אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי אדם בעל שם"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע|מקובל און בעל מופת}}
{{דעסקריפציע|מקובל און בעל מופת}}
'''רבי אדם בעל שם''' (ה'ת' יארן; 17טער י"ה) איז געווען א [[מקובל]] און [[בעל שם]], בעיקר באקאנט פארן שיקן כתבים אין קבלה צום [[בעל שם טוב]], ווי עס ווערט פארציילט אין ספר [[שבחי הבעל שם טוב]].
'''רבי אדם בעל שם''' (ה'ת' יארן; 17טער י"ה) איז געווען א [[מקובל]] און [[בעל שם]], בעיקר באקאנט פארן שיקן כתבים אין קבלה צום [[בעל שם טוב]], ווי עס ווערט פארציילט אין ספר [[שבחי הבעש"ט]].

צווישן די היסטאריקער זענען פארהאן מיינונגס-פארשידנהייטן און שפעקולאציעס איבער זיין אידענטיטעט. אין [[ליובאוויטש (חסידות)|ליובאוויטש]] איז אנגענומען א מסורה מיט מער דעטאלן איבער אים, צווישן אנדערן אז ער האט געוואוינט אין [[ראפשיץ]], געווען א תלמיד פון [[רבי יואל בעל שם]] און געפירט א חבורה פון צדיקים נסתרים. אין דער [[כערסאנער גניזה]] זענען פארהאן עטליכע בריוו פון אים צום בעל שם טוב.

שורה 7: שורה 7:
דער עלטסטער מקור איבער רבי אדם בעל שם איז א קליין אידיש ביכל געדרוקט אינעם 17'טן יארהונדערט אין פראג און אין אמסטערדאם, "איין מעכטיג שין מעשה אשׂ גישעהן איז צו ווין אונ' צו פראג דורך איין בעל שם דער האט גיהיישׂן ר' אדם ווינג"{{הערה|אראפגעברענגט בשלימות דורך {{אוצר החכמה|משה הלל|בעלי שם|621795|ירושלים, תשנ"ג, זייט 217 און ווייטער|page=217}}}}, אנגעבליך עטליכע יאר נאך זיין הסתלקות, וואו עס ווערט דערציילט פארשידענע וואונדער וואס ער האט באוויזן פארן קייזער [[מאקסימיליאן דער צווייטער]], צווישן אנדערן, אז ער האט אריבערגעברענגט א גאנצן פאלאץ פון [[שפאניע]] קיין [[פראג]], בעהמען. לויט יענעם ביכל, איז אדם בעל שם געבוירן און באגראבן געווארן אין ווינג (Bingen) נעבן [[ווארמס]]; אבער זיין שטענדיגער וואוינארט איז געווען פּראג.

די דאזיגע געשיכטע, מיט מינדערוויכטיגע שינויים, ווערט אויך געברענגט אין שבחי הבעל שם טוב פון רבי דוב בער פון ליניץ. אויך ווערט דארט דערציילט, בשם רבי אברהם שמשון פון ראשקוב, אז רבי אדם האט געטראפן אין א הייל כתבים פון "רזין וסתרין דאורייתא", און אויף זיין שאלת חלום פאר וועם זיי איבערצוגעבן, האט מען אים געענטפערט דאס איבערצוגעבן "ישראל בן אליעזר פון אקופ". איידער זיין פטירה האט ער געהייסן זיין זון צו גיין קיין אקופ און דאס איבערגעבן פאר דער בעל שם טוב, וועלכער איז דאן געווען בלויז פערצן יאר אלט. עס ווערט דארט ווייטער געשילדערט באריכות וויאזוי דער זון האט אויסגעפירט די צוואה{{הערה|שם=שבחי|רבי דוב בער מלינץ, '''שבחי הבעש"ט''', קאפושט, תקע"ה, דף א עמוד ב}}.
די דאזיגע געשיכטע, מיט מינדערוויכטיגע שינויים, ווערט אויך געברענגט אין שבחי הבעש"ט פון רבי דוב בער פון ליניץ. אויך ווערט דארט דערציילט, בשם רבי אברהם שמשון פון ראשקוב, אז רבי אדם האט געטראפן אין א הייל כתבים פון "רזין וסתרין דאורייתא", און אויף זיין שאלת חלום פאר וועם זיי איבערצוגעבן, האט מען אים געענטפערט דאס איבערצוגעבן "ישראל בן אליעזר פון אקופ". איידער זיין פטירה האט ער געהייסן זיין זון צו גיין קיין אקופ און דאס איבערגעבן פאר דער בעל שם טוב, וועלכער איז דאן געווען בלויז פערצן יאר אלט. עס ווערט דארט ווייטער געשילדערט באריכות וויאזוי דער זון האט אויסגעפירט די צוואה{{הערה|שם=שבחי|רבי דוב בער מלינץ, '''שבחי הבעש"ט''', קאפושט, תקע"ה, דף א עמוד ב}}.

אין ליובאוויטש איז אנגענומען א מסורה אז רבי אדם האט צוערשט געלערנט ביי רבי שלמה שמואל אין פאלאצק {{העב|פולאצק}} און ווען ער איז געווען דריי און דרייסיג יאר אלט איז ער אריבער צו דער ישיבה פון [[רבי יואל בעל שם]] אין [[זאמאשטש]], דארט האט ער געלערנט קבלה און געווארן א מיטגליד אין א חבורה [[ל"ו צדיקים|צדיקים נסתרים]] גערופן "מחנה ישראל". די חבורה איז אריגינעל געגרינדעט געווארן דורך [[רבי אליהו לואנץ|רבי אליהו בעל שם]] פון [[ווירמייזא]], דערנאך האט רבי יואל בעל שם איבערגענומען די פירערשאפט. שפעטער, אין יאר תנ"ח, האט רבי אדם דאס איבערגענומען{{הערה|רבי יוסף יצחק שניאורסאהן, '''ליובאוויטשער רבינ'ס זכרונות''' צווייטער טייל, כפר חב"ד: קה"ת, תשל"ד. פרק ע"ה; {{אוצר החכמה|רבי יוסף יצחק שניאורסאן|לקוטי דיבורים|650254|page=43|באנד=ג|עמ=תנשא}}}}, אבער אויף דער אנווייזונג פון [[אחיה השילוני]] האט ער זיך אפגעזאגט פון פירן די חבורה און איבערגעגעבן די פירערשאפט צום בעל שם טוב{{הערה|{{אוצר החכמה|רבי יוסף יצחק שניאורסאהן|ליובאוויטשער רבינ'ס זכרונות|143302|צווייטער טייל, כפר חב"ד: קה"ת, תשל"ד. פרק ע"ט|page=113}}}}. אין דער כערסאנער גניזה זענען דא עטליכע בריוו אין וועלכע רבי אדם דרוקט אויפ'ן בעל שם טוב נתגלה צו ווערן{{הערה|איגוד תלמידי התמימים, קובץ '''התמים''' חוברת ב', ווארשא, תרצ"ו.}}. ווי עס איז אבער משמע אין די בריוו, האבן זיי זיך קיינמאל פערזענליך געטראפן{{הערה|רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, '''ליקוטי שיחות''' כרך כג, ניו יארק: קה"ת, תש"ס. זייט 333}}.

לויט'ן שבחי הבעל שם טוב, איז רבי אדם נסתלק געווארן ווען דער בעל שם טוב איז געווען פערצן יאר אלט{{הערה|רבי דוב בער מלינץ, '''שבחי הבעש"ט''', קאפושט, תקע"ה, דף ב עמוד א}}, דאס קומט אויס צווישן שנת תס"ד און שנת תע"ד. אין סדר הדורות החדש שטייט אבער אז רבי אדם האט געלעבט אסאך איידער'ן בעל שם טוב{{הערה|שם=סדהד}}. אין דער כערסאנער גניזה, וועלכע ווערט ביי אסאך אנגענומען אלס פאלש{{הערה|זע אויספירליכע באריכט דורך {{אוצר החכמה|יצחק רפאל|סיני|16250|מוסד הרב קוק, תשל"ז|page=133|קעפל=גניזת חרסון|באנד=פא}}.}}, זענען די בריוו פון רבי אדם דאטירט ביז אייר שנת [[ה'תצ"ה]]{{הערה|איגוד תלמידי התמימים, קובץ '''התמים''' חוברת ד', ווארשא, תרצ"ז. עמוד ט}}.
לויט'ן שבחי הבעש"ט, איז רבי אדם נסתלק געווארן ווען דער בעל שם טוב איז געווען פערצן יאר אלט{{הערה|רבי דוב בער מלינץ, '''שבחי הבעש"ט''', קאפושט, תקע"ה, דף ב עמוד א}}, דאס קומט אויס צווישן שנת תס"ד און שנת תע"ד. אין סדר הדורות החדש שטייט אבער אז רבי אדם האט געלעבט אסאך איידער'ן בעל שם טוב{{הערה|שם=סדהד}}. אין דער כערסאנער גניזה, וועלכע ווערט ביי אסאך אנגענומען אלס פאלש{{הערה|זע אויספירליכע באריכט דורך {{אוצר החכמה|יצחק רפאל|סיני|16250|מוסד הרב קוק, תשל"ז|page=133|קעפל=גניזת חרסון|באנד=פא}}.}}, זענען די בריוו פון רבי אדם דאטירט ביז אייר שנת [[ה'תצ"ה]]{{הערה|איגוד תלמידי התמימים, קובץ '''התמים''' חוברת ד', ווארשא, תרצ"ז. עמוד ט}}.

אין ספר שבחי הבעל שם טוב  דער בעל שם טוב האט אויך געהאט א תהלים פון רבי אדם בעל שם{{הערה|שם=סדהד|מנחם מנדל בודק, '''סדר הדורות החדש''', סאטמאר, תש"א, דף ב עמוד א}}.
דער בעל שם טוב האט, לויט איין מקור, געהאט א תהלים פון רבי אדם בעל שם{{הערה|שם=סדהד|מנחם מנדל בודק, '''סדר הדורות החדש''', סאטמאר, תש"א, דף ב עמוד א}}.

== אידענטיטעט ==
== אידענטיטעט ==

רעוויזיע פון 01:02, 7 פעברואר 2025

רבי אדם בעל שם (ה'ת' יארן; 17טער י"ה) איז געווען א מקובל און בעל שם, בעיקר באקאנט פארן שיקן כתבים אין קבלה צום בעל שם טוב, ווי עס ווערט פארציילט אין ספר שבחי הבעש"ט.

צווישן די היסטאריקער זענען פארהאן מיינונגס-פארשידנהייטן און שפעקולאציעס איבער זיין אידענטיטעט. אין ליובאוויטש איז אנגענומען א מסורה מיט מער דעטאלן איבער אים, צווישן אנדערן אז ער האט געוואוינט אין ראפשיץ, געווען א תלמיד פון רבי יואל בעל שם און געפירט א חבורה פון צדיקים נסתרים. אין דער כערסאנער גניזה זענען פארהאן עטליכע בריוו פון אים צום בעל שם טוב.

לעבן און שאפן

דער עלטסטער מקור איבער רבי אדם בעל שם איז א קליין אידיש ביכל געדרוקט אינעם 17'טן יארהונדערט אין פראג און אין אמסטערדאם, "איין מעכטיג שין מעשה אשׂ גישעהן איז צו ווין אונ' צו פראג דורך איין בעל שם דער האט גיהיישׂן ר' אדם ווינג"[1], אנגעבליך עטליכע יאר נאך זיין הסתלקות, וואו עס ווערט דערציילט פארשידענע וואונדער וואס ער האט באוויזן פארן קייזער מאקסימיליאן דער צווייטער, צווישן אנדערן, אז ער האט אריבערגעברענגט א גאנצן פאלאץ פון שפאניע קיין פראג, בעהמען. לויט יענעם ביכל, איז אדם בעל שם געבוירן און באגראבן געווארן אין ווינג (Bingen) נעבן ווארמס; אבער זיין שטענדיגער וואוינארט איז געווען פּראג.

די דאזיגע געשיכטע, מיט מינדערוויכטיגע שינויים, ווערט אויך געברענגט אין שבחי הבעש"ט פון רבי דוב בער פון ליניץ. אויך ווערט דארט דערציילט, בשם רבי אברהם שמשון פון ראשקוב, אז רבי אדם האט געטראפן אין א הייל כתבים פון "רזין וסתרין דאורייתא", און אויף זיין שאלת חלום פאר וועם זיי איבערצוגעבן, האט מען אים געענטפערט דאס איבערצוגעבן "ישראל בן אליעזר פון אקופ". איידער זיין פטירה האט ער געהייסן זיין זון צו גיין קיין אקופ און דאס איבערגעבן פאר דער בעל שם טוב, וועלכער איז דאן געווען בלויז פערצן יאר אלט. עס ווערט דארט ווייטער געשילדערט באריכות וויאזוי דער זון האט אויסגעפירט די צוואה[2].

אין ליובאוויטש איז אנגענומען א מסורה אז רבי אדם האט צוערשט געלערנט ביי רבי שלמה שמואל אין פאלאצק (העב') און ווען ער איז געווען דריי און דרייסיג יאר אלט איז ער אריבער צו דער ישיבה פון רבי יואל בעל שם אין זאמאשטש, דארט האט ער געלערנט קבלה און געווארן א מיטגליד אין א חבורה צדיקים נסתרים גערופן "מחנה ישראל". די חבורה איז אריגינעל געגרינדעט געווארן דורך רבי אליהו בעל שם פון ווירמייזא, דערנאך האט רבי יואל בעל שם איבערגענומען די פירערשאפט. שפעטער, אין יאר תנ"ח, האט רבי אדם דאס איבערגענומען[3], אבער אויף דער אנווייזונג פון אחיה השילוני האט ער זיך אפגעזאגט פון פירן די חבורה און איבערגעגעבן די פירערשאפט צום בעל שם טוב[4]. אין דער כערסאנער גניזה זענען דא עטליכע בריוו אין וועלכע רבי אדם דרוקט אויפ'ן בעל שם טוב נתגלה צו ווערן[5]. ווי עס איז אבער משמע אין די בריוו, האבן זיי זיך קיינמאל פערזענליך געטראפן[6].

לויט'ן שבחי הבעש"ט, איז רבי אדם נסתלק געווארן ווען דער בעל שם טוב איז געווען פערצן יאר אלט[7], דאס קומט אויס צווישן שנת תס"ד און שנת תע"ד. אין סדר הדורות החדש שטייט אבער אז רבי אדם האט געלעבט אסאך איידער'ן בעל שם טוב[8]. אין דער כערסאנער גניזה, וועלכע ווערט ביי אסאך אנגענומען אלס פאלש[9], זענען די בריוו פון רבי אדם דאטירט ביז אייר שנת ה'תצ"ה[10].

דער בעל שם טוב האט, לויט איין מקור, געהאט א תהלים פון רבי אדם בעל שם[8].

אידענטיטעט

א מאנומענט אינעם אידישן בית החיים אין ראהאטין, וועלכע קאנצענטרירט זיך איבער רבי דוד משה אברהם, גערופן רבי אד"ם, אינדענטיפיצירט אלס רבי אדם בעל שם דורך רבי ראובן מרגליות

דער חוקר שמואל אבא האראדעצקי האט געטענה'ט אז מען טרעפט נישט קיין בעל שם, און בכלל א איד, מיטן ערשטן נאמען אדם[11][12]. יהושע מונדשיין מערקט אָן אז דער טיטל "בעל שם" ערשיינט בלויז אין דער אידישער ווערסיע פון שבחי הבעש"ט און אז אין דער לשון-קודש'דיגער ווערסיע, וואס לויט אים איז דער אריגינעלער, ערשיינט עס נישט[13].

אין יאר תשכ"ג האט דער חוקר חנא שמערוק באקאנט געמאכט אין אן ארטיקל אז אינעם 16'טן יארהונדערט האט עקזיסטירט א בעל מופת רבי אדם בעל שם און אז ביכלעך איבער זיינע וואונדער זענען געדרוקט געווארן, וואס צוויי אזעלכע ביכלעך געפינען זיך אין אקספארד, אין דער באדלעיאן ביבליאטעק[14]. דאס טוט טאקע פעסטשטעלן אז רבי אדם בעל שם האט עקזיסטירט[13], אבער לויט די ביכלעך, האט ער געלעבט אין די צייטן פון קייזער מאקסימיליאן דער צווייטער, אומגעפער 150 יאר איידער דעם בעל שם טוב[15].

אין די טשערנאבילער הויפן איז אנגענומען אז רבי אדם וואס האט געשיקט די כתבים צום בעל שם טוב, איז געווען "רבי נחום גאון", דער זיידע פון רבי מנחם נחום מטשערנאביל[16]; און לויט אן אנדערער גירסא איז ער געווען "רבי נחום שוסטאק", א זון פון רבי נחום גאון (געבוירן נאך זיין פטירה)[17][18]. אין דער כערסאנער גניזה ווערט ער באצייכנט ווי "אדם בעל שם מרופשיץ".

הרב ראובן מרגליות האט אידענטיפיצירט רבי אדם אלס רבי דוד משה אברהם פון ראהאטין (העב') (נפטר ה'תק"י[19]), מחבר פון ספר מרכבת המשנה אויף מכילתא און תולדות אדם אויף ספרי[12][20]. ער איז באקאנט געווען מיטן צונאמען ר' אד"ם וואס איז די ראשי תיבות פון זיין נאמען, און דער בעל שם טוב האט ביי אים געטון שימוש חכמים[21].

פראפעסאר גרשום שלום האט גע'טענה'ט אז רבי אדם און זיינע כתבים, זענען א שלייער פאר די כתבים פון רבי העשיל צורף וואס זענען געווען ביים בעל שם טוב און מתנגדים האבן שפעטער באשולדיגט אז עס האט שבתאי'שע אינהאלט[15]. שלום'ס מאטיוו פאר דעם אידענטיפיקאציע איז טענדענציעז, און הרב מרגליות[20], רובינשטיין[22] און מונדשיין[13] האבן שטארק קריטיקירט שלומ'ס באהויפטונג מיט כראנאלאגישע און לאגישע טענות.

ביבליאגראפיע

רעפערענצן

  1. אראפגעברענגט בשלימות דורך משה הלל, בעלי שם, ירושלים, תשנ"ג, זייט 217 און ווייטער (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן).
  2. רבי דוב בער מלינץ, שבחי הבעש"ט, קאפושט, תקע"ה, דף א עמוד ב.
  3. רבי יוסף יצחק שניאורסאהן, ליובאוויטשער רבינ'ס זכרונות צווייטער טייל, כפר חב"ד: קה"ת, תשל"ד. פרק ע"ה; רבי יוסף יצחק שניאורסאן, לקוטי דיבורים ג, עמ' תנשא (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  4. רבי יוסף יצחק שניאורסאהן, ליובאוויטשער רבינ'ס זכרונות, צווייטער טייל, כפר חב"ד: קה"ת, תשל"ד. פרק ע"ט (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  5. איגוד תלמידי התמימים, קובץ התמים חוברת ב', ווארשא, תרצ"ו.
  6. רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, ליקוטי שיחות כרך כג, ניו יארק: קה"ת, תש"ס. זייט 333.
  7. רבי דוב בער מלינץ, שבחי הבעש"ט, קאפושט, תקע"ה, דף ב עמוד א.
  8. 8.0 8.1 מנחם מנדל בודק, סדר הדורות החדש, סאטמאר, תש"א, דף ב עמוד א.
  9. זע אויספירליכע באריכט דורך יצחק רפאל, "גניזת חרסון", סיני פא, מוסד הרב קוק, תשל"ז (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  10. איגוד תלמידי התמימים, קובץ התמים חוברת ד', ווארשא, תרצ"ז. עמוד ט.
  11. ספר שבחי הבעש"ט: ערוך ומסודר מחדש בצרוף מבוא והערות מאת ש"א הורודצקי, ברלין, תרפ"ב, עמ' קלא.
  12. 12.0 12.1 יצחק אלפסי, היחיד בדורות, תשנ"ז, עמ' 76-78 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  13. 13.0 13.1 13.2 יהושע מונדשיין, שבחי הבעש"ט, ירושלים, תשמ"ב, זייט 58–67.
  14. חנא שמערוק, "הסיפורים על ר׳ אדם בעל שם וגילגוליהם בנוסחאות ספר שבחי הבעש"ט", ציון כח, עמ' 86–105‏, JSTOR 23552161.
  15. 15.0 15.1 גרשם שלום, "התנועה השבתאית בפולין", אין: ישראל היילפרין (רעדאקטאר), בית ישראל בפולין ב, ירושלים תשי"ד, עמ' 52;
    גרשום שלום, "הנביא השבתאי ר' העשיל צורף - ר' אדם בעל שם" אין: דוד אסף און אסתר ליבס (רעדאקטארן), השלב האחרון - מחקרי חסידות של גרשום שלום, הוצאת מאגנס, 2008, עמ' 41–63.
  16. מקורות צוזאמענגענומען אינעם ארטיקל פון הרב שלמה אבי"ש, "רבותיו וכתביו של רבינו הבעש"ט הקדוש זיע"א", היכל הבעש"ט יג, היכל מנחם, תשס"ז, הערה 16.
  17. בצלאל לנדוי, הבעש"ט ובני היכלו, בני ברק: נצח, תשכ"א. זייט ש"מ.
  18. רבי חיים יוסף אריה פראגער, כתבי ר' יאשע שו"ב, עמוד קיא.
  19. ספר קהילה, רוהאטין - קהילת רוהאטין והסביבה (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  20. 20.0 20.1 ראובן מרגליות, "לזהותו של "ר' אדם"", במישור שנה ב, גליון ס"ד, תש"א.
  21. יהודה ראטען, מרכבת המשנה, לעמבערג, תרנ"ה, עמ' א, הקדמת המביא לבית הדפוס; רבי חיים קרייזווירטה, הקדמה לשו"ת רבינו חיים כהן, לאנדאן, תשי"ז.
  22. אברהם חיים רובינשטיין, "על רבו של הבעש"ט ועל הכתבים שמהם למד הבעש״ט", תרביץ מח (תשל״ט), עמ׳ 146–158‏, JSTOR 23594334.