אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ליפא פריעדמאן"
(←נאכ'ן חורבן: פארברייטערט) |
(←נאכ'ן חורבן: צוגעלייגט מקור) צייכן: רויע רעדאגירונג |
||
| שורה 29: | שורה 29: | ||
נאכן חורבן אייראפע, האט ער זיך צוריקגעקערט קיין סעליש, און שפעטער האט ער אימיגרירט קיין [[טשעכאסלאוואקיי]], וואו ער האט געדינט אלס רב הקהילה פון א פליטים קהילה אין דער שטאט כאמטוב. ער האט אויך אנגעהויבן טעטיג זיין אין אויפבויען מוסדות און קהילות פאר די פליטים, און ער האט אנגעהויבן ארבעטן אינאיינעם מיטן סאטמארער רבי'ן, אויפצובויען א חסיד'ישע אימפעריע אין אמעריקע. ער איז געווען אקטיוו אין שאפן פילע וויזעס פאר זיינע באקאנטע, זיי זאלן קענען אימיגרירן קיין אמעריקע, וואו ער האט זיך אויך באזעצט אין יאר תש"ז. | נאכן חורבן אייראפע, האט ער זיך צוריקגעקערט קיין סעליש, און שפעטער האט ער אימיגרירט קיין [[טשעכאסלאוואקיי]], וואו ער האט געדינט אלס רב הקהילה פון א פליטים קהילה אין דער שטאט כאמטוב. ער האט אויך אנגעהויבן טעטיג זיין אין אויפבויען מוסדות און קהילות פאר די פליטים, און ער האט אנגעהויבן ארבעטן אינאיינעם מיטן סאטמארער רבי'ן, אויפצובויען א חסיד'ישע אימפעריע אין אמעריקע. ער איז געווען אקטיוו אין שאפן פילע וויזעס פאר זיינע באקאנטע, זיי זאלן קענען אימיגרירן קיין אמעריקע, וואו ער האט זיך אויך באזעצט אין יאר תש"ז. | ||
ווען דער סאטמארער רבי האט באשלאסן צו בלייבן אין אמעריקע, איז רבי ליפא געווארן זיין פערזענליכער מנהל, און ער האט געשפילט א צענטראלע ראלע אין די קהל "יטב לב" דסאטמאר אין ניו יארק, אריינגערעכנט אויפשטעלן די קהילה זעלבסט און אירע שטאטוטן. ער איז אויך געווען פאראנטווארטליך פארן אויפשטעלן די ישיבה "תורה ויראה" דסאטמאר און די מיידל שולע "בית רחל". דער סאטמארער רבי האט אים מתחילה פארגעשלאגן אז ער זאל ווערן א רב, אבער ער האט געזאגט אז עס וועט זיין מער תועלת זייענדיג אן עסקן און מנהל המוסדות{{הערה|{{אוצר החכמה|שמואל שלמה טעללער|זקניך ויאמרו לך - יב|642895|שנת הוצאה=תש"פ}}}} | ווען דער סאטמארער רבי האט באשלאסן צו בלייבן אין אמעריקע, איז רבי ליפא געווארן זיין פערזענליכער מנהל, און ער האט געשפילט א צענטראלע ראלע אין די קהל "יטב לב" דסאטמאר אין ניו יארק, אריינגערעכנט אויפשטעלן די קהילה זעלבסט און אירע שטאטוטן. ער איז אויך געווען פאראנטווארטליך פארן אויפשטעלן די ישיבה "תורה ויראה" דסאטמאר און די מיידל שולע "בית רחל", און די מוסדות "יטב לב דסאטמאר" אין ירושלים{{הערה|{{אוצר החכמה|רשימות פון פאיער רב|גינת ורדים - קובץ תורני - יא|176998|page=46}}}}. דער סאטמארער רבי האט אים מתחילה פארגעשלאגן אז ער זאל ווערן א רב, אבער ער האט געזאגט אז עס וועט זיין מער תועלת זייענדיג אן עסקן און מנהל המוסדות{{הערה|{{אוצר החכמה|שמואל שלמה טעללער|זקניך ויאמרו לך - יב|642895|שנת הוצאה=תש"פ}}}} | ||
רבי ליפא איז געווארן דער געטרייער מנהל המוסדות פון סאטמאר. אונטער זיין פירערשאפט זענען די מוסדות שטארק געוואקסן און געווארן די גרעסטע אידישע פריוואטע חינוך סיסטעם אין אמעריקע. רבי ליפא האט געהאט א שטארקע פארבינדונג מיט'ן סאטמארער רבי'ן, און האט געדינט אלס זיין רעכטע האנט אין אלע ענינים פון די מוסדות{{הערה|{{אוצר החכמה|2=דברי יואל - מכתבים ב|3=172301|page=55|קעפל=א בריוו פון סאטמאר רבי'ן מיט א שליחות צו רבי ליפא}}}}. ער האט געפירט זיין ארבעט מיט מסירת נפש, ארבעטנדיג אפטמאל ביז שפעט אין די נאכט. | רבי ליפא איז געווארן דער געטרייער מנהל המוסדות פון סאטמאר. אונטער זיין פירערשאפט זענען די מוסדות שטארק געוואקסן און געווארן די גרעסטע אידישע פריוואטע חינוך סיסטעם אין אמעריקע. רבי ליפא האט געהאט א שטארקע פארבינדונג מיט'ן סאטמארער רבי'ן, און האט געדינט אלס זיין רעכטע האנט אין אלע ענינים פון די מוסדות{{הערה|{{אוצר החכמה|2=דברי יואל - מכתבים ב|3=172301|page=55|קעפל=א בריוו פון סאטמאר רבי'ן מיט א שליחות צו רבי ליפא}}}}. ער האט געפירט זיין ארבעט מיט מסירת נפש, ארבעטנדיג אפטמאל ביז שפעט אין די נאכט. טארץ וואס ער פלעגט זיך צומאל קענען דינגען מיט סאטמארער רבי'ן איבער געוויסע ענינים פון די קהילה, האט ער עס געטון מיט אן הכנעה בלויז ווען דער רבי האט געוואלט הערן זיין מיינונג{{הערה|{{אוצר החכמה|ישיבת תורה ויראה ובית רחל דרבינו יואל|ונבנתה עיר|624657|page=139}}}}. | ||
אויסער זיין ראלע אין די מוסדות, איז רבי ליפא געווען א וויכטיגע פארבינדונג צווישן די סאטמארער קהילה און די אמעריקאנער רעגירונג. ער האט געארבעט מיט פארשידענע פאליטיקער און רעגירונגס באאמטע, אריינגערעכנט [[ריטשארד ניקסאן|פרעזידענט ניקסאן]], צו העלפן די מוסדות און די אידישע געמיינדע. | אויסער זיין ראלע אין די מוסדות, איז רבי ליפא געווען א וויכטיגע פארבינדונג צווישן די סאטמארער קהילה און די אמעריקאנער רעגירונג. ער האט געארבעט מיט פארשידענע פאליטיקער און רעגירונגס באאמטע, אריינגערעכנט [[ריטשארד ניקסאן|פרעזידענט ניקסאן]], צו העלפן די מוסדות און די אידישע געמיינדע. | ||
אין זיינע לעצטע יארן האט ער זיך אפגעגעבן מיט אויפבויען די סאטמארער קהילה אין [[קרית יואל]]{{הערה|{{אוצר החכמה|שמואל שלמה טעללער|קרית מלך רב|642890|page=114|קעפל=ר׳ ליפא׳ס מסירות נפש פארן רבי׳נס שטעטל}}}}, און מיט שרייבן די תורות פונעם סאטמארער רבי'ן. ער איז נפטר געווארן כ' חשוון תשל"ג, און ער ליגט אין דעם סאטמארער בית החיים אין [[ניו זשערסי]]{{הערה|{{לינק|אדרעס=https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=747608#p747608|קעפל=בילד אויף זיין מציבה|זייטל=[[אייוועלט]]}}}}. | אין זיינע לעצטע יארן האט ער זיך אפגעגעבן מיט אויפבויען די סאטמארער קהילה אין [[קרית יואל]]{{הערה|{{אוצר החכמה|שמואל שלמה טעללער|קרית מלך רב|642890|page=114|קעפל=ר׳ ליפא׳ס מסירות נפש פארן רבי׳נס שטעטל}}; זעט אויך דעם {{אוצר החכמה|2=אין חלק ב'|3=642891|page=16|קעפל=הערת המחבר}}}}, און מיט שרייבן די תורות פונעם סאטמארער רבי'ן{{הערה|זעט {{אוצר החכמה|2=ליקוטי אורה - שבועות|3=616506|page=8}}}}. ער איז נפטר געווארן כ' חשוון תשל"ג, און ער ליגט אין דעם סאטמארער בית החיים אין [[ניו זשערסי]]{{הערה|{{לינק|אדרעס=https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=747608#p747608|קעפל=בילד אויף זיין מציבה|זייטל=[[אייוועלט]]}}}}. | ||
אין [[קרית יואל]] איז דא א געסל, "ליפא פרידמאן לעין", געווידמעט לזכרו{{הערה|{{לינק|אדרעס=https://maps.app.goo.gl/Bx3UWpeFTihJMAxG6|קעפל=ליפא פרידמאן לעין|זייטל=גוגל מאפעס}}}}. | אין [[קרית יואל]] איז דא א געסל, "ליפא פרידמאן לעין", געווידמעט לזכרו{{הערה|{{לינק|אדרעס=https://maps.app.goo.gl/Bx3UWpeFTihJMAxG6|קעפל=ליפא פרידמאן לעין|זייטל=גוגל מאפעס}}}}. | ||
רעוויזיע פון 21:32, 20 יאנואר 2025
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות
פאראמעטער [ אמט ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
| געבורט |
כ"ב תשרי תרס"ה אניק |
|---|---|
| פטירה | כ' חשון תשל"ג (אלט: 68) |
| מדינה | אמעריקא |
רבי חנניה יום טוב ליפא פרידמאן (שמיני עצרת ה'תרס"ה - כ' חשון ה'תשל"ג) איז געווען אן עסקן און כלל-טוער, וואס האט געדינט אלס מנהל המוסדות פון סאטמאר אין ניו יארק, און איינער פון די וויכטיגסטע עסקנים ביי די סאטמארער חסידות אין די יארן נאכ'ן חורבן אייראפע. ער איז געווען א נאנטער תלמיד פון דער סאטמארער רבי און א צענטראלע פיגור אין אויפבוי פון די סאטמארער מוסדות אין וויליאמסבורג.
ביאגראפיע
פאר'ן חורבן
ליפא פרידמאן איז געבוירן געווארן אין א קליין אונגארישן דערפל, אניק, נעבן דער שטאט סעליש, צו זיין פאטער רבי אברהם, א תלמיד פונעם סיגוטער רב רבי חנניה יום-טוב ליפא טייטלבוים דער "קדושת יום טוב", נאך וועמען ער האט גערופן זיין זון. יונגערהייט האט ער ארויסגעשטארצט מיט זיינע כשרונות, און ער האט געלערנט אין עטליכע ישיבות, אריינגערעכנט אין אונסדארף אונטער רבי יוסף יונה צבי הלוי הורוויץ. אלס בחור איז ער שוין געווען טעטיג אין כלל ענינים.
ער איז געווארן אן איידעם בזיווג ראשון ביי רבי שאול בראך דער קאשויער רב. ער האט זיך באזעצט אין קאשוי, וואו ער האט געוואוינט עטליכע יאר. דערנאך האט ער זיך געצויגן קיין סעליש, וואו ער האט ווייטער אנגעפירט זיין עסקנות. אין יענע יארן האט ער צעטיילט זיין טאג - א טייל פונעם טאג האט ער אוועקגעגעבן פאר לערנען תורה און פירן א ישיבה אין זיין הויז מיט א קבוצה בחורים, און א טייל פונעם טאג האט ער געארבעט אינעם באנק וואס האט געהערט צו זיין פאטער ר' אברהם. שפעטער האט ר' אברהם איבערגעגעבן די פירערשאפט איבערן באנק פאר זיין זון, און ער אליין האט זיך געזעצט לערנען אין בית המדרש א גאנצן טאג.
רבי ליפא איז געווען באקאנט אין סעליש אלס איינער פון די חשוב'ע עסקנים פון דער קהילה, און ער האט געשטרעבט אריינצוברענגען א חסיד'ישן אטמאספער אין דער שטאט, וואס איז געווען מער אשכנז'יש געשטימט. ער פלעגט שענקען א גארטל פאר יעדער בר מצוה בחור, און פאר יעדער בחור וואס האט געוואלט פארן צום סאטמארער רבי'ן האט ער אויסגעצאלט די שפעזן.
אין יענע יארן האט דער סאטמארער רבי אנערקענט זיין טאלאנט, און ער פלעגט אים באשטימען פאר פארשידענע שליחות'ן. צווישן די יארן תרצ"ח און תש"ד איז ער געווען דער "אמבאסאדאר" פון סאטמאר אין טשעכיי, און ער האט געשפילט א ראלע אין פארשידענע עסקנות אקטיוויטעטן, אריינגערעכנט פדיון שבוים און ראטעווען אידן פון די נאצישע נעגל.
ביי דער צווייטער וועלט קריג, איז ער מיט זיין ווייב און זיבן קינדער פארשיקט געווארן קיין אוישוויץ. נאר ער מיט זיין בכור בערל זענען געבליבן לעבן. אין אוישוויץ האט ער געשפילט א ראלע אין אפהיטן אידישקייט, געהאלפן אנדערע אידן לייגן תפילין, און געהאלטן חשבון ווען ס'איז געווען שבת און יום טוב. אויך האט ער געהאלטן א חשבון פון די יארצייטן פון די פארשטארבענע, כדי די קרובים זאלן קענען וויסן ווען זיי זאלן צינדן ליכט.
נאכ'ן חורבן
נאכן חורבן אייראפע, האט ער זיך צוריקגעקערט קיין סעליש, און שפעטער האט ער אימיגרירט קיין טשעכאסלאוואקיי, וואו ער האט געדינט אלס רב הקהילה פון א פליטים קהילה אין דער שטאט כאמטוב. ער האט אויך אנגעהויבן טעטיג זיין אין אויפבויען מוסדות און קהילות פאר די פליטים, און ער האט אנגעהויבן ארבעטן אינאיינעם מיטן סאטמארער רבי'ן, אויפצובויען א חסיד'ישע אימפעריע אין אמעריקע. ער איז געווען אקטיוו אין שאפן פילע וויזעס פאר זיינע באקאנטע, זיי זאלן קענען אימיגרירן קיין אמעריקע, וואו ער האט זיך אויך באזעצט אין יאר תש"ז.
ווען דער סאטמארער רבי האט באשלאסן צו בלייבן אין אמעריקע, איז רבי ליפא געווארן זיין פערזענליכער מנהל, און ער האט געשפילט א צענטראלע ראלע אין די קהל "יטב לב" דסאטמאר אין ניו יארק, אריינגערעכנט אויפשטעלן די קהילה זעלבסט און אירע שטאטוטן. ער איז אויך געווען פאראנטווארטליך פארן אויפשטעלן די ישיבה "תורה ויראה" דסאטמאר און די מיידל שולע "בית רחל", און די מוסדות "יטב לב דסאטמאר" אין ירושלים[1]. דער סאטמארער רבי האט אים מתחילה פארגעשלאגן אז ער זאל ווערן א רב, אבער ער האט געזאגט אז עס וועט זיין מער תועלת זייענדיג אן עסקן און מנהל המוסדות[2]
רבי ליפא איז געווארן דער געטרייער מנהל המוסדות פון סאטמאר. אונטער זיין פירערשאפט זענען די מוסדות שטארק געוואקסן און געווארן די גרעסטע אידישע פריוואטע חינוך סיסטעם אין אמעריקע. רבי ליפא האט געהאט א שטארקע פארבינדונג מיט'ן סאטמארער רבי'ן, און האט געדינט אלס זיין רעכטע האנט אין אלע ענינים פון די מוסדות[3]. ער האט געפירט זיין ארבעט מיט מסירת נפש, ארבעטנדיג אפטמאל ביז שפעט אין די נאכט. טארץ וואס ער פלעגט זיך צומאל קענען דינגען מיט סאטמארער רבי'ן איבער געוויסע ענינים פון די קהילה, האט ער עס געטון מיט אן הכנעה בלויז ווען דער רבי האט געוואלט הערן זיין מיינונג[4].
אויסער זיין ראלע אין די מוסדות, איז רבי ליפא געווען א וויכטיגע פארבינדונג צווישן די סאטמארער קהילה און די אמעריקאנער רעגירונג. ער האט געארבעט מיט פארשידענע פאליטיקער און רעגירונגס באאמטע, אריינגערעכנט פרעזידענט ניקסאן, צו העלפן די מוסדות און די אידישע געמיינדע.
אין זיינע לעצטע יארן האט ער זיך אפגעגעבן מיט אויפבויען די סאטמארער קהילה אין קרית יואל[5], און מיט שרייבן די תורות פונעם סאטמארער רבי'ן[6]. ער איז נפטר געווארן כ' חשוון תשל"ג, און ער ליגט אין דעם סאטמארער בית החיים אין ניו זשערסי[7]. אין קרית יואל איז דא א געסל, "ליפא פרידמאן לעין", געווידמעט לזכרו[8].
משפחה
- זון עלטסטער זון, בערל פרידמאן איז דער היינטיגער ראש הקהל ביי קהילת רבי אהרן טייטלבוים.
- זיין צווייטער זון, אברהם פרידמאן, איז רעדאקטאר פון די צייטונג.
דרויסנדיגע לינקס
- "הגנרל", דורות 606, בטאון העדה, תשפ"ג
- אברהם יעקב גלאנצער, "איש חסיד היה", אגם מים, תשל"ה (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
רעפערענצן
- ↑ רשימות פון פאיער רב, גינת ורדים - קובץ תורני - יא (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
- ↑ שמואל שלמה טעללער, זקניך ויאמרו לך - יב, תש"פ.
- ↑ "א בריוו פון סאטמאר רבי'ן מיט א שליחות צו רבי ליפא", דברי יואל - מכתבים ב (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
- ↑ ישיבת תורה ויראה ובית רחל דרבינו יואל, ונבנתה עיר (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
- ↑ שמואל שלמה טעללער, "ר׳ ליפא׳ס מסירות נפש פארן רבי׳נס שטעטל", קרית מלך רב (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע); זעט אויך דעם "הערת המחבר", אין חלק ב'.
- ↑ זעט ליקוטי אורה - שבועות
- ↑ בילד אויף זיין מציבה, אויף אייוועלט.
- ↑ ליפא פרידמאן לעין, אויף גוגל מאפעס.