אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דרעפט:רבי מנחם נחום פון טשערנאביל"

קיין רעדאגירונג באמערקונג
(ראזמארין)
 
אין תקציר עריכה
 
שורה 4: שורה 4:
ווען דעם [[בעל שם טוב]]'ס שיטה האט אנגעהויבן צו ווערן באקאנט, איז ער געפארן קיין [[מעזשיבוזש|מעזשעבוזש]], און ער איז געוואָרן זיין תלמיד. נאכן בעל שם טוב'ס פּטירה, איז ער געווארן אַן אנהענגער פון דעם [[רבי דוב בער פון מעזריטש|מעזעריטשער מגיד]], דעם בעל שם טוב'ס נאכפאלגער. זייענדיג א גלענצנדער דרשן איז ער ארומגעפארן פארשפּרייטן [[חסידות]], דעם בעל שם טוב'ס לערע. אויף זיינע רייזעס האָט ער אויך פיל געהאלפן צו פארבעסערן די עקאנאמישע לאגע פון די וועלכע האבן זיך גענייטיגט אין דעם. זייענדיג אליין אַן ארימאן, אפילו ווען ער איז געווען רב אין טשערנאבל, פלעגט ער אוועקגעבן זיינע עטליכע מטבעות פאר ארימעלייט. באזונדערס פלעגט ער זיך אפּגעבן מיט פּדיון שבויים, אויסלייזן געפאנגענע. ר' נחום'טשע, דער גרינדער פון דער [[טשערנאבילער דינאסטיע]], איז נפטר געווארן עלף טעג אין מרחשון, אינעם יאר תקנ"ה אין טשערנאבל.

ר' נחוס'טשע איז דער מחבר פון "ישמח לב" אויף תלמודישע אגדות, און פון זיין וויכטיגן ספר "מאור עינים" אויף תורה וועלכער האט געמאכט א גרויסן איינדרוק אין דער וועלט פון חסידות. זיין זון [[רבי מרדכי טווערסקי|ר' מרדכי (מאָטעלע)]] איז געווארן זיין נאכפאלגער. ר' מאטעלעס זון ר' אברהם, מחבר פון "מגן אברהם" אויף תורה, איז געוואָרן טריסקער מגיד.
ר' נחוס'טשע איז דער מחבר פון "ישמח לב" אויף תלמודישע אגדות, און פון זיין וויכטיגן ספר "מאור עינים" אויף תורה וועלכער האט געמאכט א גרויסן איינדרוק אין דער וועלט פון חסידות. זיין זון [[רבי מרדכי טווערסקי|ר' מרדכי (מאָטעלע)]] איז געווארן זיין נאכפאלגער.
 
מיין פאָטער ר' משה פלעגט פאָרן צום מגיד. ער האָט מיר דערציילט אַמאָל אַז דער מגיד האָט אים געזאָגט אַז יעדער פרי מאָרגן פאַרן דאַוונען גייען אים דורך "פּ אַלפים חסי־ דים דורכן קאָפּ". דעם "מגן אברהם'ס" זון ר' יעקב לייבעניו איז געוואָרן זיין נאָכפאָלגער.

אגב'דיגס: ר' נחום'טשע וועלכער האָט געארבעט מיט מסירת נפש פאַר "פּדיון שבויים", אויסלייזן געפאנגענע אידן, איז אמאל אליין געווארן איינגעזעצט אין טורמע, ווען ער האט זיך באמיט ארויס צו ראטעווען אַן איינגעזעצטן אידן. [[רבי זאב וואלף פון זיטאמיר|ר' זאב פון זשיטאָמיר]] האט באקומען די ערלויבעניש צו באדינען זיין רבי'ן אין זיין קעמערל. איינמאל האט זיך אויסגעדאכט אים אז ער זעט אין קעמערל א פרוי אין א זיידן טיכל. זי פרעגט דעם רבי'ן "זו תורה, וזו שכרה"? איז דאס דער שכר פאר לערנען תורה. און דער רבי ענטפערט "יא, דאָס איז דער שכר פאר לערנען תורה". נאך דער פרוי'ס פארשווינדן האט ער געבעטן דעם רבי'ן ער זאל אים באשיידן, ערקלערן דעם מיסטעריעזן, נישט־פארשטענדליכן שמועס. האט דער רבי אים דערציילט אז די פרוי איז געווען אונזער מוטער [[רחל]]. זי האָט אים געפרעגט צי דאס איז דער שכר פאר אויסלייזן אונשולדיגע אידן פון טורמעס. און אז ער האט איר געענטפערט: "יא, פונעם הימל האט מען מיך אריינגעבראכט אהער, כדי איך זאל זען ווי גרויס עס איז דער צער פון די איינגעזעצטע, און ווי גרויס עס איז די מצוה פון זיי אויסלייזן, כדי איך זאל עוסק זיין אין דער דאזיגער מצוה נאך שטארקער, מיט נאך מער איבערגעגעבנקייט ווי ביז איצט.

איידער ר' נחום'טשע איז געווארן דעם בעל שם טוב'ס א חסיד, פלעגט ער זיך פּייניגן… דערציילן חסידים אז איין מאל איז געקומען א מלאך פון הימל צו אים, און ער האט געוואלט אנטפּלעקן די סודות פון דער תורה צו אים. אבער דער רבי האט נישט געוואלט. ער האט געזאגט: "דאס וואס איך וועל דערגרייכן, וויל איך דערגרייכן מיט מיין אייגענער מי".