אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אדל די טאכטער פון רבי נחמן מברסלב"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי (1))
(ווייטערפירן צו רוי:רבי נחמן מברסלב#אדל)
צייכנס: נייע ווייטערפירונג רוי-לינק
 
(10 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
'''אדל''' ([[ה'תקמ"ז]] - [[ה'תרי"ד]]) איז געווען די עלטסטע טאכטער פון ר' [[נחמן מברסלב]].
#ווייטערפירן [[רוי:רבי נחמן מברסלב#אדל]]
 
 
אדל איז געבוירן געווארן ה'תקמ"ז צו איר פאטער רבי נחמן פון ברסלב.
 
זי האט געהייראט רבי יוסף יוסקא א זון פון רבי [[אברהם דוב בער אויערבאך (כמעלניק)|אברהם דוב בער אויערבאך]] פון כמעלניק, או איידעם פון רבי [[יעקב יוסף פון פולנאה]]. זי האט געהאט א זון מיט א טאכטער. ר' אברהם דוב איז געווען א תלמיד פון דעם גרויסן [[דוב בער פון מעזריטש|מגיד פון מעזריטש]].
 
אדל איז געווארן א כלה אין יאר [[ה'תקנ"ט]], אין דעם יאר וואס ר' נחמן איז צוריק געקומען פון זיין [[ר' נחמן'ס נסיעה קיין ארץ ישראל|נסיעה קיין ארץ ישראל]]. די חתונה איז פארגעקומען אין דער שטאט פונעם חתן אין [[כמעלניק]], ר' נחמן איז אהין געפארן מיט זיין הויזגעזונד. אויך די מוטער פון ר' נחמן [[פייגא דאס אייניקל פון בעש"ט|פייגא]] איז געקומען צו פארן צו דער חתונה, עס ווערט פארציילט אז זי האט געזאגט אז זי האט זוכה געווען צו זען דעם זיידע פון דער כלה, דעם [[בעל שם טוב]], ביי דער חופה פון איר אייניקל אדל.
 
זייערע קינדער זענען געווען:
* רבי אברהם דוב, וואס האט געהייסן לכאורה אזוי נאך ר' יוסף יוסקא'ס טאטע דער חמעלניקער, מען האט אים גערופן ר' אברהם בערניו, ער איז געווען א גרויסער עושר אין [[אוקריינא]], אסאך רבי'ס און רבנים פלעגן איינשטיין ביי אים, ער פלעגט זיי מהנה זיין מיט געלד. ער איז געווען אן איידעם בזיווג ראשון ביי [[משה חינקעס]] א באקאנטער עושר אין אוקריינא, און א גרויסער קעגנער פון ר' [[נתן מברסלב]], האט ער צוגערעדט זיין טאכטער די ווייב פון ר' אברהם בערניו זי זאל אויך קריגן אויף ר' נתן און אים פארשעמען, אבער ר' אברהם בערניו זייעדיג א ברעסלעווער איינקיל האט נישט געקענט דולדן זיין שווער'ס און ווייב'ס פירונג, זיי האבן אזוי פארפירט ביז ער האט זיך גע'גט. נאך דעם האט ער חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון ר' [[דוב מטשעהרין]] א ריזיגער גרויסער עושר א באקאנטער גרויסער חסיד פון ר' נחמן מברסלב.
 
* רבקה מרים, די ווייב פון ר' שמחה ברוך, וואס איז געווען א זון פון אדל'ס שוועסטער [[שרה די טאכטער פון ר' נחמן מברסלב|שרה]].
 
זי איז נפטר געווארן אין [[ה'תרי"ד]].
 
[[קאטעגאריע:ברסלבער]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|1]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 00:41, 1 אויגוסט 2024

ווייטערפירן צו: