אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ליפא פריעדמאן"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(←‏דרויסנדיגע לינקס: פארברייטערט)
שורה 48: שורה 48:
* {{אוצר החכמה|2=דורות|3=675209|page=17|קעפל=הגנרל|באנד=606|שנת הוצאה=תשפ"ג|מו"ל=בטאון העדה}}
* {{אוצר החכמה|2=דורות|3=675209|page=17|קעפל=הגנרל|באנד=606|שנת הוצאה=תשפ"ג|מו"ל=בטאון העדה}}
*{{אוצר החכמה|אברהם יעקב גלאנצער|אגם מים|10679|page=405|קעפל=איש חסיד היה|שנת הוצאה=תשל"ה}}
*{{אוצר החכמה|אברהם יעקב גלאנצער|אגם מים|10679|page=405|קעפל=איש חסיד היה|שנת הוצאה=תשל"ה}}
*{{NYT|2=rabbi Leopold Friedman dies eader of hasidic movement|3=1972/10/30/archives/rabbileopold-friedman-dies-leader-of-hasidic-movement.html|4=1972/10/30}}


==רעפערענצן==
==רעפערענצן==

רעוויזיע פון 22:40, 20 יאנואר 2025



פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות

פאראמעטער [ אמט ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

ליפא פריעדמאן
ליפא פרידמאן.jpg
געבורט כ"ב תשרי תרס"ה
אניק
פטירה כ' חשון תשל"ג (אלט: 68)
מדינה אמעריקא

רבי חנניה יום טוב ליפא פרידמאן (שמיני עצרת ה'תרס"ה - כ' חשון ה'תשל"ג) איז געווען אן עסקן און כלל-טוער, וואס האט געדינט אלס מנהל המוסדות פון סאטמאר אין ניו יארק, און איינער פון די וויכטיגסטע עסקנים ביי די סאטמארער חסידות אין די יארן נאכ'ן חורבן אייראפע. ער איז געווען א נאנטער תלמיד פון דער סאטמארער רבי און א צענטראלע פיגור אין אויפבוי פון די סאטמארער מוסדות אין וויליאמסבורג.

ביאגראפיע

ליפא פרידמאן איז געבוירן געווארן אין א קליין אונגארישן דערפל, אניק, נעבן דער שטאט סעליש, צו זיין פאטער רבי אברהם, א תלמיד פונעם סיגוטער רב רבי חנניה יום-טוב ליפא טייטלבוים דער "קדושת יום טוב", נאך וועמען ער האט גערופן זיין זון. יונגערהייט האט ער ארויסגעשטארצט מיט זיינע כשרונות, און ער האט געלערנט אין עטליכע ישיבות, אריינגערעכנט אין אונסדארף אונטער רבי יוסף יונה צבי הלוי הורוויץ. אלס בחור איז ער שוין געווען טעטיג אין כלל ענינים.

ער איז געווארן אן איידעם בזיווג ראשון ביי רבי שאול בראך דער קאשויער רב. ער האט זיך באזעצט אין קאשוי, וואו ער האט געוואוינט עטליכע יאר. דערנאך האט ער זיך געצויגן קיין סעליש, וואו ער האט ווייטער אנגעפירט זיין עסקנות. אין יענע יארן האט ער צעטיילט זיין טאג - א טייל פונעם טאג האט ער אוועקגעגעבן פאר לערנען תורה און פירן א ישיבה אין זיין הויז מיט א קבוצה בחורים, און א טייל פונעם טאג האט ער געארבעט אינעם באנק וואס האט געהערט צו זיין פאטער ר' אברהם. שפעטער האט ר' אברהם איבערגעגעבן די פירערשאפט איבערן באנק פאר זיין זון, און ער אליין האט זיך געזעצט לערנען אין בית המדרש א גאנצן טאג.

רבי ליפא איז געווען באקאנט אין סעליש אלס איינער פון די חשוב'ע עסקנים פון דער קהילה, און ער האט געשטרעבט אריינצוברענגען א חסיד'ישן אטמאספער אין דער שטאט, וואס איז געווען מער אשכנז'יש געשטימט. ער פלעגט שענקען א גארטל פאר יעדער בר מצוה בחור, און פאר יעדער בחור וואס האט געוואלט פארן צום סאטמארער רבי'ן האט ער אויסגעצאלט די שפעזן.

ביי דער צווייטער וועלט קריג, איז ער מיט זיין ווייב און זיבן קינדער פארשיקט געווארן קיין אוישוויץ. נאר ער מיט זיין בכור בערל זענען געבליבן לעבן. אין אוישוויץ האט ער געשפילט א ראלע אין אפהיטן אידישקייט, געהאלפן אנדערע אידן לייגן תפילין, און געהאלטן חשבון ווען ס'איז געווען שבת און יום טוב. אויך האט ער געהאלטן א חשבון פון די יארצייטן פון די פארשטארבענע, כדי די קרובים זאלן קענען וויסן ווען זיי זאלן צינדן ליכט. שפעטער האט ער חתונה געהאט בזוויג שני מיט 'יוכבד' א טאכטער פון רבי אברהם וואלדמאן - שו"ב אין שטאט סאטמאר, מיט וועם ער האט געהאט איין זון און איין טאכטער.

נאכן חורבן אייראפע האט ער זיך צוריקגעקערט קיין סעליש, און שפעטער האט ער אימיגרירט קיין טשעכאסלאוואקיי, וואו ער האט געדינט אלס רב אין א פליטים קהילה אין דער שטאט כאמטוב. שפעטער איז ער געקומען קיין אמעריקא און זיך באזעצט אין וויליאמסבורג. ער האט ער איז נפטר געווארן כ' חשוון תשל"ג, און ער ליגט אין דעם סאטמארער בית החיים אין ניו זשערסי[1].

עסקנות און אויפבוי פון סאטמאר

ר' ליפא אין אפיס פון סאטמארער מוסדות
ר' ליפא מיט ניו יארק סיטי מעיאר לינדזי, ביי א באזוך אין שטוב פון סאטמארער רבי

נאך בעפארן קריג האט דער סאטמארער רבי אנערקענט זיין טאלאנט, און ער פלעגט אים באשטימען פאר פארשידענע שליחות'ן. צווישן די יארן תרצ"ח און תש"ד איז ער געווען דער "אמבאסאדאר" פון סאטמאר אין טשעכיי, און ער האט געשפילט א ראלע אין פארשידענע עסקנות אקטיוויטעטן, אריינגערעכנט פדיון שבוים און ראטעווען אידן פון די נאצישע נעגל.

נאכן קריג אלס רב אין כאמטוב איז ער געווען טעטיג זיין אין אויפבויען מוסדות און קהילות פאר די פליטים, ער איז געווען אקטיוו אין שאפן פילע וויזעס פאר זיינע באקאנטע, זיי זאלן קענען אימיגרירן קיין אמעריקע, וואו ער האט זיך אויך באזעצט אין יאר תש"ז. דעמאלטס האט ער אויךגעארבעט אינאיינעם מיטן סאטמארער רבי'ן, אויפצובויען א חסיד'ישע אימפעריע אין אמעריקע.

ווען דער סאטמארער רבי האט באשלאסן צו בלייבן אין אמעריקע, איז רבי ליפא געווארן זיין פערזענליכער מנהל, און ער האט געשפילט א צענטראלע ראלע אין די קהל "יטב לב" דסאטמאר אין ניו יארק, אריינגערעכנט אויפשטעלן די קהילה זעלבסט און אירע שטאטוטן, און ער האט געדינט אלס ראש הקהל און "פרעזידענט" פון די קהילה. און געהאט א טייל אין די מוסדות "יטב לב דסאטמאר" אין ירושלים[2]. דער סאטמארער רבי האט אים מתחילה פארגעשלאגן אז ער זאל ווערן א רב, אבער ער האט געזאגט אז עס וועט זיין מער תועלת זייענדיג אן עסקן און מנהל המוסדות[3].

רבי ליפא איז איז געווען פאראנטווארטליך פארן אויפשטעלן די ישיבה "תורה ויראה" דסאטמאר און די מיידל שולע "בית רחל". און איז געווארן דער געטרייער מנהל המוסדות פון סאטמאר. אונטער זיין פירערשאפט זענען די מוסדות שטארק געוואקסן און געווארן די גרעסטע אידישע פריוואטע חינוך סיסטעם אין אמעריקע. רבי ליפא האט געהאט א שטארקע פארבינדונג מיט'ן סאטמארער רבי'ן, און האט געדינט אלס זיין רעכטע האנט אין אלע ענינים פון די מוסדות[4]. ער האט געפירט זיין ארבעט מיט מסירת נפש, ארבעטנדיג אפטמאל ביז שפעט אין די נאכט. ער האט זיך אויך אפגעגעבן מיט שרייבן די תורות פונעם סאטמארער רבי'ן[5].

אויסער זיין ראלע אין די מוסדות, איז רבי ליפא געווען ווי דער "פאראיין מיניסטער" פון סאטמאר, און אויך פון שטאט וויליאמסבורג אין אלגעמיין, ער איז געווען אריינגעמישט אין פיל עסקנות אויפן לעגאלן פראנט, און איז געווען א וויכטיגע פארבינדונג צווישן די סאטמארער קהילה און די אמעריקאנער רעגירונג. ער האט געארבעט מיט פארשידענע פאליטיקאנטן און רעגירונגס באאמטע, אריינגערעכנט פרעזידענט ניקסאן, צו העלפן די מוסדות און די אידישע געמיינדע.

ער האט זיך קענגעגשטעלט אנטקעגן דאס אויפבויען א שטעטל פאר סאטמאר. אבער טראץ וואס ער פלעגט זיך צומאל קענען דינגען מיט סאטמארער רבי'ן איבער געוויסע ענינים פון די קהילה, האט ער עס געטון מיט אן הכנעה בלויז ווען דער רבי האט געוואלט הערן זיין מיינונג[6]. אין זיינע לעצטע יארן האט ער יא צוגעהאלפן דאס גרינדן די סאטמארער קהילה אין קרית יואל[7], וואו עס איז שפעטער געווידמעט געווארן א געסל, "ליפא פרידמאן לעין" אויף זיין נאמען[8].

משפחה

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. בילד אויף זיין מציבה, אויף אייוועלט.
  2. רשימות פון פאיער רב, גינת ורדים - קובץ תורני - יא (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  3. שמואל שלמה טעללער, זקניך ויאמרו לך - יב, תש"פ.
  4. "א בריוו פון סאטמאר רבי'ן מיט א שליחות צו רבי ליפא", דברי יואל - מכתבים ב (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  5. זעט ליקוטי אורה - שבועות
  6. ישיבת תורה ויראה ובית רחל דרבינו יואל, ונבנתה עיר (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  7. שמואל שלמה טעללער, "ר׳ ליפא׳ס מסירות נפש פארן רבי׳נס שטעטל", קרית מלך רב (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע); זעט אויך דעם "הערת המחבר", אין חלק ב'.
  8. ליפא פרידמאן לעין, אויף גוגל מאפעס.