אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:חיה די טאכטער פון רבי נחמן מברסלב"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
(ווייטערפירן צו רוי:רבי נחמן מברסלב#חיה)
צייכנס: נייע ווייטערפירונג רוי-לינק
 
(12 מיטלסטע ווערסיעס פון 5 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
חיה איז געווען די דריטע טאכטער פון דעם באקאנטן צדיק ר' [[נחמן מברסלב]].
#ווייטערפירן [[רוי:רבי נחמן מברסלב#חיה]]
 
חיה איז געבוירן ראש חודש אדר אין יאהר [[ה'תקס"א]], ר' נחמן האט דאן געוואוינט אין דעם שטעטל [[זלאטיפאלי]]. ווען זי איז געבוירן האט איהר ר' נחמן נישט געגעבן קיין נאמען, עס איז אריבער צוויי וואכן און קיין נאמען האט ער איהר נישט געגעבן. עס איז געווען אויפאלנד, און דער תלמיד פון ר' נחמן [[חייקל חזן]] איז אריין צום רבי'ן און איהם געפערגט פאר וואס ער גיט נישט קיין נאמען, ר' נחמן האט דאך נישט געוואלט געבן, האט איהם ר' חייקל געזאגט רבי די וועלט וועט שוין האבן נאך וואס צו רעדן קיין נאמען גיט מען שוין אויך נישט, ער האט געמיינט צו זאגן די וועלט קריגט דאך אסאך אויף ר' נחמן וועט מען איצט שוין האבן נאך א זאך פארוואס צו קריגן, האט ר' נחמן געזאגט נו זאל זי הייסן חיה. און אזוי האט מען טאקע איהר א נאמען געגעבן חיה.
 
פונקט יענעם טאג, איז אנגעקומען די ידיעה אז דעם רבינ'ס מאמע [[פייגא דאס אייניקל פון בעש"ט|פייגא]] איז געשטארבן אין [[מעזשביזש]], האבן דאן אלע חסידים פארשטאנען אז ר' נחמן האט נישט געוואלט געבן א נאמען, ער האט געווארט מען זאל שוין וויסן אז זיין מאמע איז געשטארבן און דאן וועט ער קענען געבן א נאמען נאך איהר, אבער אזוי ווי ר' חייקל האט געמוטשטעט האט ער איהם נאכגעגעבן, ווייל דער סדר פון ר' נחמן איז געווען ער האט אלץ נאכגעגעבן, ער האט קיינמאל זיך נישט גע'עקשנ'ט, ר' חייקל האט זיך דאן באקלאגט אויף זיך אליין און געזאגט ביז ווען וועל איך זיך אלץ מישן ביים רבין.
 
זי איז שפעטער אנטלאפן פונעם פאטער, קיין טשערנאביל צו ר' אהרן, ווייל איר פאטער האט זיך אנגעהויבן פירן זייער מאדנע, און מ'האט עהם געלייגט אין חרם דורך 'אלע' תלמידי הבעל שם טוב.
 
== איהר הויזגעזינד ==
זי האט חתונה געהאט מיט ר' אהרן פון זלאטיפאלי. זי האט געהאט א קינד נחמן, א תלמיד פון ר' [[נתן מברסלב]], מען פלעגט איהם רופן ר' [[נחמן בן חיה]].
 
[[קאַטעגאָריע:אייניקלעך פון בעש"ט]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 00:45, 1 אויגוסט 2024

ווייטערפירן צו: