אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי אדם בעל שם"

8 בייטן אראפגענומען ,  פֿאַר 10 חדשים
ק
ק (←‏אידענטיטעט: אויסדרוק (פאר ריעל?!))
שורה 5: שורה 5:

==לעבן און שאפן==
==לעבן און שאפן==
דער עלטסטער מקור איבער רבי אדם בעל שם איז א קליין אידיש ביכל געדרוקט אינעם 17'טן יארהונדערט אין פראג און אין אמסטערדאם, "איין מעכטיג שין מעשה אשׂ גישעהן איז צו ווין אונ' צו פראג דורך איין בעל שם דער האט גיהיישׂן ר' אדם ווינג"{{הערה|אראפגעברענגט בשלימות דורך {{אוצר החכמה|משה הלל|בעלי שם|621795|ירושלים, תשנ"ג, זייט 217 און ווייטער|page=217}}}}, אנגעבליך עטליכע יאר נאך זיין הסתלקות, וואו עס ווערט דערציילט פארשידענע וואונדער וואס ער האט באוויזן פארן קייזער [[מאקסימיליאן דער צווייטער]], צווישן אנדערן, אז ער האט אריבערגעברענגט א גאנצן פאלאץ פון [[שפאניע]] קיין [[פראג]], בעהמען. לויט יענעם ביכל, איז אדם בעל שם געבוירן און באגראבן געווארן אין ווינג (Bingen) נעבן [[ווארמס]]; אבער זיין שטענדיגער וואוינארט איז געווען פּראג.
דער עלטסטער מקור איבער רבי אדם בעל שם איז א קליין אידיש ביכל געדרוקט אינעם 17'טן יארהונדערט אין פראג און אין אמסטערדאם, אנגעבליך עטליכע יאר נאך זיין הסתלקות. דער ביכל, "איין מעכטיג שין מעשה אשׂ גישעהן איז צו ווין אונ' צו פראג דורך איין בעל שם דער האט גיהיישׂן ר' אדם ווינג"{{הערה|אראפגעברענגט בשלימות דורך {{אוצר החכמה|משה הלל|בעלי שם|621795|ירושלים, תשנ"ג, זייט 217 און ווייטער|page=217}}}}, דערציילט פארשידענע וואונדער וואס ער האט באוויזן פארן קייזער [[מאקסימיליאן דער צווייטער]]. צווישן אנדערן, אז ער האט אריבערגעברענגט א גאנצן פאלאץ פון [[שפאניע]] קיין [[פראג]], בעהמען. לויט יענעם ביכל, איז אדם בעל שם געבוירן און באגראבן געווארן אין ווינג (Bingen) נעבן [[ווארמס]]; אבער זיין שטענדיגער וואוינארט איז געווען פּראג.

די דאזיגע געשיכטע, מיט מינדערוויכטיגע שינויים, ווערט אויך געברענגט אין שבחי הבעש"ט פון רבי דוב בער פון ליניץ. אויך ווערט דארט דערציילט, בשם רבי אברהם שמשון פון ראשקוב, אז רבי אדם האט געטראפן אין א הייל כתבים פון "רזין וסתרין דאורייתא", און אויף זיין שאלת חלום פאר וועם זיי איבערצוגעבן, האט מען אים געענטפערט דאס איבערצוגעבן "ישראל בן אליעזר פון אקופ". איידער זיין פטירה האט ער געהייסן זיין זון צו גיין קיין אקופ און דאס איבערגעבן פאר דער בעל שם טוב, וועלכער איז דאן געווען בלויז פערצן יאר אלט. עס ווערט דארט ווייטער געשילדערט באריכות וויאזוי דער זון האט אויסגעפירט די צוואה{{הערה|שם=שבחי|רבי דוב בער מלינץ, '''שבחי הבעש"ט''', קאפושט, תקע"ה, דף א עמוד ב}}.