אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דרעפט:קאלאהארא פאמיליע"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(קרעדיט: צמא)
 
אין תקציר עריכה
שורה 1: שורה 1:
די '''קאַלאַהאָראַ משפחה''' איז געווען א באקאנטע משפחה פון דאקטוירים, אפטייקערס, קהל'ישע פירער, און תלמידי חכמים אין [[פוילן]], פון די צווייטע העלפט פון זעכצנטן יארהונדערט ביז צום צוואנציגסטן. צווייגן פון די קאלאהארא משפחה זענען אויך באקאנט געווען מיט די נעמען קאלאהארי, קאלאפרי, לאנדסבערג, און פוזען.
די '''קאַלאַהאָראַ פאמיליע''' איז געווען א באקאנטע משפחה פון דאקטוירים, אפטייקערס, קהל'ישע פירער, און תלמידי חכמים אין [[פוילן]], פון די צווייטע העלפט פון זעכצנטן יארהונדערט ביז צום צוואנציגסטן (פון ה'ת"כ ביז די מלחמה). צווייגן פון די קאלאהארא משפחה זענען אויך באקאנט געווען מיט די נעמען קאלאהארי, קאלאפרי, לאנדסבערג, און פוזען.


די משפחה שטאמט ווארשיינליך פון שפאניע. דער ערשטער באקאנטער מיטגליד, שלמה בן יוסף (נפטר ה'שנ"ז), איז אנגעקומען קיין [[קראקא]] אין יאר ה'ש"כ פון פעראַרא, וואו ער האט שטודירט מעדיצין. אין יאר ה'ש"ל האט דער פוילישער קעניג זיגמונד אויגוסט אים באשטימט אלס זיין הויף-דאקטער, א פאזיציע וואס ער האט אנגעהאלטן ביים קעניג'ס עווענטועלער נאכפאלגער, סטעפאן באטארי. אויסער זיין ארבעט אלס א דאקטער און אפטייקער, האט זיך שלמה פארנומען מיט אינטערנאציאנאלן [[האנדל]] און פארפּאַכטן פון ערד-באזיץ. ער ווערט דערמאנט אין פוילישע קוועלער, ווי אויך ביים [[רבי שלמה לוריא|מהרש"ל]]{{הערה|שו"ת מהרש"ל, כ"א}} און דער [[רבי משה איסרליס|רמ"א]]{{הערה|שו"ת רמ"א, ל'}}. דער מהרש"ל רופט אים "דער קלוגער און געלונגענער דאקטער", און דער רמ"א באצייכנט אים אלס "דער עקספערט, דער דאקטער, רבי שלמה דער לועז [אויסלענדער]" (דער טיטל 'לועז' האט אנגעדייט אויף זיין קומען פון איטאליע).
די משפחה שטאמט ווארשיינליך פון שפאניע. דער ערשטער באקאנטער מיטגליד, שלמה בן יוסף (נפטר ה'שנ"ז), איז אנגעקומען קיין [[קראקא]] אין יאר ה'ש"כ פון פעראַרא, וואו ער האט שטודירט מעדיצין. אין יאר ה'ש"ל האט דער פוילישער קעניג זיגמונט אויגוסט אים באשטימט אלס זיין הויף-דאקטער, א פאזיציע וואס ער האט אנגעהאלטן ביים קעניג'ס עווענטועלער נאכפאלגער, סטעפאן באטארי. אויסער זיין ארבעט אלס א דאקטער און אפטייקער, האט זיך שלמה פארנומען מיט אינטערנאציאנאלן [[האנדל]] און פארפּאַכטן פון ערד-באזיץ. ער ווערט דערמאנט אין פוילישע קוועלער, ווי אויך ביים [[רבי שלמה לוריא|מהרש"ל]]{{הערה|שו"ת מהרש"ל, כ"א}} און דער [[רבי משה איסרליס|רמ"א]]{{הערה|שו"ת רמ"א, ל'}}. דער מהרש"ל רופט אים "דער קלוגער און געלונגענער דאקטער", און דער רמ"א באצייכנט אים אלס "דער עקספערט, דער דאקטער, רבי שלמה דער לועז [אויסלענדער]" (דער טיטל 'לועז' האט אנגעדייט אויף זיין קומען פון איטאליע).


איינער פון שלמה'ס זעקס זין, משה (נפטר ה'שפ"ב), האט פארגעזעצט די קאלאהארא דינאסטיע אין קראקא און זיך פארנומען מיט האנדל, [[באנקירונג]], און פארמאקאלאגיע. ביי א געוויסן פונקט איז ער אויך געווארן א קהל'ישער פירער. א צווייטער זון, ר' ישראל שמואל, האט זיך באזעצט אין לענטשיץ, וואו ער האט געדינט אלס רב און געגרינדעט א דינאסטיע פון רבנים און דרשנים וואס האבן הויפטזעכליך געווירקט אין [[פויזן]]. ער איז נפטר געווארן אין יאר ת'.
איינער פון שלמה'ס זעקס זין, משה (נפטר ה'שפ"ב), האט פארגעזעצט די קאלאהארא דינאסטיע אין קראקא און זיך פארנומען מיט האנדל, [[באנקירונג]], און פארמאקאלאגיע. ביי א געוויסן פונקט איז ער אויך געווארן א קהל'ישער פירער. א צווייטער זון, [[רבי ישראל שמואל קאלאהארא|רבי ישראל שמואל]], האט <!-- זיך באזעצט אין לונטשיץ, וואו ער האט געדינט אלס רב און --> געגרינדעט א דינאסטיע פון רבנים און דרשנים וואס האבן הויפטזעכליך געווירקט אין [[פויזן]]. ער איז נפטר געווארן אין יאר ת'.


משה קאלאהארא'ס זון דוד איז נפטר געווארן אין יאר תט"ו. דוד'ס זון, מתתיהו, האט געירש'נט זיין פאטער'ס אפטייק און איז געווארן א רעספעקטירטער דאקטער. אבער ער איז באשולדיגט געווארן דורך א דאמיניקאנער גלח, סערוואטיוס העבעלי, אין לעסטערן קעגן [[אותו האיש]] און קריסטנטום, און איז פאר'משפט געווארן און פארברענט געווארן אויפן שייטער-הויפן אין [[פיעטרקאוו]], י"ד כסלו תכ"ד. די אידישע קהילה האט אויסגעקויפט די איבערגעבליבענע אש פאר א הויכן פרייז און עס באערדיגט אינעם אלטן בית החיים אין קראקא. נאך דעם פאל האבן אויסגעבראכן אנטי-אידישע ראיאטן, וועלכע זענען באשריבן געווארן סיי דורך קריסטליכע און סיי דורך אידישע שרייבער. דער באקאנטער קראקאווער דרשן רבי ברכיה ברך, מחבר פון צוויי-טייליגן ספר 'זרע ברך' (ת"ו; תכ"ב), האט פארפאסט א ספעציעלן קל מלא רחמים אין וועלכן ער שילדערט די אומשטענדן פון רבי מתתיהו'ס טויט: "זיי האבן צוגעבונדן זיינע הענט צום זייל פארן פארברענען... זיי האבן צעשניטן זיין מויל און צונג... זיי האבן אראפגעשניטן שטיקער פלייש פון זיין לעבעדיגן קערפער... זיי האבן אים פארברענט אינגאנצן... זיי האבן צונויפגעזאמלט זיינע אש און עס אריינגעלייגט אין די הארמאטן, און ער איז געווארן שטויב און די ווינט פון א שטורעם." דער קל מלא רחמים איז געזאגט געווארן אין די קראקאווער שולן ביז די קהילה איז חרוב געווארן. אריה לייב בן יוסף בן שלמה קאלאהארא פון דער פויזנער צווייג פון דער משפחה האט געהאט א ענליכן גורל. אויפ'ן סמך פון א [[בלוט בלבול]] וואס איז געמאכט געווארן אין יאר תצ"ו, איז ער ארעסטירט און געפייניגט געווארן; ער איז געשטארבן אין תפיסה.
משה קאלאהארא'ס זון דוד איז נפטר געווארן אין יאר תט"ו. דוד'ס זון, מתתיהו, האט געירש'נט זיין פאטער'ס אפטייק און איז געווארן א רעספעקטירטער דאקטער. אבער ער איז באשולדיגט געווארן דורך א דאמיניקאנער גלח, סערוואטיוס העבעלי, אין לעסטערן קעגן [[אותו האיש]] און קריסטנטום, און איז פאר'משפט געווארן און פארברענט געווארן אויפן שייטער-הויפן אין [[פיעטרקאוו]], י"ד כסלו תכ"ד. די אידישע קהילה האט אויסגעקויפט די איבערגעבליבענע אש פאר א הויכן פרייז{{מקור}} און עס באערדיגט אינעם אלטן בית החיים אין קראקא. נאך דעם פאל האבן אויסגעבראכן אנטי-אידישע ראיאטן, וועלכע זענען באשריבן געווארן סיי דורך קריסטליכע און סיי דורך אידישע שרייבער. דער באקאנטער קראקאווער דרשן רבי ברכיה ברך, מחבר פון צוויי-טייליגן ספר 'זרע ברך' (ת"ו; תכ"ב), האט פארפאסט א ספעציעלן קל מלא רחמים אין וועלכן ער שילדערט די אומשטענדן פון רבי מתתיהו'ס טויט: "זיי האבן צוגעבונדן זיינע הענט צום זייל פארן פארברענען... זיי האבן צעשניטן זיין מויל און צונג... זיי האבן אראפגעשניטן שטיקער פלייש פון זיין לעבעדיגן קערפער... זיי האבן אים פארברענט אינגאנצן... זיי האבן צונויפגעזאמלט זיינע אש און עס אריינגעלייגט אין די הארמאטן, און ער איז געווארן שטויב און די ווינט פון א שטורעם." דער קל מלא רחמים איז געזאגט געווארן אין די קראקאווער שולן ביז די קהילה איז חרוב געווארן. אריה לייב בן יוסף בן שלמה קאלאהארא פון דער פויזנער צווייג פון דער משפחה האט געהאט א ענליכן גורל. אויפ'ן סמך פון א [[בלוט בלבול]] וואס איז געמאכט געווארן אין יאר תצ"ו, איז ער ארעסטירט און געפייניגט געווארן; ער איז געשטארבן אין תפיסה.


צוויי אנדערע באקאנטע מיטגלידער פון דער קאלאהארא משפחה אין קראקא זענען געווען אהרן קאלאהארא, דער ערשטער אידישער דאקטער צו באקומען א דאקטאראט אין מעדיצין און פארמאקאלאגיע פון קראקאווער אוניווערסיטעט (אין יאר תפ"ד), און זיין זון מענדל (נפטר תקל"ט), וואס האט באקומען זיין מעדיצינישן דיפלאם פון דער אוניווערסיטעט פון [[פראנקפורט אן דער אדער]] און געדינט אלס קהל'ישער פירער אין די צייט פון דער אנטי-רוסישער קאנפעדעראציע פון באר (תקכ"ח-תקל"ב) און שפעטער.
צוויי אנדערע באקאנטע מיטגלידער פון דער קאלאהארא משפחה אין קראקא זענען געווען אהרן קאלאהארא, דער ערשטער אידישער דאקטער צו באקומען א דאקטאראט אין מעדיצין און פארמאקאלאגיע פון קראקאווער אוניווערסיטעט (אין יאר תפ"ד), און זיין זון מענדל (נפטר תקל"ט), וואס האט באקומען זיין מעדיצינישן דיפלאם פון דער אוניווערסיטעט פון [[פראנקפורט אן דער אדער]] און געדינט אלס קהל'ישער פירער אין די צייט פון דער אנטי-רוסישער קאנפעדעראציע פון באר (תקכ"ח-תקל"ב) און שפעטער.


צווישן די מערסט בארימטע שרייבער פון דער קאלאהארא משפחה זענען געווען דער אויבנדערמאנטער רבי ישראל שמואל, מחבר פון ספר 'ישמח ישראל' (שפ"ו), און זיין אייניקל רבי יוסף בן שלמה, באקאנט אלס רבי יוסף דער דרשן פון פויזן (נפטר תנ"ו), מחבר פון ספר 'יסוד יוסף' (תל"ט). דער 'ישמח ישראל' איז א צוזאמשטעל פון די דינים פון [[שולחן ערוך]] לויט דעם אלף-בית. עס איז געדרוקט געווארן עטליכע מאל מיט צוגעגעבענע פירושים, אבער איז קיינמאל נישט געווארן פאפולער אלס הלכה ספר. פארקערט, דער 'יסוד יוסף', וואס האנדלט איבער וועגן צו פארמיידן דעם זינד פון קרי, איז יא געווארן אן ערפאלג ביים עולם.
צווישן די מערסט בארימטע שרייבער פון דער קאלאהארא משפחה זענען געווען דער אויבנדערמאנטער רבי ישראל שמואל, מחבר פון ספר 'ישמח ישראל' (שפ"ו), און זיין אייניקל [[רבי יוסף בן שלמה קאלאהארא|רבי יוסף בן שלמה]], באקאנט אלס רבי יוסף דער דרשן פון פויזן (נפטר תנ"ו), מחבר פון ספר 'יסוד יוסף' (תל"ט). דער 'ישמח ישראל' איז א צוזאמשטעל פון די דינים פון [[שולחן ערוך]] לויט דעם אלף-בית. עס איז געדרוקט געווארן עטליכע מאל מיט צוגעגעבענע פירושים, אבער איז קיינמאל נישט געווארן פאפולער אלס הלכה ספר. פארקערט, דער 'יסוד יוסף', וואס האנדלט איבער שמירת הברית, איז יא געווארן אן ערפאלג ביים עולם.


==ביבליאגראפיע==
* {{אוצר החכמה|2=דער אידישער שטראל|3=609140|page=17|קעפל=דער קדוש פון קראקע|באנד=439|שנת הוצאה=תשמ"א}}
* {{אוצר החכמה|יצחק לעווין|פון אמאל און היינט|657372|page=39|קעפל=ווי דער פוילישער מלך סטעפאן באטארי האט געזארגט, אז א יוד זאל האבען כשר פלייש|מקום הוצאה=לאדז|שנת הוצאה=תרצ"ט}}
* {{אוצר החכמה|דער אידישער שטראל|דער אידישער שטראל|609174|516||page=18}} און די קומענדיגע נומערן
==רעפערענצן==
==רעפערענצן==
{{רעפערענצן}}
{{ביאורים}}{{רעפערענצן}}

רעוויזיע פון 23:56, 17 דעצעמבער 2024

די קאַלאַהאָראַ פאמיליע איז געווען א באקאנטע משפחה פון דאקטוירים, אפטייקערס, קהל'ישע פירער, און תלמידי חכמים אין פוילן, פון די צווייטע העלפט פון זעכצנטן יארהונדערט ביז צום צוואנציגסטן (פון ה'ת"כ ביז די מלחמה). צווייגן פון די קאלאהארא משפחה זענען אויך באקאנט געווען מיט די נעמען קאלאהארי, קאלאפרי, לאנדסבערג, און פוזען.

די משפחה שטאמט ווארשיינליך פון שפאניע. דער ערשטער באקאנטער מיטגליד, שלמה בן יוסף (נפטר ה'שנ"ז), איז אנגעקומען קיין קראקא אין יאר ה'ש"כ פון פעראַרא, וואו ער האט שטודירט מעדיצין. אין יאר ה'ש"ל האט דער פוילישער קעניג זיגמונט אויגוסט אים באשטימט אלס זיין הויף-דאקטער, א פאזיציע וואס ער האט אנגעהאלטן ביים קעניג'ס עווענטועלער נאכפאלגער, סטעפאן באטארי. אויסער זיין ארבעט אלס א דאקטער און אפטייקער, האט זיך שלמה פארנומען מיט אינטערנאציאנאלן האנדל און פארפּאַכטן פון ערד-באזיץ. ער ווערט דערמאנט אין פוילישע קוועלער, ווי אויך ביים מהרש"ל[1] און דער רמ"א[2]. דער מהרש"ל רופט אים "דער קלוגער און געלונגענער דאקטער", און דער רמ"א באצייכנט אים אלס "דער עקספערט, דער דאקטער, רבי שלמה דער לועז [אויסלענדער]" (דער טיטל 'לועז' האט אנגעדייט אויף זיין קומען פון איטאליע).

איינער פון שלמה'ס זעקס זין, משה (נפטר ה'שפ"ב), האט פארגעזעצט די קאלאהארא דינאסטיע אין קראקא און זיך פארנומען מיט האנדל, באנקירונג, און פארמאקאלאגיע. ביי א געוויסן פונקט איז ער אויך געווארן א קהל'ישער פירער. א צווייטער זון, רבי ישראל שמואל, האט געגרינדעט א דינאסטיע פון רבנים און דרשנים וואס האבן הויפטזעכליך געווירקט אין פויזן. ער איז נפטר געווארן אין יאר ת'.

משה קאלאהארא'ס זון דוד איז נפטר געווארן אין יאר תט"ו. דוד'ס זון, מתתיהו, האט געירש'נט זיין פאטער'ס אפטייק און איז געווארן א רעספעקטירטער דאקטער. אבער ער איז באשולדיגט געווארן דורך א דאמיניקאנער גלח, סערוואטיוס העבעלי, אין לעסטערן קעגן אותו האיש און קריסטנטום, און איז פאר'משפט געווארן און פארברענט געווארן אויפן שייטער-הויפן אין פיעטרקאוו, י"ד כסלו תכ"ד. די אידישע קהילה האט אויסגעקויפט די איבערגעבליבענע אש פאר א הויכן פרייז[מקור פארלאנגט] און עס באערדיגט אינעם אלטן בית החיים אין קראקא. נאך דעם פאל האבן אויסגעבראכן אנטי-אידישע ראיאטן, וועלכע זענען באשריבן געווארן סיי דורך קריסטליכע און סיי דורך אידישע שרייבער. דער באקאנטער קראקאווער דרשן רבי ברכיה ברך, מחבר פון צוויי-טייליגן ספר 'זרע ברך' (ת"ו; תכ"ב), האט פארפאסט א ספעציעלן קל מלא רחמים אין וועלכן ער שילדערט די אומשטענדן פון רבי מתתיהו'ס טויט: "זיי האבן צוגעבונדן זיינע הענט צום זייל פארן פארברענען... זיי האבן צעשניטן זיין מויל און צונג... זיי האבן אראפגעשניטן שטיקער פלייש פון זיין לעבעדיגן קערפער... זיי האבן אים פארברענט אינגאנצן... זיי האבן צונויפגעזאמלט זיינע אש און עס אריינגעלייגט אין די הארמאטן, און ער איז געווארן שטויב און די ווינט פון א שטורעם." דער קל מלא רחמים איז געזאגט געווארן אין די קראקאווער שולן ביז די קהילה איז חרוב געווארן. אריה לייב בן יוסף בן שלמה קאלאהארא פון דער פויזנער צווייג פון דער משפחה האט געהאט א ענליכן גורל. אויפ'ן סמך פון א בלוט בלבול וואס איז געמאכט געווארן אין יאר תצ"ו, איז ער ארעסטירט און געפייניגט געווארן; ער איז געשטארבן אין תפיסה.

צוויי אנדערע באקאנטע מיטגלידער פון דער קאלאהארא משפחה אין קראקא זענען געווען אהרן קאלאהארא, דער ערשטער אידישער דאקטער צו באקומען א דאקטאראט אין מעדיצין און פארמאקאלאגיע פון קראקאווער אוניווערסיטעט (אין יאר תפ"ד), און זיין זון מענדל (נפטר תקל"ט), וואס האט באקומען זיין מעדיצינישן דיפלאם פון דער אוניווערסיטעט פון פראנקפורט אן דער אדער און געדינט אלס קהל'ישער פירער אין די צייט פון דער אנטי-רוסישער קאנפעדעראציע פון באר (תקכ"ח-תקל"ב) און שפעטער.

צווישן די מערסט בארימטע שרייבער פון דער קאלאהארא משפחה זענען געווען דער אויבנדערמאנטער רבי ישראל שמואל, מחבר פון ספר 'ישמח ישראל' (שפ"ו), און זיין אייניקל רבי יוסף בן שלמה, באקאנט אלס רבי יוסף דער דרשן פון פויזן (נפטר תנ"ו), מחבר פון ספר 'יסוד יוסף' (תל"ט). דער 'ישמח ישראל' איז א צוזאמשטעל פון די דינים פון שולחן ערוך לויט דעם אלף-בית. עס איז געדרוקט געווארן עטליכע מאל מיט צוגעגעבענע פירושים, אבער איז קיינמאל נישט געווארן פאפולער אלס הלכה ספר. פארקערט, דער 'יסוד יוסף', וואס האנדלט איבער שמירת הברית, איז יא געווארן אן ערפאלג ביים עולם.

ביבליאגראפיע

רעפערענצן

  1. שו"ת מהרש"ל, כ"א
  2. שו"ת רמ"א, ל'