אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:גולן הויכן"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(בס"ד)
 
אין תקציר עריכה
שורה 2: שורה 2:
די '''גולן הויכן''' (העברעאיש: '''רמת הגולן'''; ענגליש: Golan Heights) איז א בערגיגער געגנט מיט אויסבליקן אויף דעם אויבערשטן [[ירדן טייך]] טאָל אויף די מערב. דער געגנט איז געווען א טייל פון עקסטרעם דרום-מערב [[סיריע]] ביז תשכ"ז (1967), ווען עס איז געקומען אונטער [[מדינת ישראל]] מיליטערישע אקופאציע, און אין דעצעמבער 1981 האט מדינת ישראל איינזייטיג אנעקסירט דעם טייל פונעם גולן וואס זי האט פארהאלטן. דער נאמען פון דער געגנט איז פון די תנ"כישע עיר מקלט 'גולן ב[[בשן]]' ({{תנך|דברים|ד|מג}}; {{תנך|יהושע|כ|ח}}).

==געאגראפיע==
געאגראפיש גרעניצט זיך דער גולן מיטן ירדן טייך און דעם [[ים כנרת]] אויף מערב, [[הר חרמון]] (אראביש: Jabal Al-Shaykh) אויף צפון, דעם סעזאָנאַלן וואַדי על-רוקקאַד (א צפון-דרום צווייג פונעם יאַרמוק טייך) אויף מזרח, און די [[יארמוק טייך|יאַרמוק טייך]] אויף דרום. אנדערש זענען די גרעניצן אלס פאליטישן איינהייט; מדינת ישראל איז דער הערשער פון כמעט דער גאנצער גולן אויסער א שמאָלן פּאַס אויף מזרח וועלכע פאלגט נאך דער מדינת ישראל-סירישער וואפן-שטילשטאנד-ליניע פון יוני 10, 1967, וועלכע איז שפעטער מאדיפיצירט געווארן דורך דער אפמאך פון צעשיידונג פון כוחות פון מאי 31, 1974.

דער גולן פארשפרייט זיך בערך 44 מייל (71 קילאמעטער) פון צפון צו דרום און ארום 27 מייל (43 קילאמעטער) פון מזרח צו מערב ביי זיין ברייטסטע פונקט. עס האט עטוואס די פארם פון א שיף און פארמאגט א שטח פון 444 קוואדראט מייל (1,150 קוואדראט קילאמעטער). די בעסערע לאנדווירטשאפטליכן ערד ליגט אין איר דרום טייל; די שטיינערדיגע פויגלען פון הר חרמון אין צפון, מיט פלעקן פון וואלדלאנד און בוש, זענען א געגנט פאר פיה-האָדעוון. דער מדינת ישראל טייל פונעם גולן הייבט זיך צו 7,297 פוס (2,224 מעטער) ביי זיין עקסטרעם צפון-מזרח פונקט אויף די שיפּוע פון ​​הר חרמון.

==היסטאריע==
אין 1894 האָט דער פראנצויזיש-אידישער באנקיר [[עדמאנד דזשעימס דע ראטשילד|באראן עדמאָנד דע ראָטשילד]] געקויפט א גרויסע שטח פאר אידישער באזעצונג אינעם גולן; ווערנדיג נאכגעפאלגט דורך אנדערע גרופּעס אין די [[פאראייניגטע שטאטן]], קאנאדע און אייראפּע. די אידישע קאלאניזאציע איז אויסגעפרואווט געווארן, אבער איז געווארן פרוסטרירט פון די פיינטשאפט פון דער אראבישער באפעלקערונג און פון די אטאמאנישע ערד געזעצן, וועלכע האבן כמעט פארבאטן באזעצן דורך נישט-געבוירענע.

נאך דער [[ערשטער וועלט קריג]] איז דער גולן געווארן א טייל פונעם [[פראנצויזישער מאנדאט|פראנצויזישן מאנדאט]] פון סיריע און איז אין 1941 אריבער צו אומאפהענגיגע סיריע.
 
רעוויזיע פון 19:38, 20 דעצעמבער 2024

די גולן הויכן (העברעאיש: רמת הגולן; ענגליש: Golan Heights) איז א בערגיגער געגנט מיט אויסבליקן אויף דעם אויבערשטן ירדן טייך טאָל אויף די מערב. דער געגנט איז געווען א טייל פון עקסטרעם דרום-מערב סיריע ביז תשכ"ז (1967), ווען עס איז געקומען אונטער מדינת ישראל מיליטערישע אקופאציע, און אין דעצעמבער 1981 האט מדינת ישראל איינזייטיג אנעקסירט דעם טייל פונעם גולן וואס זי האט פארהאלטן. דער נאמען פון דער געגנט איז פון די תנ"כישע עיר מקלט 'גולן בבשן' (דברים ד, מג; יהושע כ, ח).

געאגראפיע

געאגראפיש גרעניצט זיך דער גולן מיטן ירדן טייך און דעם ים כנרת אויף מערב, הר חרמון (אראביש: Jabal Al-Shaykh) אויף צפון, דעם סעזאָנאַלן וואַדי על-רוקקאַד (א צפון-דרום צווייג פונעם יאַרמוק טייך) אויף מזרח, און די יאַרמוק טייך אויף דרום. אנדערש זענען די גרעניצן אלס פאליטישן איינהייט; מדינת ישראל איז דער הערשער פון כמעט דער גאנצער גולן אויסער א שמאָלן פּאַס אויף מזרח וועלכע פאלגט נאך דער מדינת ישראל-סירישער וואפן-שטילשטאנד-ליניע פון יוני 10, 1967, וועלכע איז שפעטער מאדיפיצירט געווארן דורך דער אפמאך פון צעשיידונג פון כוחות פון מאי 31, 1974.

דער גולן פארשפרייט זיך בערך 44 מייל (71 קילאמעטער) פון צפון צו דרום און ארום 27 מייל (43 קילאמעטער) פון מזרח צו מערב ביי זיין ברייטסטע פונקט. עס האט עטוואס די פארם פון א שיף און פארמאגט א שטח פון 444 קוואדראט מייל (1,150 קוואדראט קילאמעטער). די בעסערע לאנדווירטשאפטליכן ערד ליגט אין איר דרום טייל; די שטיינערדיגע פויגלען פון הר חרמון אין צפון, מיט פלעקן פון וואלדלאנד און בוש, זענען א געגנט פאר פיה-האָדעוון. דער מדינת ישראל טייל פונעם גולן הייבט זיך צו 7,297 פוס (2,224 מעטער) ביי זיין עקסטרעם צפון-מזרח פונקט אויף די שיפּוע פון ​​הר חרמון.

היסטאריע

אין 1894 האָט דער פראנצויזיש-אידישער באנקיר באראן עדמאָנד דע ראָטשילד געקויפט א גרויסע שטח פאר אידישער באזעצונג אינעם גולן; ווערנדיג נאכגעפאלגט דורך אנדערע גרופּעס אין די פאראייניגטע שטאטן, קאנאדע און אייראפּע. די אידישע קאלאניזאציע איז אויסגעפרואווט געווארן, אבער איז געווארן פרוסטרירט פון די פיינטשאפט פון דער אראבישער באפעלקערונג און פון די אטאמאנישע ערד געזעצן, וועלכע האבן כמעט פארבאטן באזעצן דורך נישט-געבוירענע.

נאך דער ערשטער וועלט קריג איז דער גולן געווארן א טייל פונעם פראנצויזישן מאנדאט פון סיריע און איז אין 1941 אריבער צו אומאפהענגיגע סיריע.

רעפערענצן

קאטעגאריע:בערג קאַטעגאָריע:מדינת ישראל קאַטעגאָריע:מיטל מזרח קאנפליקט קאַטעגאָריע:סיריע