אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אבישג השונמית"
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ") |
אין תקציר עריכה |
||
(5 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע| | {{דעסקריפציע|פערזענליכע דינסט פון דוד המלך אויף דער עלטער}} | ||
'''אבישג השונמית''' איז געווען זייער א שיין [[מיידל]], וועמען מ'האט אויסגעקליבן צו זיין די | <!-- {{נישט צעמישן מיט|אשה השונמית}} -->'''אבישג השונמית''' (פון [[שונם]]) איז געווען זייער א שיין [[מיידל]], וועמען מ'האט אויסגעקליבן צו זיין די פערזענליכע דינסט פון [[דוד המלך]] אין זיין עלטער. | ||
== אין תנ"ך == | |||
אין [[ספר מלכים]] ווערט געשילדערט אז ווען דוד איז אלט געווארן 70 יאר{{הערה|רד״ק}} האט מען אים נישט געקענט דערווארעמען דורך קליידער, דעריבער האבן זיינע קנעכט פארגעשלאגן צו זוכן א מיידל פאר א דינסט וועלכע זאל ליגן אין זיין בוזעם. נאכ׳ן זוכן איבער גאנץ ארץ ישראל איז געטראפן געווארן אבישג, א גאר שיין מיידל, וועלכע איז געברענגט געווארן צום קעניג. זי איז געווען דוד׳ס באדינערין אבער ער האט נישט געהאט קיין הייראט-באציאונגען מיט איר{{הערה|{{תנ"ך|מלכים א|א|א|ג}}}}. | |||
נאך די פטירה פון דוד, האט [[אדוניהו]] געוואלט חתונה האבן מיט אבישג, וואס האט צוגעברענגט אז ער זאל ווערן אומגעברענגט אויפ'ן באפעל פון [[שלמה המלך]]{{הערה|{{תנ"ך|מלכים א|ב|יג|כה}}}}. עס ווערט ערקלערט אז אבישג איז געווען פאררעכנט א "שרביט המלך" מיט וועלכע נאר א קעניג מעג זיך באניצן{{הערה|{{בבלי|סנהדרין|כב|א}}|שם=כבא}}, און אדוניהו האט דעריבער געוויזן מיט זיין בקשה אז ער פאררעכנט זיך א קעניג און ער טוט ווידערשפעניגן אין די מלוכה פון שלמה{{הערה|{{בבלי|סנהדרין|כב|א|מפרש=מהרש"א}}}}. | |||
אין | == אין חז"ל == | ||
אין גמרא ווערט פארציילט אז אבישג האט געבעטן דוד אז ער זאל חתונה האבן מיט איר, אבער ער האט איר אפגעזאגט וויבאלד ער האט שוין פארמאגט אכצן פרויען, דאס מערסטע וואס א [[מלך]] מעג האבן. אבישג האט נישט אנגענומען דעם טענה, ניצנדיג א שפריכווארט ״ווען דער גנב האט נישט וואס צו גנב׳ענען ווערט ער ערליך״ - אין אנדערע ווערטער אז דאס איז בלויז א תירוץ און דער ריכטיגער סיבה איז אז ער האט מער נישט קיין כח צו הייראט צוליב זיין עלטער. דערויף האט דוד גערופן [[בת שבע]] און איז געקומען אויף איר 13 ביאות{{הערה|שם=כבא}}. | |||
[[קאַטעגאָריע:פערזאנען אין תנ"ך]] | חז"ל זאגן אז די [[סנהדרין]] האבן באזונדער מתיר געווען דעם איסור פון [[יחוד]] פאר דוד המלך, נישט זייענדיג פארהייראט צו אים. דאס איז געווען אנגענומען אלס א בעסערע אויסוועג, ווי איידער אז דוד זאל [[גט|מגרש זיין]] איינע פון זיינע פרויען און נעמען אבישג - צייגנדיג די הארבקייט פון גירושין{{הערה|שם=כבא}}. | ||
[[ | |||
{{ | לויט די [[פרקי דרבי אליעזר]], איז אבישג געווען א שוועסטער פון די [[אשה השונמית]] פון די צייטן פון [[אלישע]]{{הערה|{{פרקי דרבי אליעזר|לג}}}}. | ||
==רעפערענצן== | |||
{{רעפערענצן}} | |||
[[קאַטעגאָריע:פערזאנען אין ספר מלכים]] | |||
[[קאַטעגאָריע:פרויען אין תנ"ך]] | |||
[[קאַטעגאָריע:דוד]] | |||
{{דרעפט}} | |||
[[he:אבישג השונמית]] | [[he:אבישג השונמית]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 05:17, 19 נאוועמבער 2024
אבישג השונמית (פון שונם) איז געווען זייער א שיין מיידל, וועמען מ'האט אויסגעקליבן צו זיין די פערזענליכע דינסט פון דוד המלך אין זיין עלטער.
אין תנ"ך
אין ספר מלכים ווערט געשילדערט אז ווען דוד איז אלט געווארן 70 יאר[1] האט מען אים נישט געקענט דערווארעמען דורך קליידער, דעריבער האבן זיינע קנעכט פארגעשלאגן צו זוכן א מיידל פאר א דינסט וועלכע זאל ליגן אין זיין בוזעם. נאכ׳ן זוכן איבער גאנץ ארץ ישראל איז געטראפן געווארן אבישג, א גאר שיין מיידל, וועלכע איז געברענגט געווארן צום קעניג. זי איז געווען דוד׳ס באדינערין אבער ער האט נישט געהאט קיין הייראט-באציאונגען מיט איר[2].
נאך די פטירה פון דוד, האט אדוניהו געוואלט חתונה האבן מיט אבישג, וואס האט צוגעברענגט אז ער זאל ווערן אומגעברענגט אויפ'ן באפעל פון שלמה המלך[3]. עס ווערט ערקלערט אז אבישג איז געווען פאררעכנט א "שרביט המלך" מיט וועלכע נאר א קעניג מעג זיך באניצן[4], און אדוניהו האט דעריבער געוויזן מיט זיין בקשה אז ער פאררעכנט זיך א קעניג און ער טוט ווידערשפעניגן אין די מלוכה פון שלמה[5].
אין חז"ל
אין גמרא ווערט פארציילט אז אבישג האט געבעטן דוד אז ער זאל חתונה האבן מיט איר, אבער ער האט איר אפגעזאגט וויבאלד ער האט שוין פארמאגט אכצן פרויען, דאס מערסטע וואס א מלך מעג האבן. אבישג האט נישט אנגענומען דעם טענה, ניצנדיג א שפריכווארט ״ווען דער גנב האט נישט וואס צו גנב׳ענען ווערט ער ערליך״ - אין אנדערע ווערטער אז דאס איז בלויז א תירוץ און דער ריכטיגער סיבה איז אז ער האט מער נישט קיין כח צו הייראט צוליב זיין עלטער. דערויף האט דוד גערופן בת שבע און איז געקומען אויף איר 13 ביאות[4].
חז"ל זאגן אז די סנהדרין האבן באזונדער מתיר געווען דעם איסור פון יחוד פאר דוד המלך, נישט זייענדיג פארהייראט צו אים. דאס איז געווען אנגענומען אלס א בעסערע אויסוועג, ווי איידער אז דוד זאל מגרש זיין איינע פון זיינע פרויען און נעמען אבישג - צייגנדיג די הארבקייט פון גירושין[4].
לויט די פרקי דרבי אליעזר, איז אבישג געווען א שוועסטער פון די אשה השונמית פון די צייטן פון אלישע[6].
רעפערענצן
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |