בדוקי עריכות אוטומטית, אינטערפעיס רעדאקטארן, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, סיסאפן, מייבאים, מעדכנים, מייבא, אספקלריה רעדאקטארן
46,371
רעדאגירונגען
| שורה 13: | שורה 13: | ||
די דאָמיניקאַנער האבן אין זייערע שולעס צוגעגרייט מאָנאַכן, וואס זענען געווען באהאוונט אין דער העברעאישער ליטעראטור און געניט אין פירן רעליגיעזע וויכוחים. באזונדערס האבן ביי זיי געהאט א ווערט גע'שמד'טע אידן, וואס האבן געקענט אויפדעקן די "בלאָנדזשענישן" פון דעם תלמוד און די "פאלשקייטן" פון די רבנים. אזא אַגיטאַטאָר האט זיך באוויזן אין דרום־פראנקרייך און אַראַגאָניע, קורץ נאכדעם ווי די דאָמיניקאַנער האבן אויסגע'פּועל'ט די פארברענונג פונעם תלמוד אין פּאריז מיט דער הילף פון דעם משומד [[ניקאלאי דאנין|ניקאלאי דאָנין]]. דאס איז געווען דער משומד פּוילוס כריסטיאַני אדער "ברודער פּאַבלאָ" (פראַי פּאול), א מאָנאַך פון דעם דאָמיניקאַנער אָרדן. דער דאזיגער משומד, וואס האט געהאט אנגענומען דעם נאמען פון דעם [[שאול התרסי|פארצייטישן אַפּאָסטאָל]], איז ארום 1260 ארומגעפארן איבער [[פראוואנס|פּראָוואַנס]] און [[קאטאלאניע|קאַטאַלאָניע]] און האט געפּרואווט ארויסרופן רבנים אויף רעליגיעזע וויכוחים, און האט זיך געפלייסט צו אויפווייזן די ריכטיגקייט פון די קריסטליכע דאָגמעס מיט ראיות גענומען פון תנ"ך און אפילו פון תלמוד, אבער אָן קיין ערפאלג. | די דאָמיניקאַנער האבן אין זייערע שולעס צוגעגרייט מאָנאַכן, וואס זענען געווען באהאוונט אין דער העברעאישער ליטעראטור און געניט אין פירן רעליגיעזע וויכוחים. באזונדערס האבן ביי זיי געהאט א ווערט גע'שמד'טע אידן, וואס האבן געקענט אויפדעקן די "בלאָנדזשענישן" פון דעם תלמוד און די "פאלשקייטן" פון די רבנים. אזא אַגיטאַטאָר האט זיך באוויזן אין דרום־פראנקרייך און אַראַגאָניע, קורץ נאכדעם ווי די דאָמיניקאַנער האבן אויסגע'פּועל'ט די פארברענונג פונעם תלמוד אין פּאריז מיט דער הילף פון דעם משומד [[ניקאלאי דאנין|ניקאלאי דאָנין]]. דאס איז געווען דער משומד פּוילוס כריסטיאַני אדער "ברודער פּאַבלאָ" (פראַי פּאול), א מאָנאַך פון דעם דאָמיניקאַנער אָרדן. דער דאזיגער משומד, וואס האט געהאט אנגענומען דעם נאמען פון דעם [[שאול התרסי|פארצייטישן אַפּאָסטאָל]], איז ארום 1260 ארומגעפארן איבער [[פראוואנס|פּראָוואַנס]] און [[קאטאלאניע|קאַטאַלאָניע]] און האט געפּרואווט ארויסרופן רבנים אויף רעליגיעזע וויכוחים, און האט זיך געפלייסט צו אויפווייזן די ריכטיגקייט פון די קריסטליכע דאָגמעס מיט ראיות גענומען פון תנ"ך און אפילו פון תלמוד, אבער אָן קיין ערפאלג. | ||
דאן האט דע פּעניאַפאָרטע באשלאסן צו אראנזשירן אַן עפנטליכן וויכוח צווישן אידן און קריסטן אין דער געגנווארט פון קעניג יאקאב. קריסטיאני האט אויסגעוועלט דעם רמב"ן, רבי משה בן נחמן פון [[געראנע]], פאר א קעגנער אין דעם ויכוח. | דאן האט דע פּעניאַפאָרטע באשלאסן צו אראנזשירן אַן עפנטליכן וויכוח צווישן אידן און קריסטן אין דער געגנווארט פון קעניג יאקאב. קריסטיאני האט אויסגעוועלט דעם רמב"ן, רבי משה בן נחמן פון [[געראנע]], פאר א קעגנער אין דעם ויכוח. דאס איז נישט געווען דער רמב"ן'ס ערשטע באגעגעניש מיט יענעם משומד, דער רמב"ן האט שוין געהאט א דיספּוט מיט אים אין זיין היימשטאט געראנע. | ||
קריסטיאני האט זיך פארלאזט אויף די איינגעהאלטנקייט וואס זיינע קעגנער וועלן מוזן ארויסווייזן אויס מורא פונעם צארן פון די קריסטליכע אדללייט, און האט פארזיכערט דעם קעניג אז ער קען אויפווייזן די ווארהייט פון קריסטנטום פון די גמרא און אנדערע חז"ל שריפטן. | קריסטיאני האט זיך פארלאזט אויף די איינגעהאלטנקייט וואס זיינע קעגנער וועלן מוזן ארויסווייזן אויס מורא פונעם צארן פון די קריסטליכע אדללייט, און האט פארזיכערט דעם קעניג אז ער קען אויפווייזן די ווארהייט פון קריסטנטום פון די גמרא און אנדערע חז"ל שריפטן. | ||
רעדאגירונגען