אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פרשת בראשית"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (←‏אריינפיר: הגהה)
ק (←‏אריינפיר: מכלוליזאציע)
 
(42 מיטלסטע ווערסיעס פון 5 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דרעפט}}{{פרשת שבוע
{{דעסקריפציע|ערשטע פרשה פון ספר בראשית}}{{פרשת שבוע
| פריערדיגע = פרשת וזאת הברכה
| פריערדיגע = פרשת וזאת הברכה
| קומענדיגע = פרשת נח
| קומענדיגע = פרשת נח
| פסוקים = {{תנ"ך|בראשית|א|א}} - {{תנ"ך|בראשית|ו|ח|ללא=ספר}}
| פסוקים = {{תנ"ך|בראשית|א|א}} - {{תנ"ך|בראשית|ו|ח|אן=ספר}}
| צאל פסוקים = 146
| צאל פסוקים = 146 (8'טע - אייניג מיט [[פרשת מקץ]])
| צאל ווערטער = 1931
| צאל ווערטער = 1931 (8'טע)
|צאל אותיות = 7235 (11'טע)
| אינהאלט = [[בריאת העולם]], [[עץ הדעת]], [[קין און הבל]], געבורט פון [[נח]]
| אינהאלט = [[בריאת העולם]], [[עץ הדעת]], [[קין און הבל]], געבורט פון [[נח]]
| עשה חינוך = [[פריה ורביה]]
| עשה חינוך = [[פריה ורביה]]
| מספר עשה חינוך = 1
| מספר עשה חינוך = 1
| מספר לא תעשה חינוך = 0
| מספר לא תעשה חינוך = 0
| הפטורה1 = {{תנ"ך|ישעיהו|מב|ה}} – {{תנ"ך|ישעיהו|מג|י|ללא=ספר}}
| הפטורה1 = {{תנ"ך|ישעיהו|מב|ה}} – {{תנ"ך|ישעיהו|מג|י|אן=ספר}}
| הפטורה2 = {{תנ"ך|ישעיהו|מב|ה|כה}}
| הפטורה2 = {{תנ"ך|ישעיהו|מב|ה|כא}}
| הפטורה3 = {{תנ"ך|ישעיהו|מב|א|טז}}
| הפטורה3 = {{תנ"ך|ישעיהו|מב|א|טז}}
| הפטורה4 = {{תנ"ך|ישעיהו|מב|א|כא}}
| הפטורה4 = {{תנ"ך|ישעיהו|מב|א|כא}}
שורה 18: שורה 19:
| עדה4 = איטאליענער
| עדה4 = איטאליענער
}}
}}
[[File:Genesis on egg cropped.jpg|Genesis on egg cropped|ממוזער|שמאל|250px|ערשטער קאפיטל פון פרשת בראשית געשריבן אויף אן איי אין [[מדינת ישראל מוזעאום]]]]
[[טעקע:Shabbat Candles.jpg|קליין|לינקס|250px|וַיְבָרֶךְ אֱלֹקִים אֶת יוֹם הַשְּׁבִיעִי וַיְקַדֵּשׁ אֹתוֹ כִּי בוֹ שָׁבַת מִכָּל מְלַאכְתּוֹ אֲשֶׁר בָּרָא אֱלֹקִים לַעֲשׂוֹת: א שבת טיש.]]
פרשת '''בְּרֵאשִׁית''' איז די ערשטע [[פרשה]] פון [[ספר בראשית]] און פון די [[תורה]] בכלל. די פרשה גייט פון אנהייב ספר, {{תנ"ך|בראשית|א|א|ללא=ספר|לאנג=יא}}, ביז {{תנ"ך|בראשית|ו|ח|ללא=ספר|לאנג=יא}}, לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון [[קאפיטלען פון תנ"ך|קאפיטלען]].
[[טעקע:Genesis on egg cropped.jpg|Genesis on egg cropped|ממוזער|שמאל|250px|ערשטער קאפיטל פון פרשת בראשית געשריבן אויף אן איי אין [[מדינת ישראל מוזעאום]]]]
'''{{מנוקד|פרשת בְּרֵאשִׁית}}''' איז די ערשטע [[סדרה]] פון [[ספר בראשית]] און פון די [[תורה]] בכלל. די פרשה גייט פון אנהייב ספר, {{תנ"ך|בראשית|א|א|אן=ספר|לאנג=יא}}, ביז {{תנ"ך|בראשית|ו|ח|אן=ספר|לאנג=יא}}, לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון [[קאפיטלען פון תנ"ך|קאפיטלען]], פארמאגנדיג אינאיינעם 146 פסוקים און 22 פרשיות, ניין [[פרשה פתוחה|פתוחות]] און דרייצן [[פרשה סתומה|סתומות]].


די פרשה שילדערט ווי דער אויבערשטער [[בריאת העולם|באשאפט די וועלט]], [[אדם הראשון|אדם]] און [[חוה]], און הייליגט דעם [[שבת]]. א [[נחש הקדמוני|שלאנג]] איבערצייגט חוה, וואס לאדנט דאן אדם, צו עסן פונעם [[עץ הדעת]], וואס גאט האט זיי פארבאטן. גאט שעלט זיי און פארשיקט זיי פון [[גן עדן]]. איינער פון זייערע זין, [[קין]], מארדעט זיין ברודער [[הבל]] פון קנאה. אדם און חוה האבן נאך א זון, [[שת]]. די אפשטאמלינגען פון אדם פאפולירן די וועלט, די דורות ווערן מער און מער קארופטירט, ביז דער אויבערשטער איז מחליט צו חרוב מאכן דאס מענטשהייט. איין מענטש, נח, געפונט חן ביי גאט.
די פרשה שילדערט ווי דער אויבערשטער [[בריאת העולם|באשאפט די וועלט]], [[אדם הראשון|אדם]] און [[חוה]], און הייליגט דעם [[שבת]]. א [[נחש הקדמוני|שלאנג]] איבערצייגט חוה, וואס לאדנט דאן אדם, צו עסן פונעם [[עץ הדעת]], וואס גאט האט זיי פארבאטן. גאט שעלט זיי און פארשיקט זיי פון [[גן עדן]]. איינער פון זייערע זין, [[קין]], מארדעט זיין ברודער [[הבל]] פון קנאה. אדם און חוה האבן נאך קינדער, און זייערע אפשטאמלינגען פאפולירן די וועלט. די דורות ווערן מער און מער קארופטירט, ביז דער אויבערשטער איז מחליט צו חרוב מאכן דאס מענטשהייט. איין מענטש, נח, געפונט חן ביי גאט.


פרשת בראשית ווערט געליינט די ערשטע וואך נאך [[שמחת תורה]]. די ערשטע [[עליה]] אינעם פרשה ווערט אויך געליינט אין שמחת תורה, גלייך נאכ'ן ענדיגן דעם ציקל פון [[קריאת התורה]]. דער וואס איז עולה דעם קריאה אין שמחת תורה ווערט גערופן דער "[[חתן בראשית]]".
פרשת בראשית ווערט געליינט די ערשטע וואך נאך [[שמחת תורה]]. די ערשטע [[עליה]] אינעם פרשה ווערט אויך געליינט אין שמחת תורה, גלייך נאכ'ן ענדיגן דעם ציקל פון [[קריאת התורה]]. דער וואס איז עולה דעם קריאה אין שמחת תורה ווערט גערופן דער "[[חתן בראשית]]".
שורה 28: שורה 30:
=== בריאת העולם ===
=== בריאת העולם ===
{{הויפט ארטיקל|בריאת העולם}}
{{הויפט ארטיקל|בריאת העולם}}
ספר בראשית הייבט זיך אן מיט א דעטאלירטע שילדערונג פון בריאת העולם דורך דעם אויבערשטן - "אלקים", אין זעקס טעג{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|א|א|ללא=ספר}} – {{תנ"ך|בראשית|ב|א|ללא=ספר}}}}:
[[טעקע:Creation of Light.png|קליין|לינקס|וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים יְהִי אוֹר - וַיְהִי אוֹר: "שאפונג פון ליכטיגקייט", א קריצונג פון גוסטאוו דורעי.]]
ספר בראשית הייבט זיך אן מיט א דעטאלירטע שילדערונג פון בריאת העולם דורך דעם אויבערשטן - "אלקים", אין זעקס טעג{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|א|א|אן=ספר}} – {{תנ"ך|בראשית|ב|א|אן=ספר}}}}:
* אנפאנג פונעם ערשטן טאג, איז די וועלט געווען ליידיג און פוסט, [[תוהו ובוהו]], [[פינסטערניש]] האט געהערשט איבער'ן תהום, און דער "רוח אלקים" האט געשוועבט איבער'ן וואסער. דער אויבערשטער האט באשאפן די [[ליכטיגקייט]], און האט אפגעטיילט צווישן דעם און די פינסטערניש.
* אנפאנג פונעם ערשטן טאג, איז די וועלט געווען ליידיג און פוסט, [[תוהו ובוהו]], [[פינסטערניש]] האט געהערשט איבער'ן תהום, און דער "רוח אלקים" האט געשוועבט איבער'ן וואסער. דער אויבערשטער האט באשאפן די [[ליכטיגקייט]], און האט אפגעטיילט צווישן דעם און די פינסטערניש.
* אינעם צווייטן טאג האט ער באשאפן די הימל, וואס טיילט אפ צווישן די [[מים העליונים]] און די וואסערן אויף דער ערד.
* אינעם צווייטן טאג האט ער באשאפן די הימל, וואס טיילט אפ צווישן די [[מים העליונים]] און די וואסערן אויף דער ערד.
שורה 37: שורה 40:
* [[שבת|דער זיבעטער טאג]]: סוף פונעם זעקסטן טאג האט זיך געענדיגט דאס באשאף, און אינעם זיבעטן טאג האט דער אויבערשטער גערוט פון יעדע ארבעט. ער האט געבענטשט דעם טאג און עס באשטימט אלס הייליגער טאג.
* [[שבת|דער זיבעטער טאג]]: סוף פונעם זעקסטן טאג האט זיך געענדיגט דאס באשאף, און אינעם זיבעטן טאג האט דער אויבערשטער גערוט פון יעדע ארבעט. ער האט געבענטשט דעם טאג און עס באשטימט אלס הייליגער טאג.


נאכ'ן שילדערן די זעקס טעג פון באשאף, טוט דער פסוק ווידערהאלן אז איידער דער מענטש'נס באשאף האט נאכניישט געשפראצט קיין געוויקסן וויבאלד גאט, וואס ווערט פון דא אין ווייטער דערמאנט מיט ביידע שמות, הוי"ה און אלקים{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|ב|ד}}}}, האט נאכנישט בארעגנט דעם ערד, און עס איז נאכנישט געווען ווער עס זאל עס באארבעטן. עס ווערט געשילדערט דער באשאף פונעם מענטש{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|ב|ז|ללא=ספר}}}}, און דער [[גן עדן]] - א גארטן וואס גאט האט איינגעפלאנצט אין עדן און זיין ארום, זיינע טייכן און ביימער. דער אויבערשטער האט געלייגט דעם מענטש אין גן עדן און עס אים געגעבן "איר צו באארבעטן און באהיטן", און האט אים באפוילן צו עסן פון אלע פרוכט פון גארטן אויסער פון די פרוכט פונעם [[עץ הדעת]] - "דער בוים פון וויסן גוט און שלעכט", ווייל אינעם טאג וואס ער עסט דערפון וועט ער שטארבן. דערנאך זאגט דער אויבערשטער אז "עס איז נישט גוט אז דער מענטש איז אליין - איך וועל אים מאכן א הילף קעגן אים". ער האט געברענגט פאר'ן מענטש אלע חיות אז ער זאל זיי רופן מיט נעמען, אבער פאר זיך האט דער מענטש נישט געטראפן קיין געהילף. האט דער אויבערשטער ארויפגעווארפן אויף אים א טיפן שלאף, גענומען איין ריפּ פון זיין קערפער און פון דעם האט ער אויסגעבויט דער [[פרוי]] און איר געברענגט צום מענטש, וואס האט איר אנגערופן אשה, "פרוי".
נאכ'ן שילדערן די זעקס טעג פון באשאף, טוט דער פסוק ווידערהאלן אז איידער דער מענטש'נס באשאף האט נאכנישט געשפראצט קיין געוויקסן וויבאלד גאט, וואס ווערט פון דא און ווייטער דערמאנט מיט ביידע שמות, הוי"ה און אלקים{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|ב|ד}}}}, האט נאכנישט בארעגנט דעם ערד, און עס איז נאכנישט געווען ווער עס זאל עס באארבעטן. עס ווערט געשילדערט דער באשאף פונעם מענטש{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|ב|ז|אן=ספר}}}}, און דער [[גן עדן]] - א גארטן וואס גאט האט איינגעפלאנצט אין עדן און זיין ארום, זיינע טייכן און ביימער. דער אויבערשטער האט געלייגט דעם מענטש אין גן עדן און עס אים געגעבן "איר צו באארבעטן און באהיטן", און האט אים באפוילן צו עסן פון אלע פרוכט פון גארטן אויסער פון די פרוכט פונעם [[עץ הדעת]] - "דער בוים פון וויסן גוט און שלעכט", ווייל אינעם טאג וואס ער עסט דערפון וועט ער שטארבן. דערנאך האט דער אויבערשטער געזאגט אז "עס איז נישט גוט אז דער מענטש איז אליין - איך וועל אים מאכן א הילף קעגן אים". ג-ט האט באשאפן די חיות פונעם ערד און האט זיי געברענגט פאר'ן מענטש אז ער זאל זיי רופן מיט נעמען. אדם האט אזוי געטון אבער פאר זיך האט דער מענטש נישט געטראפן קיין געהילף. האט דער אויבערשטער ארויפגעווארפן אויף אים א טיפן שלאף, גענומען איין ריפּ פון זיין קערפער און פון דעם האט ער אויסגעבויט דער [[פרוי]] און איר געברענגט צום מענטש, וואס האט איר אנגערופן אשה, "פרוי".


=== חטא עץ הדעת ===
=== חטא עץ הדעת ===
דערנאך ווערט געשילדערט{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|ג|א|כד|ללא=ספר}}}} ווי דער [[נחש הקדמוני]] רעדט איבער דעם פרוי אז עס וועט זיי נישט קומען קיין טויט דורכ'ן עסן פון די פרוכט פון [[עץ הדעת]] וואס דער באשעפער האט זיי פארבאטן, נאר דער אויבערשטער וויל צוריקהאלטן פון זיי פארשטאנד און געטליכקייט. חוה עסט דערפון און געבט עס אויך פאר איר מאן צו עסן. זיי ווערן באוואוסטזיניג אז זיי זענען אנטבלויזט, און גארטלען זיך אן מיט פייגן בלעטער. דער אויבערשטער האלט פאר דעם מענטש און זיין פרוי, און אלס שטראף שעלט ער דעם [[שלאנג]], מיטן אפשניידן די פיס זי זאל זיך שלעפן אויפ'ן האלז, זי זאל עסן ערד און עס זאל הערשן א פיינטשאפט צווישן איר און די מענטשהייט. חוה איז באשטראפט געווארן מיט צער גידול בנים, מיט צער העיבור און אז דער מאן זאל געוועלטיגן איבער איר. אדם איז געשטראפט געווארן מיט דארפן שווער [[לאנדווירטשאפט|ארבעטן פאר ברויט]] און מיט ענדגילטיגע [[טויט]].
{{הויפט ארטיקל|חטא עץ הדעת}}
דערנאך ווערט געשילדערט{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|ג|א|כד|אן=ספר}}}} ווי דער [[נחש הקדמוני]] האט איבערגערעדט די פרוי אז עס וועט זיי נישט קומען קיין טויט דורכ'ן עסן פון די פרוכט פון [[עץ הדעת]] וואס דער באשעפער האט זיי פארבאטן, נאר דער אויבערשטער וויל צוריקהאלטן פון זיי פארשטאנד און געטליכקייט. חוה האט געגעסן דערפון און געגעבן אויך פאר איר מאן צו עסן. זיי זענען געווארן באוואוסטזיניג אז זיי זענען אנטבלויזט, און האבן זיך אנגעגארטלט מיט פייגן בלעטער. דער אויבערשטער האט פארגעהאלטן דעם מענטש און זיין פרוי, און אלס שטראף געשאלטן דעם [[שלאנג]], מיטן אפשניידן די פיס זי זאל זיך שלעפן אויפ'ן האלז, זי זאל עסן ערד און עס זאל הערשן א פיינטשאפט צווישן איר און די מענטשהייט. חוה איז באשטראפט געווארן מיט צער גידול בנים, מיט צער העיבור און אז דער מאן זאל געוועלטיגן איבער איר. אדם איז געשטראפט געווארן מיט דארפן שווער [[לאנדווירטשאפט|ארבעטן פאר ברויט]] און מיט ענדגילטיגע [[טויט]].


דער מענטש רופט זיין פרוי מיט'ן נאמען [[חוה]], און דער אויבערשטער מאכט פאר זיי העמדער. דאן פארטרייבט ער זיי פון גן עדן.
דער מענטש האט גערופן זיין פרוי מיט'ן נאמען [[חוה]], און דער אויבערשטער האט פאר זיי געמאכט העמדער. דאן האט ער זיי פארטריבן פון גן עדן.


=== קין און הבל ===
=== קין און הבל ===
אדם און חוה געבוירן צוויי זין, [[קין]] און [[הבל]]. הבל ווערט א [[פאסטוך]] און קין - א פעלד ארבעטער. ביידע ברידער ברענגען א [[קרבן|מנחה]] פאר גאט, קין פון פרוכט און הבל פון זיינע שעף'ס בכורות, אבער גאט ווענדט זיך בלויז צו הבל'ס מנחה. אין רעאקציע הרג'עט קין זיין ברודער און ווערט באשטראפט מיט אייביגע וואגלנישן. צו זיין שוץ געבט אים גאט אן "אות" - וועלכער ווערט נישט ארויסגעשריבן - אז ער זאל נישט ווערן געטשעפעט דורך פיינט וואס וועלן אויסנוצן זיין שוואכקייט. דערנאך ווערט דערציילט איבער די דינאסטיע וואס איז ארויס פון קין, ביז [[למך]] און זיינע זין.
{{הויפט ארטיקל|קין און הבל}}
אדם און חוה האבן געבוירן צוויי זין, [[קין]] און [[הבל]]{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|ד|א|כד|אן=ספר}}}}. הבל איז געווארן א [[פאסטוך]] און קין - א פעלד ארבעטער. ביידע ברידער האבן געברענגט א [[קרבן|מנחה]] פאר גאט, קין פון געוויקסן און הבל פון די בכורות פון זיינע שאף, אבער גאט האט זיך געוואנדן בלויז צו הבל'ס מנחה. אין רעאקציע האט קין גע'הרג'עט זיין ברודער, און געווארן באשטראפט מיט אייביגע וואגלנישן. צו זיין שוץ האט אים גאט געגעבן אן "אות", אז ער זאל נישט ווערן געטשעפעט דורך פיינט וואס וועלן אויסנוצן זיין שוואכקייט. דערנאך ווערט דערציילט איבער די דינאסטיע וואס איז ארויס פון קין, ביז [[למך]] און זיינע זין.


=== צען דורות ===
=== דינאסטיע פון שת ===
נאך הבל'ס טויט ווערן געבוירן צו אדם און חוה א דריטער זון מיט'ן נאמען [[שת]]. ער האט געלעבט 912 יאר און געבוירן [[אנוש]]. אנוש האט געלעבט 905 און געבוירן [[קינן]]. קינן האט געלעבט 910 יאר און געבוירן מהללאל....... *** א טאבעלע לכאורה קומט אריין דא ***
נאך הבל'ס טויט איז געבוירן געווארן צו אדם און חוה א דריטער זון מיט'ן נאמען [[שת]]. די פרשה{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|ה|לאנג=יא|אן=ספר}}}} רעכנט אויס די צען דורות פון אדם, דורך שת, ביז נח און זייערע לעבנס יארן:
 
{| class="wikitable"
די פרשה שילדערט די צען דורות פון אדם ביז נח,
! דור !! נאמען !! עלטער ביים געבוירן קומענדיגער דור !! יארן געלעבט דערנאך !! יארן געלעבט אין סך הכל
|-
| 1|| [[אדם הראשון]] || 130 || 800|| 930
|-
| 2|| [[שת]]|| 105|| 807|| 912
|-
| 3|| [[אנוש]] || 90|| 815|| 905
|-
| 4|| [[קינן]] || 70|| 840|| 910
|-
| 5|| [[מהללאל]] || 65|| 830|| 895
|-
| 6|| [[ירד]] || 162|| 800|| 962
|-
| 7|| [[חנוך]] || 65|| 300|| 365
|-
| 8|| [[מתושלח]] || 187|| 782|| 969
|-
| 9|| [[למך]] || 182|| 595|| 777
|-
| 10|| [[נח]] || -|| -|| 950 <small>(אין קומענדיגע פרשה)</small>
|}


=== וועלט קארופציע ===
=== וועלט קארופציע ===
די פרשה ענדיגט זיך מיט די שילדערונג פון די עטישע קארופציע וואס האט געהערשט אויף דער וועלט, און אז די [[בני האלהים]] האבן זיך גענומען פרויען. דער אויבערשטער האט געצערנט אויף די מענטשן'ס שלעכטע מעשים און אפגעמאכט (כביכול) צו אפווישן אלע באשעפענישן פון דער וועלט. נח, אבער, האט יא געטראפן חן אין גאט'ס אויגן.
די פרשה ענדיגט זיך מיט א שילדערונג{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|ו|א|ח|אן=ספר}}}} פון די עטישע קארופציע וואס האט געהערשט אויף דער וועלט, די [[בני האלהים]] וועלכע האבן זיך גענומען פרויען, און די [[נפילים]] וועלכע זענען געווען אין יענע צייט. דער אויבערשטער האט געצערנט אויף די מענטשן'ס שלעכטע מעשים און אפגעמאכט (כביכול) צו [[מבול וואסער|אפווישן אלע באשעפענישן]] פון דער וועלט. נח, אבער, האט יא געטראפן חן אין גאט'ס אויגן.


== מצוות אין דער פרשה ==
== מצוות אין דער פרשה ==
לויט ווי ס'איז אויסגערעכנט אינעם [[ספר החינוך]] איז פארהאן איין מצווה אין דער פרשה:
לויט ווי ס'איז אויסגערעכנט אינעם [[ספר החינוך]]{{הערה|{{ספר החינוך|א}}}} איז פארהאן איין [[תרי"ג מצוות|מצוה]] אין דער פרשה:
{| class="wikitable"
{| class="wikitable sortable"
|+
|+
!די מצוות
!
!מקור
!עשה / לאו
!די מצוה איז אקטועל היינטיגע צייטן
!class="unsortable"| מצוה
!די וואס זענען באפוילן
!class="unsortable"| מקור
!אקטועל היינט
!באפוילענע
|-
|-
!1
|עשה
|[[פריה ורביה]]
|[[פריה ורביה]]
|וַיְבָרֶךְ אֹתָם אֱלֹקִים וַיֹּאמֶר לָהֶם אֱלֹקִים פְּרוּ וּרְבוּ{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|א|כח}}.}}
|וַיְבָרֶךְ אֹתָם אֱלֹקִים וַיֹּאמֶר לָהֶם אֱלֹקִים פְּרוּ וּרְבוּ ({{תנ"ך|בראשית|א|כח|אן=ספר}})
|יא
|יא
|מענער{{ביאור|לויט [[תנא קמא]] אין די משנה {{בבלי|יבמות|סה|ב}}, לויט [[רבי יוחנן בן ברוקא]] זענען פרויען אויך מחוייב.}}
|מענער{{ביאור|לויט תנא קמא אין די משנה {{בבלי|יבמות|סה|ב}}; לויט [[רבי יוחנן בן ברוקא]] זענען פרויען אויך מחוייב.}}
|-
|-
|}
|}
לויט טייל ראשונים{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|ט|ז|מפרש=רמב"ן}}; {{בבלי|יבמות|סה|ב|מפרש=תוספות|ד"ה=ולא}}; {{בבלי|סנהדרין|נט|ב|מפרש=מהרש"א}}.}} איז די פסוק אין בראשית א ברכה צו אדם אז ער זאל זיך מערן, און די מצווה לערנט מען ארויס פון די פסוק אין [[פרשת נח]] {{תנ"ך|בראשית|ט|ז|ללא=ספר}}; וְאַתֶּם פְּרוּ וּרְבוּ שִׁרְצוּ בָאָרֶץ וּרְבוּ בָהּ{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|ט|ז|מפרש=רש"י}}; {{תנ"ך|בראשית|ט|ז|מפרש=רמב"ן}}.}}.
{{ביאורים}}
 
לויט טייל ראשונים{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|ט|ז|מפרש=רמב"ן}}; {{בבלי|יבמות|סה|ב|מפרש=תוספות|ד"ה=ולא}}; {{בבלי|סנהדרין|נט|ב|מפרש=מהרש"א}}.}} איז דער פסוק אין בראשית א ברכה צו אדם אז ער זאל זיך מערן, און די מצוה לערנט מען ארויס פון פסוק אין [[פרשת נח]] {{תנ"ך|בראשית|ט|ז|אן=ספר}}; וְאַתֶּם פְּרוּ וּרְבוּ שִׁרְצוּ בָאָרֶץ וּרְבוּ בָהּ{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|ט|ז|מפרש=רש"י}}; {{תנ"ך|בראשית|ט|ז|מפרש=רמב"ן}}.}}.


אסאך ראשונים האלטן אז גויים זענען אויך באפוילן מיט'ן חיוב פון פריה ורביה, וויבאלד דער אויבערשטער האט באפוילן "פרו ורבו" פאר אדם, דער טאטע פון די גאנצע מענטשהייט{{הערה|{{בבלי|יבמות|סב|א|מפרש=רש"י|ד"ה=בני נח}}; {{בבלי|יבמות|סב|א|מפרש=מאירי}}; [[שאילתות דרב אחאי גאון]] [[ש:Sheiltot_d'Rav_Achai_Gaon/165|שאילתא קסה]]; {{בבלי|חגיגה|ב|ב|מפרש=תוספות|ד"ה=לא תהו בראה}}.}}. אנדערע ראשונים האלטן אבער אז בני נח זענען נישט מחוייב{{הערה|{{בבלי|חגיגה|ב|ב|מפרש=תוספות|ד"ה=לא תהו בראה}}.}}.
טייל ראשונים האלטן אז [[בני נח|גויים]] זענען אויך באפוילן מיט'ן חיוב פון פריה ורביה, וויבאלד דער אויבערשטער האט באפוילן "פרו ורבו" פאר אדם, דער טאטע פון די גאנצע מענטשהייט{{הערה|{{בבלי|יבמות|סב|א|מפרש=רש"י|ד"ה=בני נח}}; {{בבלי|יבמות|סב|א|מפרש=מאירי}}; [[שאילתות דרב אחאי גאון]] [[שית:Sheiltot_d'Rav_Achai_Gaon/165|שאילתא קסה]]; {{בבלי|חגיגה|ב|ב|מפרש=תוספות|ד"ה=לא תהו בראה}}.}}. אנדערע ראשונים האלטן אבער אז בני נח זענען נישט מחויב{{הערה|{{בבלי|חגיגה|ב|ב|מפרש=תוספות|ד"ה=לא תהו בראה}}.}}.


==דאטומען==
==דאטומען==
דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין פיר אנדערע דאטומען:
פרשת בראשית ווערט געליינט אינעם שבת נאך סוכות און שמחת תורה. דער שבת קען געפאלן אין פיר אנדערע דאטומען:
*[[השא יאר]] און [[הכז יאר]], [[השג יאר]] און [[החא יאר]] - [[כ"ד תשרי]]  
*[[השא יאר]] און [[הכז יאר]], [[השג יאר]] און [[החא יאר]] - [[כ"ד תשרי]]
*[[גכה יאר]] און [[גכז יאר]] - [[כ"ו תשרי]]  
*[[גכה יאר]] און [[גכז יאר]] - [[כ"ו תשרי]]
*[[בשה יאר]] און [[בחג יאר]], [[בשז יאר]] און [[בחה יאר]] - [[כ"ז תשרי]]  
*[[בשה יאר]] און [[בחג יאר]], [[בשז יאר]] און [[בחה יאר]] - [[כ"ז תשרי]]
*[[זשג יאר]] און [[זחא יאר]], [[זשה יאר]] און [[זחג יאר]] - [[כ"ט תשרי]]
*[[זשג יאר]] און [[זחא יאר]], [[זשה יאר]] און [[זחג יאר]] - [[כ"ט תשרי]]


== הפטורה ==
== הפטורה ==
מען ליינט די [[הפטורה]] אין {{תנ"ך|ישעיהו|מב}}. די תימנ'ע און איטאליענער הייבן אן ביי {{תנ"ך|ישעיהו|מב|א|ללא=פרק|לאנג=יא}}, די ספרדים און אשכנזים הייבן אן ביי {{תנ"ך|ישעיהו|מב|ה|ללא=פרק|לאנג=יא}}. די תימנ'ע ענדיגן ביי {{תנ"ך|ישעיהו|מב|טז|ללא=פרק|לאנג=יא}}, די ספרדים, איטאליענער און די קהילות פראנקפורט דמיין און פאזנע ביי {{תנ"ך|ישעיהו|מב|כא|ללא=פרק|לאנג=יא}}, און די איבריגע אשכנז'ישע קהילות ביי {{תנ"ך|ישעיהו|מג|י|ללא=ספר|לאנג=יא}}. די הפטורה רעדט איבער די הנהגה פונעם אויבערשטן און הויבט זיך אן מיט'ן וועלט באשאף און די וואס לעבן אין איר:
מען ליינט די [[הפטורה]] אין {{תנ"ך|ישעיהו|מב|לאנג=יא}}. די תימנים און איטאליענער הייבן אן ביי {{תנ"ך|ישעיהו|מב|א|אן=פרק|לאנג=יא}}, די [[ספרדים]] און [[אשכנזים]] הייבן אן ביי {{תנ"ך|ישעיהו|מב|ה|אן=פרק|לאנג=יא}}. די תימנים ענדיגן ביי {{תנ"ך|ישעיהו|מב|טז|אן=פרק|לאנג=יא}}, די ספרדים, איטאליענער און די קהילות פראנקפורט ד'מיין און פאזנע ביי {{תנ"ך|ישעיהו|מב|כא|אן=פרק|לאנג=יא}}, און די איבריגע אשכנז'ישע קהילות ביי {{תנ"ך|ישעיהו|מג|י|אן=ספר|לאנג=יא}}. די הפטורה רעדט איבער די הנהגה פונעם אויבערשטן און הייבט זיך אן מיט'ן באשאף פון דער וועלט און די וואס לעבן אין איר: {{ציטוטון|כֹּה אָמַר הָאֵ-ל ה' בּוֹרֵא הַשָּׁמַיִם וְנוֹטֵיהֶם רֹקַע הָאָרֶץ וְצֶאֱצָאֶיהָ נֹתֵן נְשָׁמָה לָעָם עָלֶיהָ וְרוּחַ לַהֹלְכִים בָּהּ|{{תנ"ך|ישעיהו|מב|ה}}}}. ביי די [[ראמאניאטן|ראָמאַניאָטן]] ליינט מען {{תנ"ך|ישעיהו|סה|יז}} – {{תנ"ך|ישעיהו|סו|יא|אן=ספר}}{{הערה|[https://alhatorah.org/Haftarat_Bereshit/0/he הפטרת בראשית], אויף על התורה}}.
{{ציטוט|מרכאות=כן|כֹּה אָמַר הָאֵל ה' בּוֹרֵא הַשָּׁמַיִם וְנוֹטֵיהֶם רֹקַע הָאָרֶץ וְצֶאֱצָאֶיהָ נֹתֵן נְשָׁמָה לָעָם עָלֶיהָ וְרוּחַ לַהֹלְכִים בָּהּ. אֲנִי ה' קְרָאתִיךָ בְצֶדֶק וְאַחְזֵק בְּיָדֶךָ וְאֶצָּרְךָ וְאֶתֶּנְךָ לִבְרִית עָם לְאוֹר גּוֹיִם.|{{תנ"ך|ישעיהו|מב|ה|ו}}}}
 
אין יארן וואס דער ערשטער טאג [[ראש השנה]] געפאלט אום שבת, געפאלט [[ראש חודש]] חשון זונטאג און מאנטאג נאך שבת בראשית, און מען ליינט די הפטורה "[[מחר חודש]]".


ביי די [[ראמאניאטן|ראָמאַניאָטן]] ליינט מען {{תנ"ך|ישעיהו|סה|טז}} {{תנ"ך|ישעיהו|סו|יא|ללא=ספר}}.
==שבת בראשית==
שבת פרשת בראשית ווערט אנגערופן מיטן באזונדערן נאמען "שבת בראשית"{{הערה|{{היברובוקס|2=מהרי"ל (מנהגים)|3=8918|page=111|לינק טעקסט=הלכות שבת בראשית}}; {{היברובוקס|2=לבוש החור|3=9223|page=253|4=אורח חיים סימן תרס"ט}}.}}. אין אסאך קהילות האט דער שבת געדינט ווי א המשך צו שמחת תורה מיט פארשידענע מנהגים. דאס האט אריינגענומען ספעציעלע [[פיוטים]] און יוצרות, כיבודים פאר דער [[חתן תורה]] און חתן בראשית, אייגנארטיגע פירונגען מיט איינטיילן די [[עליה|עליות]], באזונדערע רעכטן פאר די [[חברה קדישא]], לאזן די [[ספר תורה|ספרי תורה]] אינדרויסן פון [[ארון קודש]] און דער שוהל באצירט ביז נאך שבת בראשית, און אין טייל קהילות אויך פראווען די [[הקפות]] אין שבת בראשית נאך [[מוסף]]{{הערה|זעט אן אריכות אין: אברהם יערי, '''תולדות חג שמחת תורה''', עמוד 337 און ווייטער.}}.


אין יארן וואס די ערשטע טאג [[ראש השנה]] געפאלט אום שבת, געפאלט [[ראש חודש]] חשוון זונטאג און מאנטאג נאך שבת בראשית, און מען ליינט די הפטורה "[[מחר חודש]]".
ביי [[חסידים]] האט מען באטאנט די טעמע פון דעם שבת, מיטצונעמען די השפעות פון די ימים טובים און זיי ריכטיג אויסצונוצן דורכאויס דעם יאר. [[רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם]] שרייבט אין נאמען פון זיין שווער, [[רבי אריה לייביש ליפשיץ]], אז דערפאר הייסט עס שבת בראשית, וויבאלד במשך פון די [[ימים נוראים]] האט יעדער איינער געהאט א [[הרהור תשובה]], און האט דאן אנגענומען אויף זיך עפעס א גוטע קבלה, יעדער איינער לויט זיין מדריגה, דעריבער רופט מען דער שבת "שבת בראשית" צו דערמאנען דעם מענטש אז וואס איז אריבער איז אריבער, און פון יעצט הויבט זיך אהן א נייע סדר, און פון יעצט און ווייטער זאל מען פרובירן צו זיין גוט{{הערה|[https://www.nli.org.il/he/books/NNL_ALEPH990013343710205171/NLI דברי יחזקאל], פרשת בראשית}}. אין נאמען פון [[רבי מנחם מענדל שניאורסאהן (צמח צדק)|דער צמח צדק]] זאגט מען נאך, אז אזוי ווי מען שטעלט זיך אוועק אין שבת בראשית אזוי גייט דער גאנצער יאר{{הערה|{{היברובוקס|2=לקוטי שיחות|3=14925|page=173|באנד=חלק ב'|עמ=449}}
}}.


==דרויסנדע לינקס==
==צו ליינען מער==
{{פרשה לינקס|שיתופתא=Genesis/1.1-3|ממרא=0101|בית חב"ד=573920|בינינו=2740|אתר פרשת השבוע=2010/09/parashat-bereshit}}
* {{אוצר החכמה|צבי איינפעלד|צוהר לבראשית|194197|ירושלים תשע"ה|באנד=א}}; [https://tablet.otzar.org/he/book/book.php?book=194198 כרך ב]


==נאטיצן==
==דרויסנדיגע לינקס==
{{ביאורים}}
{{פרשה לינקס|בית חב"ד=573920|בינינו=2740|אתר פרשת השבוע=2010/09/parashat-bereshit}}


==רעפערענצן==
==רעפערענצן==
שורה 100: שורה 135:
{{פרשיות השבוע}}
{{פרשיות השבוע}}
{{ספר בראשית}}
{{ספר בראשית}}
{{מאדם עד נח}}


[[קאַטעגאָריע:פרשת בראשית]]
[[קאַטעגאָריע:פרשיות ספר בראשית]]
[[קאַטעגאָריע:שמחת תורה]]
[[קאַטעגאָריע:תשרי]]
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]]
[[he:פרשת בראשית]]
[[he:פרשת בראשית]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 21:43, 24 נאוועמבער 2024

Arrow r.svg בראשית Arrow l.svg
פסוקים בראשית א, א - ו, ח
צאל פסוקים 146 (8'טע - אייניג מיט פרשת מקץ)
צאל ווערטער 1931 (8'טע)
צאל אותיות 7235 (11'טע)
אינהאלט בריאת העולם, עץ הדעת, קין און הבל, געבורט פון נח
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך
עשה (1)  לא תעשה (0)
פריה ורביה
הפטורה
אשכנזים ישעיהו מב, המג, י
ספרדים, חב"ד און קהילת פראנקפורט ישעיהו מב, ה–כא
תימנים ישעיהו מב, א–טז
איטאליענער ישעיהו מב, א–כא
וַיְבָרֶךְ אֱלֹקִים אֶת יוֹם הַשְּׁבִיעִי וַיְקַדֵּשׁ אֹתוֹ כִּי בוֹ שָׁבַת מִכָּל מְלַאכְתּוֹ אֲשֶׁר בָּרָא אֱלֹקִים לַעֲשׂוֹת: א שבת טיש.
ערשטער קאפיטל פון פרשת בראשית געשריבן אויף אן איי אין מדינת ישראל מוזעאום

פרשת בְּרֵאשִׁית איז די ערשטע סדרה פון ספר בראשית און פון די תורה בכלל. די פרשה גייט פון אנהייב ספר, קאַפּיטל א', פסוק א', ביז קאַפּיטל ו', פסוק ח', לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 146 פסוקים און 22 פרשיות, ניין פתוחות און דרייצן סתומות.

די פרשה שילדערט ווי דער אויבערשטער באשאפט די וועלט, אדם און חוה, און הייליגט דעם שבת. א שלאנג איבערצייגט חוה, וואס לאדנט דאן אדם, צו עסן פונעם עץ הדעת, וואס גאט האט זיי פארבאטן. גאט שעלט זיי און פארשיקט זיי פון גן עדן. איינער פון זייערע זין, קין, מארדעט זיין ברודער הבל פון קנאה. אדם און חוה האבן נאך קינדער, און זייערע אפשטאמלינגען פאפולירן די וועלט. די דורות ווערן מער און מער קארופטירט, ביז דער אויבערשטער איז מחליט צו חרוב מאכן דאס מענטשהייט. איין מענטש, נח, געפונט חן ביי גאט.

פרשת בראשית ווערט געליינט די ערשטע וואך נאך שמחת תורה. די ערשטע עליה אינעם פרשה ווערט אויך געליינט אין שמחת תורה, גלייך נאכ'ן ענדיגן דעם ציקל פון קריאת התורה. דער וואס איז עולה דעם קריאה אין שמחת תורה ווערט גערופן דער "חתן בראשית".

פרשה אינהאלט

בריאת העולם

Postscript-viewer-blue.svg בריאת העולם
וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים יְהִי אוֹר - וַיְהִי אוֹר: "שאפונג פון ליכטיגקייט", א קריצונג פון גוסטאוו דורעי.

ספר בראשית הייבט זיך אן מיט א דעטאלירטע שילדערונג פון בריאת העולם דורך דעם אויבערשטן - "אלקים", אין זעקס טעג[1]:

  • אנפאנג פונעם ערשטן טאג, איז די וועלט געווען ליידיג און פוסט, תוהו ובוהו, פינסטערניש האט געהערשט איבער'ן תהום, און דער "רוח אלקים" האט געשוועבט איבער'ן וואסער. דער אויבערשטער האט באשאפן די ליכטיגקייט, און האט אפגעטיילט צווישן דעם און די פינסטערניש.
  • אינעם צווייטן טאג האט ער באשאפן די הימל, וואס טיילט אפ צווישן די מים העליונים און די וואסערן אויף דער ערד.
  • אינעם דריטן טאג האט דער אויבערשטער איינגעזאמלט אריין אין די ימים דאס וואסער וואס האט פארשוועמט דעם ערד, און דאס טרוקעניש האט זיך אנטפלעקט. און דעם טאג האט ער אויך באשאפן די געוויקסן.
  • אינעם פערטן טאג האט ער אויפגעהאנגען די זון, די לבנה, און די שטערנס אינעם הימל, און האט באשטימט אז דער זון זאל לייכטן בייטאג און די לבנה ביינאכט.
  • אינעם פינפטן טאג האט דער אויבערשטער באשאפן באשעפענישן פון וואסער און די פייגלען פון הימל, און האט זיי געבענטשט זיי זאלן זיך מערן און אנפילן די וועלט.
  • אינעם זעקסטן טאג האט דער אויבערשטער באשאפן די באשעפענישן וואס לעבן אויף דער ערד. ביים ענדע פונעם באשאף האט דער אויבערשטער באשאפן דעם מענטש (אדם).
  • דער זיבעטער טאג: סוף פונעם זעקסטן טאג האט זיך געענדיגט דאס באשאף, און אינעם זיבעטן טאג האט דער אויבערשטער גערוט פון יעדע ארבעט. ער האט געבענטשט דעם טאג און עס באשטימט אלס הייליגער טאג.

נאכ'ן שילדערן די זעקס טעג פון באשאף, טוט דער פסוק ווידערהאלן אז איידער דער מענטש'נס באשאף האט נאכנישט געשפראצט קיין געוויקסן וויבאלד גאט, וואס ווערט פון דא און ווייטער דערמאנט מיט ביידע שמות, הוי"ה און אלקים[2], האט נאכנישט בארעגנט דעם ערד, און עס איז נאכנישט געווען ווער עס זאל עס באארבעטן. עס ווערט געשילדערט דער באשאף פונעם מענטש[3], און דער גן עדן - א גארטן וואס גאט האט איינגעפלאנצט אין עדן און זיין ארום, זיינע טייכן און ביימער. דער אויבערשטער האט געלייגט דעם מענטש אין גן עדן און עס אים געגעבן "איר צו באארבעטן און באהיטן", און האט אים באפוילן צו עסן פון אלע פרוכט פון גארטן אויסער פון די פרוכט פונעם עץ הדעת - "דער בוים פון וויסן גוט און שלעכט", ווייל אינעם טאג וואס ער עסט דערפון וועט ער שטארבן. דערנאך האט דער אויבערשטער געזאגט אז "עס איז נישט גוט אז דער מענטש איז אליין - איך וועל אים מאכן א הילף קעגן אים". ג-ט האט באשאפן די חיות פונעם ערד און האט זיי געברענגט פאר'ן מענטש אז ער זאל זיי רופן מיט נעמען. אדם האט אזוי געטון אבער פאר זיך האט דער מענטש נישט געטראפן קיין געהילף. האט דער אויבערשטער ארויפגעווארפן אויף אים א טיפן שלאף, גענומען איין ריפּ פון זיין קערפער און פון דעם האט ער אויסגעבויט דער פרוי און איר געברענגט צום מענטש, וואס האט איר אנגערופן אשה, "פרוי".

חטא עץ הדעת

דערנאך ווערט געשילדערט[4] ווי דער נחש הקדמוני האט איבערגערעדט די פרוי אז עס וועט זיי נישט קומען קיין טויט דורכ'ן עסן פון די פרוכט פון עץ הדעת וואס דער באשעפער האט זיי פארבאטן, נאר דער אויבערשטער וויל צוריקהאלטן פון זיי פארשטאנד און געטליכקייט. חוה האט געגעסן דערפון און געגעבן אויך פאר איר מאן צו עסן. זיי זענען געווארן באוואוסטזיניג אז זיי זענען אנטבלויזט, און האבן זיך אנגעגארטלט מיט פייגן בלעטער. דער אויבערשטער האט פארגעהאלטן דעם מענטש און זיין פרוי, און אלס שטראף געשאלטן דעם שלאנג, מיטן אפשניידן די פיס זי זאל זיך שלעפן אויפ'ן האלז, זי זאל עסן ערד און עס זאל הערשן א פיינטשאפט צווישן איר און די מענטשהייט. חוה איז באשטראפט געווארן מיט צער גידול בנים, מיט צער העיבור און אז דער מאן זאל געוועלטיגן איבער איר. אדם איז געשטראפט געווארן מיט דארפן שווער ארבעטן פאר ברויט און מיט ענדגילטיגע טויט.

דער מענטש האט גערופן זיין פרוי מיט'ן נאמען חוה, און דער אויבערשטער האט פאר זיי געמאכט העמדער. דאן האט ער זיי פארטריבן פון גן עדן.

קין און הבל

אדם און חוה האבן געבוירן צוויי זין, קין און הבל[5]. הבל איז געווארן א פאסטוך און קין - א פעלד ארבעטער. ביידע ברידער האבן געברענגט א מנחה פאר גאט, קין פון געוויקסן און הבל פון די בכורות פון זיינע שאף, אבער גאט האט זיך געוואנדן בלויז צו הבל'ס מנחה. אין רעאקציע האט קין גע'הרג'עט זיין ברודער, און געווארן באשטראפט מיט אייביגע וואגלנישן. צו זיין שוץ האט אים גאט געגעבן אן "אות", אז ער זאל נישט ווערן געטשעפעט דורך פיינט וואס וועלן אויסנוצן זיין שוואכקייט. דערנאך ווערט דערציילט איבער די דינאסטיע וואס איז ארויס פון קין, ביז למך און זיינע זין.

דינאסטיע פון שת

נאך הבל'ס טויט איז געבוירן געווארן צו אדם און חוה א דריטער זון מיט'ן נאמען שת. די פרשה[6] רעכנט אויס די צען דורות פון אדם, דורך שת, ביז נח און זייערע לעבנס יארן:

דור נאמען עלטער ביים געבוירן קומענדיגער דור יארן געלעבט דערנאך יארן געלעבט אין סך הכל
1 אדם הראשון 130 800 930
2 שת 105 807 912
3 אנוש 90 815 905
4 קינן 70 840 910
5 מהללאל 65 830 895
6 ירד 162 800 962
7 חנוך 65 300 365
8 מתושלח 187 782 969
9 למך 182 595 777
10 נח - - 950 (אין קומענדיגע פרשה)

וועלט קארופציע

די פרשה ענדיגט זיך מיט א שילדערונג[7] פון די עטישע קארופציע וואס האט געהערשט אויף דער וועלט, די בני האלהים וועלכע האבן זיך גענומען פרויען, און די נפילים וועלכע זענען געווען אין יענע צייט. דער אויבערשטער האט געצערנט אויף די מענטשן'ס שלעכטע מעשים און אפגעמאכט (כביכול) צו אפווישן אלע באשעפענישן פון דער וועלט. נח, אבער, האט יא געטראפן חן אין גאט'ס אויגן.

מצוות אין דער פרשה

לויט ווי ס'איז אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך[8] איז פארהאן איין מצוה אין דער פרשה:

עשה / לאו מצוה מקור אקטועל היינט באפוילענע
1 עשה פריה ורביה וַיְבָרֶךְ אֹתָם אֱלֹקִים וַיֹּאמֶר לָהֶם אֱלֹקִים פְּרוּ וּרְבוּ (א, כח) יא מענער[א]
  1. לויט תנא קמא אין די משנה יבמות סה, ב; לויט רבי יוחנן בן ברוקא זענען פרויען אויך מחוייב.

לויט טייל ראשונים[9] איז דער פסוק אין בראשית א ברכה צו אדם אז ער זאל זיך מערן, און די מצוה לערנט מען ארויס פון פסוק אין פרשת נח ט, ז; וְאַתֶּם פְּרוּ וּרְבוּ שִׁרְצוּ בָאָרֶץ וּרְבוּ בָהּ[10].

טייל ראשונים האלטן אז גויים זענען אויך באפוילן מיט'ן חיוב פון פריה ורביה, וויבאלד דער אויבערשטער האט באפוילן "פרו ורבו" פאר אדם, דער טאטע פון די גאנצע מענטשהייט[11]. אנדערע ראשונים האלטן אבער אז בני נח זענען נישט מחויב[12].

דאטומען

פרשת בראשית ווערט געליינט אינעם שבת נאך סוכות און שמחת תורה. דער שבת קען געפאלן אין פיר אנדערע דאטומען:

הפטורה

מען ליינט די הפטורה אין ספר ישעיהו, קאַפּיטל מ"ב. די תימנים און איטאליענער הייבן אן ביי פסוק א', די ספרדים און אשכנזים הייבן אן ביי פסוק ה'. די תימנים ענדיגן ביי פסוק ט"ז, די ספרדים, איטאליענער און די קהילות פראנקפורט ד'מיין און פאזנע ביי פסוק כ"א, און די איבריגע אשכנז'ישע קהילות ביי קאַפּיטל מ"ג, פסוק י'. די הפטורה רעדט איבער די הנהגה פונעם אויבערשטן און הייבט זיך אן מיט'ן באשאף פון דער וועלט און די וואס לעבן אין איר: ”כֹּה אָמַר הָאֵ-ל ה' בּוֹרֵא הַשָּׁמַיִם וְנוֹטֵיהֶם רֹקַע הָאָרֶץ וְצֶאֱצָאֶיהָ נֹתֵן נְשָׁמָה לָעָם עָלֶיהָ וְרוּחַ לַהֹלְכִים בָּהּ” (ישעיהו מב, ה). ביי די ראָמאַניאָטן ליינט מען ישעיהו סה, יזסו, יא[13].

אין יארן וואס דער ערשטער טאג ראש השנה געפאלט אום שבת, געפאלט ראש חודש חשון זונטאג און מאנטאג נאך שבת בראשית, און מען ליינט די הפטורה "מחר חודש".

שבת בראשית

שבת פרשת בראשית ווערט אנגערופן מיטן באזונדערן נאמען "שבת בראשית"[14]. אין אסאך קהילות האט דער שבת געדינט ווי א המשך צו שמחת תורה מיט פארשידענע מנהגים. דאס האט אריינגענומען ספעציעלע פיוטים און יוצרות, כיבודים פאר דער חתן תורה און חתן בראשית, אייגנארטיגע פירונגען מיט איינטיילן די עליות, באזונדערע רעכטן פאר די חברה קדישא, לאזן די ספרי תורה אינדרויסן פון ארון קודש און דער שוהל באצירט ביז נאך שבת בראשית, און אין טייל קהילות אויך פראווען די הקפות אין שבת בראשית נאך מוסף[15].

ביי חסידים האט מען באטאנט די טעמע פון דעם שבת, מיטצונעמען די השפעות פון די ימים טובים און זיי ריכטיג אויסצונוצן דורכאויס דעם יאר. רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם שרייבט אין נאמען פון זיין שווער, רבי אריה לייביש ליפשיץ, אז דערפאר הייסט עס שבת בראשית, וויבאלד במשך פון די ימים נוראים האט יעדער איינער געהאט א הרהור תשובה, און האט דאן אנגענומען אויף זיך עפעס א גוטע קבלה, יעדער איינער לויט זיין מדריגה, דעריבער רופט מען דער שבת "שבת בראשית" צו דערמאנען דעם מענטש אז וואס איז אריבער איז אריבער, און פון יעצט הויבט זיך אהן א נייע סדר, און פון יעצט און ווייטער זאל מען פרובירן צו זיין גוט[16]. אין נאמען פון דער צמח צדק זאגט מען נאך, אז אזוי ווי מען שטעלט זיך אוועק אין שבת בראשית אזוי גייט דער גאנצער יאר[17].

צו ליינען מער

דרויסנדיגע לינקס

טעקסט:

טייטש

  • מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת בראשית", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד

פארברייטערונג:

רעפערענצן