אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יעקב יצחק אונגער"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
(וויקיפּעדיע אנטיק) |
ק (תנא קמא האט אריבערגעפירט בלאט רוי:רבי יעקב יצחק אונגאר (זשאבנא) צו רוי:רבי יעקב יצחק אונגער (זשאבנא)) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 16:56, 23 יולי 2024
רבי יעקב יצחק אונגאר זצ"ל (ה'תקצ"ח – ה'תרנ"ב), רב אין זשאבנא.
אפשטאם
רבי יעקב איטשע איז געבוירן און יאר ה'תקצ"ח, צו זיין פאטער הרב רבי ישראל אלימלך אונגאר, רב אין זשאבנא, א זון פון הרב רבי יוסף אונגאר, רב אין דאמבראווא, א זון פון הרב מרדכי דוד אונגאר, רב אין דאמבראווא. און צו זיין מוטער מרת מאטיל א טאכטער פון הרב יחיאל קאריצער, א זון פון הרב שמואל קאריצער, אן איידעם פון חוזה פון לובלין.
רבנות
רבי יעקב איטשע איז געווען דער ממלא מקום פון פאטער, רב אין זשאבנא.
הסתלקות
רבי יעקב איטשע איז נפטר געווארן אין יאר ה'תרנ"ב.
פאמיליע
רבי יעקב איטשע האט געהייראט מרת חנה א טאכטער פון הרב רבי מאיר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, דער אמרי נועם. זייערע קינדער:
- הרב רבי שלום דוד אונגאר (ה'תר"כ – ב' דראש חודש אלול ה'תרפ"ג), ממלא מקום פון פאטער, רב אין זשאבנא. ער האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון הרב מנחם מענדל שפירא, רב אין לאנצהוט. בזיווג שני האט ער געהייראט מרת בלומה חנה א טאכטער פון הרב רבי משה הורוויץ רב אין ראזוואדאוו.
- הרב יהודה אונגאר (ה'תרכ"ב (אומגעפער) – י"ז סיון ה'תרצ"ט), רב אין סאקאלאוו.
- הרב חיים אליעזר אונגאר (ה'תרכ"ה (אומגעפער) – ה'תר"פ),, פון ראדלוב. ער האט געהייראט מרת שפרינצא א טאכטער פון הרב נפתלי הורוויץ, רב אין מעליץ.
- הרב ישראל יוסף אונגאר, פון טארנא (ה'תרכ"ח – א' דראש חודש תמוז ה'תש"ב). ער האט געהייראט מרת ברכה א טאכטער פון הרב ראובן הורוויץ, רב אין דעמביץ.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!