויז געדינט אלס צוגאב אדער צו זאגן א אנדערע געלעגנהייטן.
 
זינט די ענדע תקופת הגאונים, דורכאויס די אייראפעאישע מיטלאלטער, זענען די פייטנים געווארן גאר אסאך אין אלע גרעסערע אידישע ישובים, און פיוטים זענען געווען די מערסט קולטיווירטע פאָרעם פון העברעאישע ליטעראטור, הויפטזעכליך אין דייטשלאנד, פראנקרייך, איטאליע און שפאניע{{הערה|צונץ ("ליטעראַטורגעשיכטע") ציילט איבער 900 נעמען פון פּייטנים.}}. [[גראמען]] איז איינגעפירט געווארן אין שפאניע, וואו פיוטים האבן דערגרייכט דעם הויכפונקט פון איר אנטוויקלונג.{{הבהרה|איז נישטא קיין גראמען פון קליר?}}
 
נאך טיף אין אלף השישי זענען ווייטער געשריבן געווארן פיוטים, אבער נאר זעלטן זענען די דאזיגע שפּעטערדיגע לידער געמאכט געווארן א טייל פון נארמאלע ליטורגיען.


==קונסט און סטיל==
==קונסט און סטיל==

נאוויגאציע מעניו