אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "חיים משה שטויבער"
ק (צוגעלייגט קאַטעגאָריע:נפטר אין 2020 דורך HotCat) |
(←דרויסנדיגע לינקס: פארברייטערט) |
||
(איין מיטלסטע ווערסיע פון איין אנדער באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 47: | שורה 47: | ||
*{{אייוועלט|15376|חדש: The Satmar Rebbe, זכרונות רח״מ שטויבער}} | *{{אייוועלט|15376|חדש: The Satmar Rebbe, זכרונות רח״מ שטויבער}} | ||
*{{לינק|אדרעס=https://vinnews.com/2011/12/12/new-york-chanukah-in-satmar-a-glimpse-into-the-rebbe’s-court/|קעפל=New York - Chanukah In Satmar: A Glimpse Into The Rebbe’s Court|זייטל=VINnews|דאטום=דעצעמבער 12, 2011}} | *{{לינק|אדרעס=https://vinnews.com/2011/12/12/new-york-chanukah-in-satmar-a-glimpse-into-the-rebbe’s-court/|קעפל=New York - Chanukah In Satmar: A Glimpse Into The Rebbe’s Court|זייטל=VINnews|דאטום=דעצעמבער 12, 2011}} | ||
*{{לינק|אדרעס=https://www.geni.com/people/Chaim-Stauber/6000000003998937852|קעפל=Chaim Moshe Stauber|זייטל=[[Geni]]|שפראך=ענגליש}} | |||
*{{אידיש24|אלגעמיינע אינטערוויו|108305|ר' חיים משה רופט אריין קול מבשר מיט זיין פערזענליכער געשיכטע}} | *{{אידיש24|אלגעמיינע אינטערוויו|108305|ר' חיים משה רופט אריין קול מבשר מיט זיין פערזענליכער געשיכטע}} | ||
*{{אידיש24|אלגעמיינע אינטערוויו|45272| לעגענדארער טעראפיסט הרב יעקב שטויבער, איבער... וואס ער האט מקבל געווען פון זיין לייטזעליגער פאטער הרב חיים משה שטויבער, גרינדער פון פתח תקוה}} | *{{אידיש24|אלגעמיינע אינטערוויו|45272| לעגענדארער טעראפיסט הרב יעקב שטויבער, איבער... וואס ער האט מקבל געווען פון זיין לייטזעליגער פאטער הרב חיים משה שטויבער, גרינדער פון פתח תקוה}} | ||
שורה 54: | שורה 55: | ||
==רעפערענצן== | ==רעפערענצן== | ||
{{רעפערענצן}} | {{רעפערענצן}} | ||
{{DEFAULTSORT:שטויבער, חיים משה}} | |||
[[קאַטעגאָריע:סאטמארער חסידים]] | [[קאַטעגאָריע:סאטמארער חסידים]] | ||
[[קאַטעגאָריע:עסקנים]] | [[קאַטעגאָריע:עסקנים]] | ||
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]] | [[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]] | ||
[[קאַטעגאָריע:נפטר אין 2020]] | [[קאַטעגאָריע:נפטר אין 2020]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 22:16, 26 אויגוסט 2024
ביים אויפטרעטן ביי א דינער פון כולל שומרי החומות | |
געבורט |
1941 כ"א כסלו ה'תש"ב קארלסבורג |
---|---|
פטירה |
2020 (אלט: 79 בערך) י' אייר ה'תש"פ |
חיים משה שטויבער (אדער שטאובער; כ"א כסלו, ה'תש"ב, קארלסבורג–י' אייר, ה'תש"פ) איז געווען א כלל-טוער, עסקן, און ווארטזאגער פאר סאטמאר אין אמעריקע.
ביאגראפיע
חיים משה איז געבוירן אין קארסלבורג אום כ"א כסליו תש"ב, צו רבי יחזקאל מנחם שטויבער, שו"ב אין קארלסבורג, אראד, צפת, און אנטווערפן. אלס בחור האט חיים משה צוערשט געלערנט אין לאנדאן[מקור פארלאנגט] ביי רבי אליקים שלעזינגער, דערנאך אין קאפעלן, אנטווערפן ביי רבי יצחק דוב קאפלמאן, און אין יאר תשי"ח איז ער געקומען אויף אמעריקע לערנען אין ישיבה פון סאטמארער רבי'ן, רבי יואל טייטלבוים, וועמען ער האט משמש געווען א שטיק צייט אלס הויז בחור[1]. אין תשכ"ב האט ער חתונה געהאט מיט די טאכטער פון רבי צבי אביגדור פעקעטע, נאנאשער רבי פון וויליאמסבורג. נאך זיין חתונה האט ער געדינט אלס אדמיניסטראטאר פון בית יעקב אין וויליאמסבורג.
אין יאר תשל"ב איז ער אויפגענומען געווארן אלס רעדאקטאר פון צייטונג דער איד[2]. אונטער אים איז עס שטארק ארויפגעארבעט געווארן, און האט אנגעהויבן ארויסקומען אויף א וועכנטליכער פארנעם מיט מערערע זייטן, און אויך באשרייבן וועלטליכע נייעס[3]. ער האט געשריבן אונטער עטליכע פסעוודאנימען, פאר יעדן סארט ארטיקל אן אנדער נאמען[4], צווישן זיי: "שמחה בוימל" (אקראנים פאר: ה'רב ח'יים מ'שה ש'טויבער ב'ן י'חזקאל מ'נחם ו'ל'אה) פאר די עדיטאריעלס. ער איז אויסגעשטאנען קריטיק פאר'ן שרייבן זאכן וואס האט נישט געשמעקט פאר טייל סאטמארער חסידים, צווישן אנדערן איז געווארן א סענזאציע פאר'ן שרייבן א שיינעם באריכט איבער די פטירה פון גערער רבי רבי ישראל אלטער, אז "די גערער אידן שרייען יתומים היינו ואין אב", אויף וואס דער סאטמארער רבי האט אים שפעטער געזאגט אז עס איז זייער גוט געשריבן[4]. ביי די ענדע האט ער געדאנקט פון דער רעדאקציע אין יאר תשל"ח[4]. שפעטער האט ער ארויסגעגעבן א טעגליכער צייטונג אויף ענגליש "The World Jewish Tribune", וואס איז אויך אויסגעשטאנען קריטיק אז ער איז אנגעבליך נישט גענוג שארף אנטקעגן ציוניזם[5], און נאך עטליכע יאר איז ער געווען געצוואונגען עס צו פארמאכן[4]. אין יאר תשנ"ד ווען דער איד איז אריבער צום פירערשאפט פון משה פרידמאן (גבאי), האט ער צוריקגענומען די פאזיציע און האט עס אנגעהאלטן ביז ארום תש"ס[6].
א שטיקל תקופה איז ער געווען א בדחן אויף חתונות, אזוי ווי זיין פאטער און אנדערע געשוויסטער. אין זיינע שפעטערע יארן האט ער געוואוינט אין בארא פארק[7].
אין תשס"ז האט ער געליטן פון א סטראוק[4], און ער איז נפטר געווארן י' אייר תש"פ[8].
עסקנות
אין די פריע יארן פון סאטמאר אין אמעריקע, איז שטויבער געווען פון די פירנדע עסקנים און כלל-טוער, און פאר איבער צוויי צענדליג-יארן האט ער געדינט אלס סאטמארער רבי'ס רעכטע האנט[9]. ער האט אנגעקניפט קשרים מיט פאליטישע באאמטע, און האט אויסגעפירט פילצאליגע שתדלנות מיסיעס, אויפ'ן אויפטראג פון סאטמאר רבי'ן[4][10].
ער פלעגט אויפטרעטן ביי פארשידענע געלעגנהייטן, אריינגערעכנט רעדעס אויף ענגליש פאר די פרעסע ביי דעמאנסטראציעס קעגן מדינת ישראל אנגעפירט דורך סאטמארער חסידים[11]. און האט געדינט אלס ווארטזאגער אריינצושטעלן אפיציעלע לייט-ארטיקלען אין אלגעמיינע צייטונגען אין נאמען פון סאטמאר[12][13].
ער איז געווען פון די גרינדער פונעם יד לאחים אפיס אין אמעריקע; א פירנדער מיטגליד אין דער רב טוב ארגאניזאציע פאר אידישע פליטים איבער דער וועלט[14]; ער האט געדינט אלס פרעזידענט פון די פאראייניגטע אידישע ארגאניזאציעס אין וויליאמסבורג (יו-דזשעי-או); ער איז געווען א חבר הנהלה אין כולל שומרי החומות, און קרן הצלה; גרינדער און פירער פון איחוד עולמי של היהדות החרדית (World Council of Orthodox Jewish Communities) פאר מלחמה איבערלעבער[15], ווי אויך האט ער רעפרעזענטירט דעם התאחדות הרבנים[16][17].
אלס טייל פון זיין עסקנות האט ער געגרינדעט דעם פתח תקווה אנשטאלט פאר קינדער מיט ספעציעלע געברויכן, וועלכע ווערט באצייכנט אלס דורכברוך ביים חסיד'ישן אידנטום[18][19], באקעמפט דאס אויפשטעלן א רעסייקלינג פלענט אין וויליאמסבורג געגנט[20][21], און גע'שתדל'ט אויפצובויען די בעדפארד גארדענס הייזער, ווי אויך נאך פילע לייסטונגען לטובת הכלל והפרט[4].
ווערק
- ספר זכרונות - פון רבנו הקדוש מרן ר' יואל טייטלבוים מסאטמאר זי"ע, ערשטער טייל (ניו יארק תש"מ), אויף יידיש בוך צענטער
- The Satmar Rebbe: The Life and Times of Rav Yoel Teitelbaum zt"l, A close talmid's personal recollections, : Feldheim Pub, 2011 ISBN 9781598267648
קינדער
- יצחק (קרית יואל)
- חנני' יום טוב ליפא (הומאריסט, בארא פארק)
- יעקב (טעראפיסט, בארא פארק-מאנסי)
- צבי אביגדור (מאנסי)
- שמואל מאיר (בארא פארק)
- זלמן לייב (מאנסי)
דרויסנדיגע לינקס
- "חדש: The Satmar Rebbe, זכרונות רח״מ שטויבער", אשכול אויף אייוועלט
- New York - Chanukah In Satmar: A Glimpse Into The Rebbe’s Court, אויף VINnews, דעצעמבער 12, 2011
- Chaim Moshe Stauber, אויף Geni (ענגליש)
- "ר' חיים משה רופט אריין קול מבשר מיט זיין פערזענליכער געשיכטע", אלגעמיינע אינטערוויו, אויף אידיש24
- " לעגענדארער טעראפיסט הרב יעקב שטויבער, איבער... וואס ער האט מקבל געווען פון זיין לייטזעליגער פאטער הרב חיים משה שטויבער, גרינדער פון פתח תקוה", אלגעמיינע אינטערוויו, אויף אידיש24
- הרה"ח ר' חיים משה שטויבער איבער זיינע פרישע ספרים מיט זכרונות ביי הרה"ק מסאטמאר זי"ע, אלגעמיינע אינטערוויו אויף קול מבשר, 3>1>286#
- העסקן ר' חיים משה שטויבער, פראטעסטן אמאל און היינט, אלגעמיינע אינטערוויו אויף קול מבשר, 3>1>855#
רעפערענצן
- ↑ זכרונות פון רבנו הקדוש מרן ר' יואל טייטלבוים מסאטמאר, עמוד 97
- ↑ New York's Yiddish Press Is Thriving, אויף Tablet Magazine
- ↑ Der Blatt, the Yiddish paper that hid a massive wedding, אויף The Forward, אקטאבער 3, 2020
- ↑ 4.0 4.1 4.2 4.3 4.4 4.5 4.6 "שטריכן און אנעקדאטן וועגן די אלזייטיגע פעולות און פילפארביגער פערזענלעכקייט פון ר׳ חיים משה שטויבער ז״ל - אבסערוואציעס פון א זון", אלגעמיינע אינטערוויו, אויף אידיש24
- ↑ זעט Jewish post, Digest of The Yiddish Press (עמ' 12)
- ↑ די צייטונג - די אידישע צייט, אויף אייוועלט
- ↑ BDE: Reb Chaim Moshe Stauber z"l, אויף boropark24, May 4 2020
- ↑ חיים משה שטויבער, אויף בית החיים קרית יואל וועבזייטל
- ↑ Rabbi Chaim Moshe Stauber z”l, אויף matzav
- ↑ זעט 7 jewish leaders give nixon support, New York Times ( ארכיוו)
- ↑ זיין אויפטריט אלס יושב ראש אין מעדיסאן סקווער גארדן תשל"ט, אויף קול תורה אנליין
- ↑ Deaths Lefkowitz, Rabbi Leopold (Leibish), New York Times, August 4 1998 ( ארכיוו)
- ↑ Deaths Deutsch, Rabbi Sender, New York Times ( ארכיוו)
- ↑ זעט "רב טוב" ופעולותי' - פליטי רוסיא ואונגארן, אויף אייוועלט
- ↑ Prepared Testimony of Rabbi Chaim Stauber Executive Director World Council of Orthodox Jewish Communities, אויף Senate Banking, Housing and Urban Affairs Committee, Hearing on the Eizenstat Report regarding Holocaust Assets, May 15, 1997
- ↑ Prague Cemetery Row Hits N.Y., אויף JTA, June 23, 2000
- ↑ Rabbi Chaim Moshe Stauber, 76, Brooklyn, N.Y, אויף chabad.org
- ↑ Douglas Martin, About New York; In Williamsburg, Hasidim Find A Door of Hope, New York Times, March 8, 1989 ( ארכיוו)
- ↑ Stephen J. Solarz, EXTENSIONS OF REMARKS: A Door of Hope in Brooklyn (עמ' 29500), אויף אמעריקאנער קאנגרעס וועבזייטל, October 15, 1990
- ↑ Hasidic Group in Brooklyn Vying to Acquire Navy Yard, אויף JTA, March 1, 1989
- ↑ Jewish Groups Hear Koch and Rivals, New York Times, 1989 ,May 22 ( ארכיוו)