אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יואל לאנדא"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(←‏ביאגראפיע: אינערליכע לינקס, פארברייטערט)
(←‏צדקה לייסטונגען: צוגעלייגט מקור)
שורה 43: שורה 43:
פאר יום טוב סוכות תשפ״ד האט לאנדא דורכגעפירט א חלוקה פון קרוב צו צען מיליאן דאלאר פאר ארום פינף טויזנט וויליאמסבורגער משפחות. און דעם נאכפאלגנדן פסח נאך א גרעסערע חלוקה. פון דעם איז געגרינדעט געווארן דעם "וויליאמסבורג חלוקה" וואס טיילט אויס דיסקאטונטס פאר קינדער געבענטשטע משפחות אין וויליאמסבורג. און ווערט געפירט דורך א ועד בעלי בתים פון שטאט. א בעפארצונג געט ער פאר משפחות אין די טרופ-געגנט אין וויליאמסבורג צו וועם ער פארמאגט א שטערקערע געפיל זייענדיג אן ארטיגע איינוואוינער.

ער האט געספאנסערט א שמחה זאל פאר קלענערע שמחות "עדן לאנדא", אינעם בנין בית רחל ד'סאטמאר אויף העריסאן עוועניו. ער פארמאגט געעפנט דעם ביהמ"ד אור חיים, מיט א [[ישיבה]] און א [[כולל]], ער בויט א מאסיווע בית המדרש אין זיין געגנט{{הערה|https://newyorkyimby.com/2024/09/construction-nears-completion-on-89-throop-avenue-in-south-williamsburg-brooklyn.html}}.   
ער האט געספאנסערט א שמחה זאל פאר קלענערע שמחות "עדן לאנדא", אינעם בנין בית רחל ד'סאטמאר אויף העריסאן עוועניו{{הערה|{{לינק|אדרעס=https://www.bechatzros.com/post/544657|קעפל=חנוכת הבית פאר נייעם 'עידן לאנדא' שמחה זאל בשילוב מי רייכע שבע ברכות לכבוד הנדיב ר׳ יואל לאנדא|זייטל=בחצרות הקודש}}}}. ער פארמאגט געעפנט דעם ביהמ"ד אור חיים, מיט א [[ישיבה]] און א [[כולל]], ער בויט א מאסיווע בית המדרש אין זיין געגנט{{הערה|https://newyorkyimby.com/2024/09/construction-nears-completion-on-89-throop-avenue-in-south-williamsburg-brooklyn.html}}.   

אין כ"א כסליו תשפ"ה האט יואל אויפגעטרעטן פאר ארום צוואנציג טויזענט סאטמארע חסידים ביים "כינוס סאטמאר" אין בארקלעיס צענטער סטאדיום. אין זיין דרשה האט ער אנאנסירט א 30% העכערונג פאר אלע מלמדים פון סאטמארע מוסדות, וואס ער נעמט אויף זיך צו שאפן, צוזאמען מיט זיינע שותפים אין די ועד ההורים פון די מוסדות. ער האט שפעטער באשריבן זיינע געפילן און א מוסר השכל דערפון אין זיין קאלום אין "שטענדערל".

רעוויזיע פון 06:41, 8 יאנואר 2025

יואל לאנדא
יואל לאנדא.jpg
געבורט August 22, 1980
י' אלול ה'תש"מ
ברוקלין
פעילות בולטת קרן תוספות יום טוב
עיסוק The Allure Group

גרינדער פון ארגאניזאציע קרן תוספות יום טוב, און פיאנער פון וויליאמסבורג חלוקות.

ביאגראפיע

יואל איז געבוירן אום י' אלול תש"מ[1], צו זיין פאטער הרב יוסף דוב לאנדא, רב פון ביהמ"ד משכנות אברהם זלאטשוב אין קרית יואל, אן אייניקל פון רבי יוסף ראבינאוויטש פון יאמפעלע, א זון פון רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב. ער הייסט נאכ'ן סאטמארער רבי רבי יואל טייטלבוים. ער איז אויפגעצויגן געווארן אין שטאט קרית יואל, אלס בחור האט ער געלערנט אין עטליכע ישיבות, צווישן זיי אין ישיבת בנין דוד מאנטעווידעא ביי קאפישער רב רבי אהרן גד כ"ץ[2]. ער איז אן איידעם ביי ר' ישראל משה שטיין פון וויליאמסבורג.

נאך די חתונה האט לאנדא זיך באזעצט אין וויליאמסבורג, ווי ער ציילט זיך צווישן די חסידים פון רבי זלמן לייב טייטלבוים פון סאטמאר. ער האט אפגעראכטן עטליכע מאל א גרויסארטיגע הכנסת ספר תורה ארייגערעכנט אום כ"ד שבט תשע"ט אין ארץ ישראל[3], און נאך א גיגאנטישער צום סאטמארערע תלמוד תורה אויף טרופ עוועניו אום זאת חנוכה תשפ"ג[4] אריינגעגעבן דורך זיין זון יהודה[5]. און א גרויסע חתונה אין עטרת אברהם[6] און א שבע ברכות פאר פילאנטראפן[7].

אלורע גרופע

אין יאר 2011 האט יואל לאנדא געגרינדעט די אלורע גרופע (ענגליש) וואו ער דינט אלס CEO. ער האט דאס געגרינדעט אלס א לעזונג צו די פראבלעמען אינערהאלב די נורסינג-היימען אינדוסטריע, נאכ'ן אליינס מיטהאלטן די פלאגענישן ביים זיך זארגן פאר זיין פארעלטערטן זיידע, בעיקר איבער די מאנגל אין געלט-שטיצע און סערוויסעס, א שריט וואס געלייגט שוועריגקייט אויף עלטערע לייט צו ערהאלטן די נויטיגע הילף און באקוועמליכקייטן[8].

זיין מיסיע האט ער אנגעהויבן ווען דער Victory Memorial Hospital האט זיך געהאלטן ביים פארמאכן, לאנדא מיט זיינע שותפים האבן דאס איבערגענומען און פארוואנדלט אין Hamilton Park Nursing and Rehabilitation Center. דאן האט דאס ביזנעס אנגעהויבן וואקסן און עס האלט שוין היינט ביי זעקס צענטערן אינערהאלב ברוקלין און מאנהעטן[9].

אין יאר 2012 איז ער געווען א שותף מיטן שאפן די Pinta Capital Partners, צו שאפן פארבינדונג צויישן מערערע ביזענעסער אין די העלטקעיר אינדוסטריע, מיט'ן ציל צו דערהייבן זייערע דערגרייכונגען[10]. דורכאויס די קאוויד 19 עפידעמיע איז זיין רייכטום פארברייטערט געווארן, און איז אויסגעשטיגן פון די רייכסטע חסידישע אידן און א מולטי-ביליאנער.

אין יאר 2016 האט דער ניו יארק סיטי קאמפטראלער ברעד לענדער, ארויסגעלייגט א באשולדיגונג אויף דעם וואס יואל לאנדא האט באצאלט $16.15 פאר די סיטי רעגירונג און דערמיט אראגענומען צוויי באגרעניצונגען פון א אלטעס-היים אין לאוער-איסט-סייט מאנהעטן, און דאדורך עס ערמעגליכט צו פארקויפן פאר לוקסריעזע קאנדאמיניומס בלויז א יאר נאכ'ן עס אפקויפן אלס נורסינג היים פעציליטעט[11]. און דערביי ארויסגעשטעלט א רייע באשולדינגען אויף די סיטי און אויף לאנדא[12], אין יאר 2018 האט לאנדא באוויליגט צו באצאלן צוויי מיליאן דאלער אין שטראפן און פאר וואוילטעטיגע צוועקן, אין אן אפמאך מיט ניו יארק סטעיט אטורני עריק שניידערמאן[13].

צדקה לייסטונגען

לאנדא האט זיך ברייט בארימט געמאכט מיט זיינע פילע לייסטונגען פאר צדקה, און זיין אייגנארטיגער ציגאנג דערצו.

לאגא פון קרן תוספות יום טוב
יואל לאנדא מיט זיין פאטער ביים אראפלייגן קבלות אויפ'ן ציון פונעם צוספות יום טוב אין קראקא

ער האט געגרינדעט און ער האלט דעם ארגאניזאציע "קרן תוספות יום טוב" וואס געבט זיך אפ מעורר זיין און אויפקלערן איבער מורא מקדש און נישט רעדן ביים דאווענען, אויפן נאמען פון רבי יום-טוב ליפמאן העלער וואס האט פארפאסט א מי שברך איבער דעם. עס ערשיינט יעדן וואך א גליון רייכער "נקדישך" מיט א רייע ארטיקלען איבער די נושא. באזנודער שרייבט די קרן א ספר תורה לזכות פון די אידן וואס זענען נזהר אין קדושת התפילה, און די ראשי הקרן הרב ראבינאוויטש און אנדערע גייען ארום כסדר צו רבנים און אדמורי"ם איבער די וועלט אריינצושרייבן אותיות אין די ספר תורה, די אינהאלטסרייכע שמועסן מיט די רבנים און בילדער פון די באזוכן ווערן ברייט געדעקט וועכנטליך אינעם נקדישך גליון[14].

אין יאר תשע"ח האט ער אפגעהאלטן א מאסיווע נסיעה קיין קראקא צום ציון פונעם תוספות יום טוב, אינעם טאג פונעם יארצייט ו' אלול, וואו ער האט אויסגעצאלט דעם גאנצן נסיעה מיט א טשארטער פליגער און צוגעשטעלט ברייטע מאלצייטן, באקוועמע האטעלן און רייכע פראגראמען און דרשות, פארטיילט פאר גבאים פון יעדן בית המדרש איבער ניו יארק וואס האבן אנגעפירט א גרויסע קבלה דרייוו איבער מורא מקדש, און אויך א געווינער פון יעדן בית המדרש[15]. ביים ציון האט מען אראפגעלייט א סכום פון איבער 8,000 קוויטלעך און קבלות ״שלא לדבר בשעת התפלה״[16].

אויף ראש השנה תשפ"ד האט אנגעהויבן ערשיינען דורך קרן תוספות יום טוב אן אויסגאבע גליון פאר קינדער מיטן נאמען "שטענדערל" צו מעורר זיין אויף עניני תפילה[17]. צו ערשט איז דאס געווען בחינם אין די בתי מדרשים, שפעטער האט מען דאס אנגעהויבן דיסטריביוטן פארגרעסערט פאר די קינדער וואס זענען איינגעשריבן אלס "עובדים" אין דעם "עבודה שבלב" פראגראם[18]. אויף פרשת ואתחנן תשפ"ד איז דאס פיל מער ארויפגעארבעט געווארן מיט'ן צוזאמשטעלן מיט דעם קינדער שטוב אויסגאבע פון א בליק וואס איז דאן אויפגעלעזט געווארן[19]. דער פטרון - יואל לאנדא פארמאגט דארט א קאלום "יוצאים מן הלב - פונעם פטרון צו די עובדים"[20], ער שרייבט דארט שטארקע מוסר און חיזוק, און ברענגט פיל משלים און מעשיות צו דערקלערן און אויפהייבן די געמיטער פון זיינע ליינער. אין איין ארטיקל האט ער געשריבן זיינע פערזענליכע איבערלעבענישן און די מאטיוואציע אויפצושטיין פארטאגס[21].

פאר יום טוב סוכות תשפ״ד האט לאנדא דורכגעפירט א חלוקה פון קרוב צו צען מיליאן דאלאר פאר ארום פינף טויזנט וויליאמסבורגער משפחות. און דעם נאכפאלגנדן פסח נאך א גרעסערע חלוקה. פון דעם איז געגרינדעט געווארן דעם "וויליאמסבורג חלוקה" וואס טיילט אויס דיסקאטונטס פאר קינדער געבענטשטע משפחות אין וויליאמסבורג. און ווערט געפירט דורך א ועד בעלי בתים פון שטאט. א בעפארצונג געט ער פאר משפחות אין די טרופ-געגנט אין וויליאמסבורג צו וועם ער פארמאגט א שטערקערע געפיל זייענדיג אן ארטיגע איינוואוינער.

ער האט געספאנסערט א שמחה זאל פאר קלענערע שמחות "עדן לאנדא", אינעם בנין בית רחל ד'סאטמאר אויף העריסאן עוועניו[22]. ער פארמאגט געעפנט דעם ביהמ"ד אור חיים, מיט א ישיבה און א כולל, ער בויט א מאסיווע בית המדרש אין זיין געגנט[23].

אין כ"א כסליו תשפ"ה האט יואל אויפגעטרעטן פאר ארום צוואנציג טויזענט סאטמארע חסידים ביים "כינוס סאטמאר" אין בארקלעיס צענטער סטאדיום. אין זיין דרשה האט ער אנאנסירט א 30% העכערונג פאר אלע מלמדים פון סאטמארע מוסדות, וואס ער נעמט אויף זיך צו שאפן, צוזאמען מיט זיינע שותפים אין די ועד ההורים פון די מוסדות. ער האט שפעטער באשריבן זיינע געפילן און א מוסר השכל דערפון אין זיין קאלום אין "שטענדערל".

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. Joel Landau, Geni.com
  2. יואל לאנדא, יוצאים מן הלב, שטענדערל ויצא תשפ"ה, זייט 10.
  3. YouTube Play Button.png יואל לאנדא, דורך קליפ הכנסת ספר תורה לנדא, הפקה טיפ הפקות אירועים, ווידעא אויף יוטיוב.
  4. מעמד סיום כתיבת ספר תורה, אויף א בליק לייוו; מעמד הכנסת ספר תורה, אויף א בליק לייוו; ווידעאו, אויף גוגל דרייוו.
  5. דאס הזמנה בריוול, אויף אייוועלט.
  6. YouTube Play Button.png חתונת בת הנגיד יואלי לנדאו בויאלמסבורג מקהלת 'מלכות', עם גדולי זמר החסידי ותזמורתו של הערשי לנגזאם, ווידעא אויף יוטיוב.
  7. YouTube Play Button.png שבע ברכות הנגיד יולי לנדאו - וויליאמסבורג בניצחו של מאסטרו בנ לאופר עם גדול זמר החסידי, ווידעא אויף יוטיוב.
  8. https://www.allurecare.com/about/history/.
  9. https://www.allurecare.com/about/history/.
  10. https://www.pintacapitalpartners.com/team/url/joel-landau.
  11. Goodman, David (July 14, 2016). "New York Officials Were Warned About Lifting Nursing Home's Deed Limits, Report Says". The New York Times.; Stringer, Scott (July 14, 2016). "De Blasio faults policy, not staff, for Rivington deal". Politico.
  12. Report of the New York City Comptroller on the Sale of Two Deed Restrictions Governing Property Located At 45 Rivington Street, Report of the New York City Comptroller
  13. LaMantia, Jonathan (January 16, 2018). "Nursing home chain looks to future after scandal". Crain's New York.
  14. זעט https://kerentosfesyomtov.com/magazines/.
  15. זעט "קרן תוספות יו"ט נסיעה קיין קראקא - ו' אלול תשפ"ג", אשכול אויף אייוועלט.
  16. https://kerentosfesyomtov.com/photo-gallery/.
  17. אלע גליונות אויף גוגל-דרייוו.
  18. https://shtenderl.org/.
  19. תגובה פון 'קינדער שטוב' אויף אייוועלט.
  20. "יוצאים מן הלב - מפניני הרבני הנגיד ר׳ יואל לאנדא", אשכול אויף אייוועלט.
  21. שטענדערל ויצא-וישלח תשפ"ה.
  22. חנוכת הבית פאר נייעם 'עידן לאנדא' שמחה זאל בשילוב מי רייכע שבע ברכות לכבוד הנדיב ר׳ יואל לאנדא, אויף בחצרות הקודש.
  23. https://newyorkyimby.com/2024/09/construction-nears-completion-on-89-throop-avenue-in-south-williamsburg-brooklyn.html.