אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "וכל מאמינים"
ק (צוגעלייגט קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען דורך HotCat) |
ק (הגהה) |
||
שורה 49: | שורה 49: | ||
{{רווח קשיח|2}}וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׁהוּא '''תָּ'''מִים פָּעֳלוֹ{{הערה|{{תנ"ך|דברים|לב|ד}}: הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ.}} | {{רווח קשיח|2}}וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׁהוּא '''תָּ'''מִים פָּעֳלוֹ{{הערה|{{תנ"ך|דברים|לב|ד}}: הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ.}} | ||
</poem>}} | </poem>}} | ||
'''וְכֹל מַאֲמִינִים''' איז א [[פיוט]] וואס דער | '''וְכֹל מַאֲמִינִים''' איז א [[פיוט]] וואס דער פריערsיגער [[ארץ ישראל|ארץ ישראל'דיגער]] [[פייטן]] [[יניי]] האט מחבר געווען. די פיוט ווערט געזאגט ביי די [[אשכנזים|אשכנז]]ישע קהילות ביי תפילת [[מוסף]] פון [[ראש השנה]] און פון [[יום כיפור]]. | ||
==געבוי און אינהאלט פונעם פיוט== | ==געבוי און אינהאלט פונעם פיוט== | ||
די פיוט אז געשריבן לויט א דאפלטע [[אלף בית]] [[אקראסטיך|אַקראָסטיך]]. יעדע איינע פון די אלף-בית אותיות ערשיינט צוויי מאל: איין מאל ביים שילדערן די לויב פון גאט, און א צווייטע מאל נאך די ווערטער "וכל מאמינים שהוא", אנפאנג פון נאך א לויב פון באשעפער. די פיוט איז נישט אין גראמען. | די פיוט אז געשריבן לויט א דאפלטע [[אלף בית]] [[אקראסטיך|אַקראָסטיך]]. יעדע איינע פון די אלף-בית אותיות ערשיינט צוויי מאל: איין מאל ביים שילדערן די לויב פון גאט, און א צווייטע מאל נאך די ווערטער "וכל מאמינים שהוא", אנפאנג פון נאך א לויב פון באשעפער. די פיוט איז נישט אין גראמען. | ||
די פיוט שילדערט די גרויסקייט פון גאט און זיינע מידות. ער איז פול מיט שילדערונגען פון די מידות פון גאט און זיין קראפט וואס ווערן גענומען פון תנ"ך, און אזוי | די פיוט שילדערט די גרויסקייט פון גאט און זיינע מידות. ער איז פול מיט שילדערונגען פון די מידות פון גאט און זיין קראפט וואס ווערן גענומען פון תנ"ך, און אזוי ברענגט עס ארויס אז די גאנצע וועלט גלייבט אין זיינע מידות און קרעפטן. די פאקט אז די מידות פון גאט ערשיינען אין אלע אותיות דריקט אויס די שלימות פון גאט{{מקור}}. די מידות פון גאט וואס ווערן דערמאנט אינעם פיוט זענען סיי מידות הדין און סיי מידות הרחמים{{מקור}}. | ||
==זאגן דעם הפיוט== | ==זאגן דעם הפיוט== |
רעוויזיע פון 22:53, 29 אויגוסט 2024
וְכֹל מַאֲמִינִים
|
---|
הָאוֹחֵז בְּיַד מִדַּת מִשְׁפָּט[1] |
וְכֹל מַאֲמִינִים איז א פיוט וואס דער פריערsיגער ארץ ישראל'דיגער פייטן יניי האט מחבר געווען. די פיוט ווערט געזאגט ביי די אשכנזישע קהילות ביי תפילת מוסף פון ראש השנה און פון יום כיפור.
געבוי און אינהאלט פונעם פיוט
די פיוט אז געשריבן לויט א דאפלטע אלף בית אַקראָסטיך. יעדע איינע פון די אלף-בית אותיות ערשיינט צוויי מאל: איין מאל ביים שילדערן די לויב פון גאט, און א צווייטע מאל נאך די ווערטער "וכל מאמינים שהוא", אנפאנג פון נאך א לויב פון באשעפער. די פיוט איז נישט אין גראמען.
די פיוט שילדערט די גרויסקייט פון גאט און זיינע מידות. ער איז פול מיט שילדערונגען פון די מידות פון גאט און זיין קראפט וואס ווערן גענומען פון תנ"ך, און אזוי ברענגט עס ארויס אז די גאנצע וועלט גלייבט אין זיינע מידות און קרעפטן. די פאקט אז די מידות פון גאט ערשיינען אין אלע אותיות דריקט אויס די שלימות פון גאט[מקור פארלאנגט]. די מידות פון גאט וואס ווערן דערמאנט אינעם פיוט זענען סיי מידות הדין און סיי מידות הרחמים[מקור פארלאנגט].
זאגן דעם הפיוט
די פיוט ווערט געזאגט ביי די אשכנזישע קהילות אינמיטן ברכת קדושת השם ביי חזרת הש"ץ ביי מוסף פון ראש השנה און יום כיפור. עס איז איינגעפירט צו עפענען די ארון קודש און עס זאגן שטייענדיגערהייט. נאך דער שטיקל וואס הייבט זיך אן מיט די ווערטער: "ובכן יתקדש שמך" זאגט מען די תפילה "עוד יזכור לנו אהבת איתן". די תפילה ענדיגט זיך מיט די ווערטער:
באין מליץ ישר מול מגיד פשע, תגיד ליעקב דבר חוק ומשפט, וצדקנו במשפט המלך המשפט
גלייך דערנאך זאגט מען די פיוט, וואס הייבט זיך אויך אן מיט די מידת המשפט פון גאט. דער מהרי"ל האט זיך געפירט צו אנהייבן דעם פיוט גלייך נאך די פריערדיגע שורה, און אזוי צו פארוואנדלען די שורה "האוחז ביד מידת משפט" וואס דאס איז די אנהייב פונעם פיוט, אלס א פארזעצונג פונעם פריערדיגן שורה "וצדקנו במשפט המלך המשפט".
היינט צוטאגס איז איינגעפירט צו זאגן דעם פיוט נישט לויט'ן אריגינעלן סדר: צוויי שורות וואס הייבן אן מיט'ן זעלבן אות און דערנאך צוויי אנדערע שורות, נאר אנטשטאט דעם ווערט די ערשטע שורה פונעם פיוט געזאגט עקסטער, און דערנאך ווערן געזאגט יעדע מאל שורות וואס הייבן זיך אן מיט די ווערטער "וכל מאמינים" און די שורה נאכדעם, וואס געהערט שוין צום קומענדיגן אות. ביים ענדע פונעם פיוט לויט די אופן ווערן געזאגט דריי שורות צוזאמען. צום ביישפיל, אנשטאט צו זאגן:
הַזּוֹכֵר לְמַזְכִּירָיו טוֹבוֹת זִכְרוֹנוֹת - וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׁהוּא זוֹכֵר הַבְּרִית
הַחוֹתֵךְ חַיִּים לְכָל חַי - וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׁהוּא חַי וְקַיָּם
זאגט מען:
וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׁהוּא זוֹכֵר הַבְּרִית - הַחוֹתֵךְ חַיִּים לְכָל חַי
וְכֹל מַאֲמִינִים שֶׁהוּא חַי וְקַיָּם - הַטּוֹב, וּמֵטִיב לָרָעִים וְלַטּוֹבִים
זאגן אזוי דעם פיוט איז ווארשיינליך א טעות און ווי עס זעט אויס איז דאס נישט לויט די כוונה פונעם פארפאסער.[11] א מעגליכע סיבה צום מנהג פון זאגן אזוי דעם פיוט איז ווייל אין פארגאנגענהייט האט דער שליח ציבור געזאגט דעם ערשטן זאץ פון יעדן אות און קהל האט נאך אים גענטפערט "וכל מאמינים". מיט די יארן האבן די מאסן אנגעהויבן זאגן אויך דעם קומענדיגן זאץ, וואס וואלט געדארפט גאזאגט ווערן גלייך דורך דער חזן, און אזוי איז פאבריצירט געווארן דער היינטיגער מנהג.[12] אין טייל פון יעקישע קהילות, איז מען מקפיד צו זאגן דעם פיוט אין זיין אריגינעלע צורה, אז דער חזן זאגט דער ערשטער טייל און קהל זאגט דער צווייטער טייל.[13]
עטליכע ניגונים זענען קאמפאזירט געווארן אויף דער פיוט, צווישן אנדערע דורך מרדכי בן דוד.
צו ליינען נאך
אינדרויסנדיגע לינקס
- דער פיוט וכל מאמינים, אויף הפיוט והתפילה וועבזייטל
- דער ארטיקל "וכל מאמינים", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
רעפערענצן
- ↑ דברים לב, מא וְתֹאחֵז בְּמִשְׁפָּט יָדִי.
- ↑ 2.0 2.1 דברים לב, ד: אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא.
- ↑ ירמיהו יז, י: אֲנִי ה' חֹקֵר לֵב בֹּחֵן כְּלָיוֹת.
- ↑ ירמיהו נ, לד: גֹּאֲלָם חָזָק ה' צְבָא-וֹת.
- ↑ שמות ג, יד: וַיֹּאמֶר אֱלֹקִים אֶל מֹשֶׁה אֶהְיֶה אֲשֶׁר אֶהְיֶה.
- ↑ 1-תהלים קג, יד: כִּי הוּא יָדַע יִצְרֵנוּ.
- ↑ תהלים צא, א: יֹשֵׁב בְּסֵתֶר עֶלְיוֹן בְּצֵל שַׁדַּי יִתְלוֹנָן.
- ↑ דער תורת חיים פלעגט זאגן "הנוהג חסדו בכל דור". זעט אין אמרי ברוך, זייט 40-41, א טעם דערצו.
- ↑ אן ענליכן אויסגדרוק געפונט זיך אינעם פיוט אל תעש עמנו כלה, מיט א נוסח פון בקשה: "רחמיך יקדמו רגזך".
- ↑ דברים לב, ד: הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ.
- ↑ תרצה ליבוביץ, וכל מאמינים – עיון בפיוט
- ↑ יעקב שטרנפלד, "בענין צורת אמירת הפיוטים "וכל מאמינים" "לא-ל עורך דין"", בית אהרן וישראל, שנה יט גליון א (קט), זייט קלד-קלה
- ↑ מנהגי בית הכנסת לבני אשכנת לשנת תש"ף, בתוך ירושתנו יא, עמ' 4.
ראש השנה | ||
---|---|---|
מצוות | תקיעת שופר | |
מנהגים | ערב ראש השנה • התרת נדרים • סימני ראש השנה • שנהיה לראש ולא לזנב • עפל אין האניג • תשליך | |
תפילות און פיוטים | תפילות ראש השנה • אחות קטנה • מלכויות זכרונות שופרות • ונתנה תוקף • וכל מאמינים • למנצח לבני קרח מזמור • הנני העני ממעש • היום הרת עולם • ארשת שפתינו • לא-ל עורך דין | |
צווישן ראש השנה און יום כיפור | עשרת ימי תשובה • ימים נוראים • אבינו מלכנו • סליחות • בין כסה לעשור • כפרות | |
פארשידנס | מסכת ראש השנה • לא אד"ו ראש | |
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער