מייבאים כמותיים, בדוקי עריכות אוטומטית, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, מנטרים, מייבאים, מעדכנים, אספקלריה רעדאקטארן
3,951
רעדאגירונגען
(←התנגדות: פארברייטערט) צייכן: רויע רעדאגירונג |
ק (←זיינע פיוטים: הגהה) |
||
| שורה 57: | שורה 57: | ||
==זיינע פיוטים== | ==זיינע פיוטים== | ||
ררבי אלעזר הקליר איז געווען פון די ערשטע און גרעסטע פייטנים ביי כלל ישראל. ער האט מחבר געווען הונדערטער פיוטים פון אלע סארטן: [[קדושתא|קדושתות]] - סעריע פון פיוטים אויף די הויכע שמונה עשרה פון שבת, יום טוב און אנדערע געלעגנהייטן, [[שבעתא|שבעתות]] – אויף די הויכע שמונה עשרה פון מוסף, מנחה און מעריב, [[קרובה|קרובות]] – פיוטים אויף די 18 ברכות פון שמונה עשרה, און אזוי אויך [[מערבית]], [[קינות]], [[הושענות]], פיוטים אויף [[ברכת המזון]] און נאך. א גרויס טייל פון די פיוטים וואס ווערן געזאגט לויט מנהג אשכנז זענען פון זיינע פיוטים. א חלק פון זיינע פיוטים זענען פארקירצט געווארן במשך פון די יארן. אין דער קאירא גניזה זענען געפונען געווארן נאך א גרויסע צאל פיוטים וואס זענען נישט געווען באקאנט ביז דאן. | |||
דעם קליר'ס פיוטים האבן עטליכע חידושים פארגליכן צו פייטנים פאר אים; עס גייט אויף קאמפליצירטע [[גראם]], די שורות פארמאגן א שטיקל א [[מעטער (פאעזיע)|מעטער]], און דאס געבוי פון א פיוט איז אויסגעשטעלט מיט א סיסטעם, פון א באשטימטע צאל ווערטער אין יעדן שורה, און א באשטימטע צאל שורות פאר יעדן גראם{{הערה|איבער די מעטער-סיסטעם פון די ארץ -ישראל'דיגע פיוטים זעט: עזרא פליישער, ''''עיונים בדרכי השקילה של שירת הקודש הקדומה'''', הספרות 24 (תשל״ז), עמ׳ 83-70}}. די [[אקראסטיך]] פון זיינע פיוטים גייען לויט די [[אלף בית]], [[תשר"ק]], [[אלב"ם]], און עניני דיומא{{הערה|די קדושתא [[שושן עמוק]] איז לויט די אקראסטיכן פון "שבת שבתון", "צום העשור", און "יום הכיפורים"}}, אזוי אויך פלעגט ער חתמ'ענען דארט זיין נאמען. | |||
זיין שפראך איז באזירט אויף לשון המקרא, אבער עס דערקענט זיך אויך עלעמענטן פון לשון חז"ל, און עטוואס וויניגער אראמיש און יוונ'יש. פון די שטארקע אייגנשפאטן פון זיין שפראך זענען: דאס נוצן שורשים פון אלע גזרות ווי ווערטער מגזרת ע"ו (צב"ש, סע אנשטאט נסע, עש אנשטאט עשה, בט אנשטאט הביט); פריי ארומטוישן בנינים און משקלים, בפרט צום משקל פֶעֶל (צב"ש, רֶדֶם אנשטאט תרדמה, עיבר אנשטאט העביר); דאס שאפן [[שם עצם|שמות]] פון [[פועל]]ים און פארקערט (צב"ש, המגיד פון מגד און עתר פון העתיר); דאס באנוצן זיך אסאך מיט כינוים פאר פלעצער און מענטשן (צב"ש, "אזרח" אנשטאט [[אברהם]]; "נעקד" אנשטאט [[יצחק]]), על פי רוב געבויט אויף מדרשים; און דאס נוצן פסוקים אלס פזמונות צו בויען פיוטים{{הערה|{{אוצר החכמה|משה יהודה רוזנווסר|השיר והשבח|619358|page=520|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תשעה|עמ=תקה}}}}. | |||
עטליכע פיוטים זיינע פארמאגן אין צוגאב אויך די אקראסטיך "יהודה", דער [[ראב"ן]] שרייבט אז דאס איז על שם זיין ברודער יהודה וואס איז נפטר געווארן יונגערהייט{{הערה|{{אוצר החכמה|[[שלמה יהודה ראפאפארט]]|תולדות גדולי ישראל|643986|page=55|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תש"ך}}}}. | עטליכע פיוטים זיינע פארמאגן אין צוגאב אויך די אקראסטיך "יהודה", דער [[ראב"ן]] שרייבט אז דאס איז על שם זיין ברודער יהודה וואס איז נפטר געווארן יונגערהייט{{הערה|{{אוצר החכמה|[[שלמה יהודה ראפאפארט]]|תולדות גדולי ישראל|643986|page=55|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תש"ך}}}}. | ||
רעדאגירונגען