אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אכלו משמנים"
(געטוישט מקור) |
(גראמען עפ"י המקורות) |
||
שורה 2: | שורה 2: | ||
| ניקוד = כן | | ניקוד = כן | ||
| רוחב = auto | | רוחב = auto | ||
| תוכן = '''אִ'''כְלוּ מַשְׁמַנִּים וְסוֹלֶת רְבוּכָה | | תוכן = '''אִ'''כְלוּ מַשְׁמַנִּים וְסוֹלֶת רְבוּכָה | ||
תּוֹרִים וּבְנֵי | תּוֹרִים וּבְנֵי יוֹנִים{{הערה|אנדערע שרייבן בטעות '''יונה''', אבער לויט גראם קומט '''יונים''', און אזוי איז עס אין די אלטע דרוקן}} שַׁבָּת וַחֲנוּכָּה | ||
:הַאי הַאי בֵּית כּוֹר תִּמְכּוֹר תַּחְכּוֹר | :הַאי הַאי בֵּית כּוֹר תִּמְכּוֹר תַּחְכּוֹר | ||
: | :לִּשְׂכּוֹר{{הערה|אזוי איז די גירסא אין אלטע דרוקן און אין כתבי יד. שפעטער איז עס פארטוישט געווארן אויף '''תשכור'''}} בֵּית כּוֹר לְצוֹרֶךְ שַׁבָּת חֲנֻכָּה | ||
'''בַּ'''רְבּוּרִים אֲבוּסִים בְּשַׁפּוּדִים צְלוּיִם | '''בַּ'''רְבּוּרִים אֲבוּסִים בְּשַׁפּוּדִים צְלוּיִם |
רעוויזיע פון 21:45, 19 דעצעמבער 2024
אִכְלוּ מַשְׁמַנִּים וְסוֹלֶת רְבוּכָה |
אכלו משמנים איז א פארצייטישע זמירות אויף די סעודה פון שבת חנוכה.
מחבר
דער מחבר פונעם זמר איז אנגעצייכנט אויף די אקראסטיך אלס אברהם, עס איז אבער נישט באקאנט מער פרטים איבער אים. עס איז פארהאן וואס האבן עס מייחס געווען צו רבי אברהם אבן עזרא[3], אבער דאס געבוי פונעם זמר איז בכלל נישט ווי דעם אבן עזרא'ס שירים.
אויפנאמע
מען געפונט דעם זמר געדרוקט אין בענטשערלעך און אין זמירות'לעך געדרוקט אין אשכנז דורכאויס די יארן. צום ערשט געפונעט מען דאס אין א בענטשערל געדרוקט אין פראג יאר רע"ה, זייט ביי זייט מיט א זמר אויף פורים מיט'ן זעלבן געבוי און אקראסטיך[4].
אין שו"ת מהר"י מברונא[5] שטייט אז דער פיוט איז נישט נתחבר געווארן דורך א תלמיד חכם, וויבאלד די סעודות אום חנוכה זענען נישט קיין סעודות מצוה. אנדערע זענען געגאנגען נאך ווייטער, און דרוקן זיך אויס אז דאס איז פארפאסט געווארן דורך ליידיגגייער, און אז דער אינהאלט באשטעטיגט דאס[6].
פון די אנדערע זייט זענען געווען צדיקים וואס האבן זיך געפירט דאס צו זינגען ביים טיש (חסידות), צווישן זיי רבי פנחס קאריצער, די הויפן פון טשערנאביל, באבוב און נאך.
אינהאלט
דער תוכן פונעם זמר רעדט זיך ארום די סעודה פון שבת חנוכה, און רעכנט אויס פארשידענע נארהאפטיגע שפייזן וואס מען זאל איינקויפם לכבוד שבת חנוכה. עס דערמאנט אויך אז מען זאל פארקויפן פעלדער צו קענען איינקויפן אויף שבת חנוכה, און אז מען וועט נעכטיגן יעדן טאג צו מאל אינעם "וויין שטיבל".
די ווערטער "בית כור תמכור תחכור, תשכור בית כור" זענען עטוואס אומפארשטענדליך. עס זענען דא וואס שפעקולירן אז די ווערטער "בית כור" איז א ווערטער-שפיל וואס באציט זיך אויף א "באס-קור" - דאס איז ווי מ'האט גערופן אין מערב-אייראפע א הויף צו שטאפן עופות, און די כוונה איז "בית כור תמכור", מען זאל פארקויפן א פעלד, און מיט די געלט "תשכור באס-קור" זאל מען איינהאנדלען געשטאפטע עופות אויף שבת חנוכה[3].
ביבליאגראפיע
- יעקב שמואל שפיגל, "על השיר 'אכלו משמנים' לשבת חנוכה", אור ישראל 30, טבת תשס"ג
צו ליינען מער
- שמואל פוקס, אכלו משמנים, קול מבשר, 5>2>1>51#
דרויסנדיגע לינקס
- "דער ניגון האי האי בית כור לכבוד שבת חנוכה", אשכול אויף אייוועלט
- דער פיוט אכלו משמנים, אויף הפיוט והתפילה וועבזייטל
- הרב פרופ' נריה גוטל, "הקולות לא יחדלון: עיון בפיוט אכלו משמנים"
- אכלו משמנים, דורך יונתן שטנצל אויף יוטיוב
- יוסף ויכלדר, "אכלו משמנים - שבת וחנוכה", המבשר תורני, ארטיקל
- דער פיוט אויף וויקיטעקסט
רעפערענצן
- ↑ אנדערע שרייבן בטעות יונה, אבער לויט גראם קומט יונים, און אזוי איז עס אין די אלטע דרוקן
- ↑ אזוי איז די גירסא אין אלטע דרוקן און אין כתבי יד. שפעטער איז עס פארטוישט געווארן אויף תשכור
- ↑ 3.0 3.1 הובא בעלון 'מאורות הדף היומי', י"ב כסלו תש"ע, מדור "פנינים".
- ↑ ברכת המזון וזמירות, פראג, ער"ה, עמ' 50 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- ↑ שו"ת מוהר"י מברונא, סימן קל"ז.
- ↑ רבי נחמן כהנא, ארחות חיים חלק ב', סימן רע"א, סעיף ח'.
חנוכה | |||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|
מצוות | קריאת ההלל • צינדן חנוכה ליכט • פרסומי ניסא | ||||||
חנוכה ליכט | חנוכה מנורה • הדלקה עושה מצוה • כבתה זקוק לה | ||||||
היסטאריע |
| ||||||
תפילות און פיוטים | על הנסים • הנרות הללו • מעוז צור • אכלו משמנים | ||||||
מנהגים | לאטקע • פאנטשקע • דריידל • חנוכה געלט | ||||||
פארשידנס | שבת חנוכה • זאת חנוכה • בית יוספ'ס קשיא • ווייסע הויז חנוכה צערעמאניע • קרבנות הנשיאים | ||||||
קאַטעגאָריע:חנוכה קאַטעגאָריע:פיוטים קאַטעגאָריע:אנאנימע ווערק