אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:דאנאלד טראמפ"

43,079 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 4 חדשים
אין תקציר עריכה
(←‏די אַלגעמיינע וואַלן: וואס די גיהנם?!)
צייכן: רויע רעדאגירונג
שורה 110: שורה 110:
ביי די אלגעמיינע וואלן וואס איז פארגעקומען נאוועמבער 8, 2016, האט טראמפ באקומען 46.1% פון די שטימען, 2.9 מיליאן שטימען ווייניגער ווי זיין קעגנער, אבער ער האט געוואונען אין 30 שטאַטן וועלכע האבן אים געגעבן 306 פון 538 [[עלעקטארעל קאלעדזש]] שטומען (57%), און איז ערוויילט געווארן אלס דער 45סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. דורכאויס דעם וואל קאמפיין איז קלינטאן געווען פאראויס אין א מערהייט פון אנקעטעס, און דערפאר איז טראמפ'ס זיג אויפגענומען געווארן דורך די מידיא און די מאסן מיט איבערראשונג. טראמפּ איז דער פינפטער פרעזידענט ערוועלט אָן באקומען אַ מערהייט פון די פּאפּולערע שטימען (פאר אים זענען געווען [[דזשאן קווינסי עדעמס]], [[ראטערפארד בי העיז|ראטערפארד העיס]], [[בענדזשעמין העריסאן]], און דזשארדזש וואקער בוש), און דער ערשטער פּרעזידענט אן פּאליטישע אָדער מיליטערישע ערפאַרונג פון פריער. ביי זיין איינשווערונג איז טראמפ געווען דער עלטסטער פרעזידענט אין דער צייט פון אריינוועלונג, זייענדיג 70 און זיבן מאנאטן (די פריערדיגע רעקארד איז געהאלטן געווארן דורך [[ראנאלד רעיגען]], וועלכער איז געווען 69 אנהייב פון זיין טערמין. טראמפ'ס נאכפאלגער און הויפט קעגנער אין די 2020 וואלן, דזשאו ביידען האט געבראכן זיין רעקארד און איז געווארן איינגעשוואוירן אין עלטער פון 78). ער איז אויך געווען דער רייכסטער מענטש צו זיין פרעזידענט (די פריערדיגע רעקארד איז געהאלטן געווארן דורך [[דזשארזש וואשינגטאן]]).
ביי די אלגעמיינע וואלן וואס איז פארגעקומען נאוועמבער 8, 2016, האט טראמפ באקומען 46.1% פון די שטימען, 2.9 מיליאן שטימען ווייניגער ווי זיין קעגנער, אבער ער האט געוואונען אין 30 שטאַטן וועלכע האבן אים געגעבן 306 פון 538 [[עלעקטארעל קאלעדזש]] שטומען (57%), און איז ערוויילט געווארן אלס דער 45סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. דורכאויס דעם וואל קאמפיין איז קלינטאן געווען פאראויס אין א מערהייט פון אנקעטעס, און דערפאר איז טראמפ'ס זיג אויפגענומען געווארן דורך די מידיא און די מאסן מיט איבערראשונג. טראמפּ איז דער פינפטער פרעזידענט ערוועלט אָן באקומען אַ מערהייט פון די פּאפּולערע שטימען (פאר אים זענען געווען [[דזשאן קווינסי עדעמס]], [[ראטערפארד בי העיז|ראטערפארד העיס]], [[בענדזשעמין העריסאן]], און דזשארדזש וואקער בוש), און דער ערשטער פּרעזידענט אן פּאליטישע אָדער מיליטערישע ערפאַרונג פון פריער. ביי זיין איינשווערונג איז טראמפ געווען דער עלטסטער פרעזידענט אין דער צייט פון אריינוועלונג, זייענדיג 70 און זיבן מאנאטן (די פריערדיגע רעקארד איז געהאלטן געווארן דורך [[ראנאלד רעיגען]], וועלכער איז געווען 69 אנהייב פון זיין טערמין. טראמפ'ס נאכפאלגער און הויפט קעגנער אין די 2020 וואלן, דזשאו ביידען האט געבראכן זיין רעקארד און איז געווארן איינגעשוואוירן אין עלטער פון 78). ער איז אויך געווען דער רייכסטער מענטש צו זיין פרעזידענט (די פריערדיגע רעקארד איז געהאלטן געווארן דורך [[דזשארזש וואשינגטאן]]).


==פרעזידענט
==פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן (2017–2021)==
[[טעקע:JANUS-Tête-à-Tête- Sitting President & President-elect, Barack Obama & Donald Trump squatting next to each other on arm-chairs in the Oval Office on November 10th 2016. (31196987133).jpg|קליין|אין אן ערשטע שמועס מיט פרעזידענט באראק אבאמא אינעם אוועל אפיס, נאוועמבער 2016]]
 
יאנואר 20, 2017,  איז ער געווארן איינגעשוואוירן אלס פּרעזידענט דורך דער הויפט פון דער העסטער געריכט. אויף טראמפ'ס איניציאטיוו האט זיך, אויסער דעם גלח, אויך באטייליגט א רב (מארווין הייער) אין דער איינשווערונג צערעמאָניע, וועלכער האָט געהאַלטן אַ רעדע. טראמפ האט באשטימט די גענעראלן דזשעימס מאטיס און דזשאן קעלי אלס סעקרעטאר פון פארטיידיגונג און סעקרעטאר פון היימלאנד זיכערהייט,, סענאטאר דזשעף סעשאנס אלס אטוירני דשענערעל, און רעקס טילערסאן אלס סעקרעטארי אוו סטעיט. שפעטער האט טראמפ באשטימט דעם פארזיצער פונעם רעפובליקאנער נאציאנאלן קאמיטעי ריינס פריבוס אלס דער הויפט פונעם שטאב פונעם ווייסן הויז, דער פארוואלטער פון זיין וואל קאמפיין גענעראל מייקל פלין אלס נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער. סטיוו באנן, זיין טאכטער ​​איוואנקא טראמפ, זיין איידעם דזשאַרעד קושנער און זיין קאמפיין פאַרוואַלטער קעלעין קאוועי, זענען באשטימט אלס אדווייזערס. אין מערץ 2018 האט טראַמפּ געווארפן טילערסאָן פון אמט און באשטימט מייק פּאָמפּעאָ, דער געוועזענער הויפּט פון די סי.איי.עי אויף דיין פלאץ.
 
===אימפיטשמענט===
טראמפ איז אין לויף פון זיין פיר יאר אלס פרעזידענט אימפיטשט געווארן צוויי מאל - דער איינציגסטער אמעריקאנער פרעזידענט מיט אזא רעקארד.
 
==פּאָליטישע שטעלעס==
===אינערן פאליסיס און עקאנאמיע===
אין צוגאב, האט טראמפ צוגעזאגט צו אנולירן מעדיצינישע אינשורענס וואס דער פריעדיגער פרעזידענט אבאמא האט אויפגעשטעלט (באקאנט אלס אבאמא-קער),, און עס ערזעצן מיט אן אנדער מעדיצינישע אינשורענס פראגראם. ער שטיצט פארגרעסערן די בודזשעט פון די מיליטער פון די פאַרייניגטע שטאַטן, און פארגרעסערן הילף צו וועטעראנען. טראמפ שטיצט א פאליסי פון אומאפהענגיגע באנוץ פון ענערגיע קוואלן, און איז קעגן אמעריקאנער אנגעוויזנקייט פון די ענערגיע צו ​​אנדערע לענדער, מיטן ציל צו שאפן נייע דזשאבס פאר די אמעריקאנער פאלק. ער האט צוגעזאגט דורכצופירן ברייטע שטייער שניט פאר אלע שיכטן פון דער באפעלקערונג, צוזאמען מיט ברייטע אינוועסטמענטס אין אינפראסטראקטור.
 
טראַמפּ איז קעגן די ערלויבן פון שוואכע דראגס, מיט א אויסנאם פון מעדיצינישע קאנאביס, בשעת זיין אַדמיניסטראַציע האט גענומען אַן אנטי קאנאביס שטעלונג און אנולירט די אבאמא תקופה פּאָליסי וואס האט צוגעשטעלט שוץ פאַר שטאטן וואס ערלויבן עס. ער שטיצט טויט שטראף און זיכער פּייניגונג מיטלען.
 
===אינערן פאליסי===
צווישן טראמפ'ס הויפט דערגרייכונגען אין די אינערן פאליסי זענען שטייער שניטן, גרינגער מאכן די רעגולאציעס אויף ביזנעסער און די ארויפשטעלן קאנסערוואטיווע ריכטער אויף די העכסטע געריכט, געביטן אין וועלכע ער האט מקיים געווען זיינע צוזאגונגען. דעם 31סטן יאַנואַר 2017 האָט ער געשטעלט ניעל גורסידזש, וועלכער ווערט באַטראכט ווי אַ קאנסערוואטיווער, צום העכסטן געריכט צו אנפילן דעם ליידיגן זיץ וואס איז ליידיג געווארן נאך דעם טויט פון קאָנסערוואַטיוון ריכטער אנטאנין סקאליע. גורסידזש איז באשטעטיגט געווארן דורך דעם סענאט. דעם 14טן פעברואר, האט דער נאציאנאלער זיכערהייטס אדווייזער מייקל פלין רעזיגנירט פון זיין אמט, נאכדעם וואס עס איז געווארן באקאנט אז ער האט באהאלטן פאר וויצע פרעזידענט פענס אז ער האט זיך באגעגנט מיטן רוסישן אמבאסאדאר. נאָך אַ וואך, האט טראַמפּ באשטימט הערבערט רעימאָד מאקמאסטער אין זיין ארט. פעברואר 28, האט טראַמפּ געגעבן זיין ערשטער רעדע צו קאנגרעס אין וואס ער דערקלערט די יסודות פון זיין אינערן פּאָליסיס.
 
דעם 9טן מאי 2017 האט טראמפ ארויסגווארפן די עף-בי-איי דירעקטאָר דזשעמס קאמי. אין יולי האט ווייסע הויז ווארטזאגער שאן ספּייסער רעזיגנירט, און איז איבערגנומען געווארן דורך שרה הוקאבי סאנדערס. אין דעם זעלבן חודש, איז דער הויפט פונעם שטאב פונעם ווייסן הויז רעינס פריוועס ארויסגעוואפן געווארן און ערזעצט געווארן דורך דזשאן קעלי. אין אויגוסט, האט ער דעווארפן זיין אַדווייזער סטיוו באנאן. דעם 13טן מערץ 2018 האט ער ארויסגעווארפן סעקרעטערי אוו סטעיט רעקס טילערסאן, און באשטימט די סי.איי.עי. הויפט מייק פאמפעאו אים צו ערזעצן. אויף 22 מערץ 2018, האט דער נאשאנאל סעקוריטי אדווייזער הערבערט ריימאנד מאקמאסטער רעזיגנירט. דזשאן באלטאן האט אים אפיציעל ערזעצט אויף אפריל 9, 2018, ביז מען האט אים געווארפן אין סעפטעמבער 2019.
 
יולי 9, 2018, האט טראַמפּ געלאזט וויסן אַז ריכטער ברעט קאוואנאו איז זיין קאַנדידאט פאר די העכסטע געריכט. אין יולי 2019, איז סטעפאני גרישמאן געווארן באשטימט אלס ווייסע הויז ווארטזאגערין אנשטאט שרה הוקאבי סאנדערס און אלס ווייסע הויז קאמוניקאציע דירעקטאר. אום 2020, נאך דעם טויט פון די העכסטע קאורט ריכטערין רות באדער גינסבערג, האט טראמפּ די געשטעלט אמי קאני באַררעט, אַ געזעץ פּראפעסאר אין די אוניווערסיטעט פון נאטערדאם. דער פארהער איבער איר שטעלונג אינעם סענאט האט זיך אנגעהויבן דעם 12טן אקטאבער 2020. דעם 26סטן אקטאבער איז ענדלעך באשטעטיגט געווארן דורך א אפשטימונג אז זיזאל געשטעלט ווערן אלס ריכטערין מיט א מערהייט פון 52 קעגן 48, און דעם זעלבן טאג איז זי איינגעשווארן געווארן אין די ווייסע הויז אלס ריכטער פונעם העכסטע געריכט. דאס איז די נאענטסטע צו די פרעזידענטליכע וואלן אין דער היסטאריע פון ​​די פאראייניגטע שטאטן אז מען שטעלט א סופרים קארט ריכטער. מיט טראַמפּ'ס איר שטעלן אלס ריכטער, האט צוגעברענגט, דאס אנולירן די פסק פון ארויסגעבן לייסנס צו קענען טראגן וואפן באהאלטענערהייט.
 
====עקאנאמיע, האַנדל מלחמה, ענערגיע און קלימאט====
די עקאנאמישע וואקס וואס האט זיך אנגעהויבן אין יוני 2009 האט זיך געצויגן אין די ערשטע צוויי יאר פון טראמפ'ס טערמין, מיט'ן יערליכע דזשי די פי וואוקס איז געשטיגן מיט2.9% אין זיין צווייטן יאר אין אמט. די ארבעטסלאזיקייט ראטע איז געפאלן, ביז אונטער 4%, מיט בלויז מעסיגע אינפלאציע. די דאו דזשאנס איז געוואקסן מיט 25.9% אין טראַמפּ'ס ערשטער צוויי יאָר אין אמט, די בעסטע צווישן אלע פּרעזידענטן זינט פרעזידענט פארד. אין טערמינען פון דזשי די פי לויט די פאפילאציע, איז דער אינדעקס געוואקסן מיט 3.6% אין 2017, 4.92% און אין 2018, 3.51% און אין 2019 און איז געפאלן מיט 2.66% אין 2020 (אין רעזולטאט פון איינצוימונגען געשטעלט אויף די עקענאמיע ביי די קאראנע עפּידעמיע). אין די ענדע פון זיין פרעזידענשאפט, האט דער דאו דזשאנס אינדעקס אים געלייגט דער פערטער פון אַלע אמעריקאנער פרעזידענטן, מיט אַ דורכשניט פון א יערליכע וואוקס אין די סטאק מארקעט פון 13.7% (הינטער באראק אבאמא: 13.8%, ביל קלינטאן: 15.2% און קאלווין קולידזש: 26.1% ).
 
אום 23סטן יאנואר 2017 האט ער אונטערגעשריבן א פארארדענונג צוריקצוציען די פאראייניגטע שטאטן פון די טראנס-פּאסיפיק אפמאך און איינגעמאלדן אז ער האט אין פלאן אויך ארויסצוציען די פאראייניגטע שטאטן פון דעם צפון אמעריקאנער פריי האנדלס אפמאך. ער האָט אנולירט אַ פארבאט פון זיין פאגייער אין אָפיס צו בויען צוויי אויל פּייפּליינס. דעם 2טן דעצעמבער 2017, האט דער סענאט באשטעטיגט די שטייער רעפארמען פון טראמפ, אין מערץ 2018 האט טראַמפּ ארויפגעלייגט אימפארט טאריפס פון 25% אויף שטאל און 10% אויף אַלומינום צו די פאַרייניגטע שטאטן, און האט איינגעצוימט די שטייער פאלייכטערונגען אויף קאנאדע, מעקסיקא און אנדערע לענדער. יוני 15, 2018, טראַמפּ ארויפגעלייגט אימפּארט טאריפס פון ארום 25% אויף 50 ביליאָן דאלער ווערט פון סחורה אימפּארטירט פון כינע. און אלס א ענטפער האט די כינעזישע מיניסטעריום פון האנדלונג מודיע געווען אז זיי לייגן ארויף טאריפס אויף אמעריקאנער פּראָדוקטן אין דער זעלבער גרויס. דעם זאך האט אנגעפאנגען די האנדל'ס קריג צווישן די פאַרייניגטע שטאטן און כינע.
 
טראמפ האט אויך ארויפגעלייגט טאריפס אויף פארשידענע פראדוקטן אימפארטירט פון דעם אייראפעאישן פאראיין, וואס האט אין רעאקציע אויך ארויפגעלייגט טאריפס. נאכדעם וואס טראמפ האט געסטראשעט אריינצושטעלן 20 פראצענט טאריפס אויף קאר אימפארטן, האט טראמפ זיך געטראפן מיט דזשאן קלאד דזשונקער, דעם פרעזידענט פון דער אייראפעאישער קאמיסיע, און דערגרייכט אן אפמאך אין וועלכע מען וועט מער נישט ארויפלייגן טאריפס, און די אויפגעלייגטע טאריפס וועלן נאכאמאל דורכקעקוקט ווערן. אין אלס אפצאל וועט אייראָפּע אריינקוקן אין פרייַערדיגע טאריפס, ווי אויך צו אימפטירן מער גאז און סוי באנדלעך פון די פאַרייניגטע שטאטן.
 
27 אויגוסט 2018, האט די פאַרייניגטע שטאטן און מעקסיקא אונטערגעשריבן אַ נייע האנדלס אפמאך צווישן זיי. אין אנהויב פון אקטאבער, האט קאַנאַדע זיך אויך איינגעשריבן די אפמאך.די אינטערנאציאנאלע געלט פאנד האט געמאלדן אַ גלאבאלע עקאנאמישע פאשטייטערונג אין 2019 נאָך די אמעריקע-כינע האַנדלס קריג. . אין 2018, די ערשטער מאָל זינט 1990, איז געווען אַ 6% פאַרקלענערונג אין די אויספארקויף פון נייע קאַרס אין דאס לאנד. אויך ווען עס קומט צו אַפּגרעידן צו די נייעסטע סמארטפאונס, איז געווען אַ פאשטייטערונג. אין 2018 עס איז געווען אַ 15.5% פארקלענערונג אין סמארטפאנס פארקויפונג און אין די ערשטער צען חדשים פון 2019 איז דאס פארקויפונג אראפ מיט נאָך 5.8%. אין דעצעמבער 2019, דער איינציגסטע סמאַרטפאנן פאַבריקוואס איז געווען אין אַ פאזעטיווע צייט אין כינע איז געווען האוועי, וואָס האט באקומען נאציאנאלע שטיצן פאַר זיין דער ציל פון די אטאקעס דורך פאראייניגטע שטאטן. אין די פארייניקטע שטאַטן, האט די האנדלס קריג געשאפן ראנגלענישן דורך פארמערס און פראדוצירער און געהעכערט די פרייזן פאַר קאנסומערס, וואָס האט צוגעברענגט די אמעריקאנער עקענאמיע צו אלייכטע רעסעסשאן.
 
נאָך געשפרעכן צווישן די פאראייניגטע שטאטן און כינע. אין יוני 2019, האבן פרעזידענט טראמפ און דער כינעזער פרעזידענט שי דזשינפינג באַשלאסן צו באשיידן די קאנפליקט. אין יאנואר 2020, איז א נייע האַנדלס אפמאך איז אונטערגשריבן געווארן צווישן די לענדער. אין 2020, האט זיך אנגעהויבן אויל פּרייז קריג צווישן סאַודי אראביע און רוסלאנד. פרעזידענט טראמפ איז געווען אריינגעמישט אין די געשפרעכן פון די אפמעך וואָס האָט געענדיגט די קריג[103]. אין דער זעלבער צייט, איז געווען א גלאבאלע עקאנאמישע קריזיס אנגעהויבן נאך די צוימונגען ארויפגעלייגט אויף ציווילע טעטיקייט און באוועגונג רעכט צוליב די אויסברוך פון די קאראנע עפּידעמיע אַרום די וועלט.
 
טראַמפּ'ס שטיצט צו אויפבויען אונדאסריאלע ביזנעס אינערהאלב אמעריקע, מיט דער ציל פון צוימען די אפהענגיקייט אויף טויל פון די מיטל מזרח, און מאַכן די פאַרייניגטע שטטן אַ ענערגיע גרויסמאכט עקספּארטירער. זיינע אַדווייזערס זענען פאטאַ א ווייניגער רעגולירטע ענערגיע מארקעט, אן ווייל זיי זעען נישט קלימאט טויש ווי א סכנה, זיי האלטן נישט אז באלדיגע שריט דארף גענומען ווערן. טראמפּ האט אפגעווארפן די וויסנשאפטלעכע שטודיעס אויף קלימאט ענדערונג. ער האָט גערופן די ענוויראנמענטאל פּראטעקשאן אַגענטור (עפּאַ) אַ "שאַנד" און האט געסטראשעט צו שניידן איר בודזשעט. טראַמפּ האָט צוגעזאָגט בשעת זיין וואל קאמפיין צו ארויסציען אמעריקע פון די פּאריז קלימאט אפמאך, וואָס רופט פאַר די רעדוקציע פון ​​קארבאן באנוץ אין מער ווי 170 לענדער, יוני 1, 2017, ער האָט געמאלדן אז זיין פלאן צו זיך צוריקציען פון די העסקעם. דעם 4טן נאוועמבער 2019 האט די פאראייניגטע שטאטן געמאלדן ביי די יו ען איר פלאן זיך צוריקצוציען פונעם פאריז אפמאך, לויטן אפמאך קען א לאנד זיך ארויסציען פון דעם אפמאך איין יאר נאכן ארייגעבן אן אפיציעלע ביטע זיך אויסצוציען .
 
===אימיגראציע===
[[טעקע:Trump signing order January 27.jpg|קליין|טראמפ שרייבט אינטער אויפ'ן "טרעוול בען". פון אינטער אים שטייען פארטיידיגונגס סעקרעטאר דזשעימס מאטיס און וויצע פרעזידענט מייק פענס. 27 יונואר 2017]]
ווי ער האט צוגעזאגט דורכאויס זיין וואל קאמפיין, האט טראמפ ארויסגעגעבן באפעלן אויף צו פארשטערקערן די פארסירונג איבער אומלעגאלע אימיגראציע, אַריינגערעכנט א באפעל צו שניידן פעדעראלע פאנדן פאר די שטאַטן וואס דינען ווי אן אנטלויף ארט פאר אימיגראנטן (Sanctuary Cities), ווי אויך אן ארדער וואס פארבאט דאס אריינקומען בירגער פון זיבן [[איסלאם|מוסלמענער]] לענדער וואס שטיצן טעראר: איראן, סיריע, איראק, תימן, סאמאליע, סודאן און ליביע. אבער עטליכע טעג נאך וואס דער באפעל איז אונטערגעשריבן געווארן, האט א פעדעראלער אפּעלאט געריכט ארויסגעגעבן נאציאנאלע צייטווייליגע אפּהאלט. נאך עטליכע פראצעדורן אין וועלכע געריכטן האבן סוספענדירט דעם פארארדענונג, האט אין יוני 2017 דער סופּרים קאורט פון די פאראייניגטע שטאטן באשטעטיגט רוב טיילן, און באשלאסן אז עס איז גילטיג ביז א פארהער וואס וועט פארקומען אין אקטאבער 2017, וואו איר סטאטוס וועט באשלאסן ווערן. אין דעצעמבער פון יענעם יאר האט דער העכסטער געריכט מיט א מערהייט פון זיבן צו צוויי באשטעטיגט די אימיגראציע דעקרעט אין איר דריטער ווערסיע.
 
פון ווייניגסטנס אנהויב די 2010ער איז מערסטנס אומלעגאלע אימיגראציע אריבער די פ.ש. דרום גרעניץ מיט מעקסיקא געווארן אונטערגענומען דורך מענטשן וואס זוכן אזיל פון געוואלדטאטן און פארפאלגונג אין זייער היים לענדער, ספעציעל אין צענטראל אמעריקע און אפריקע. אונטער פ.ש. אימיגאציע געזעץ, זענען פרעמדע מענטשן וואס זענען פיזיש אנוועזנד אין די פאראייניגטע שטאטן, אריינגערעכנט די וואס זענען אריינגעקומען אין לאנד אומלעגאל, בארעכטיגט צו אזיל אלס פליטים בתנאי אז זיי קענען פעסטשטעלן א קרעדיבל מורא פון פארפאלגונג אין זייער היים לענדער באזירט אויף זייער ראסע, רעליגיע, נאציאנאליטעט, פאליטישע מיינונג, אדער מיטגלידערשאפט אין געוויסע סאציאלע גרופעס.
 
אין אפריל 2018 האָט די טראמפ אדמיניסטראציע געמאָלדן וואָס זי האָט גערופן א "נול-טאָלעראַנץ" אימיגראציע פאליסי, אונטער וועלכע אלע אויסלענדישע ערוואקסענע וועלכע זענען אומלעגאל אריינגעקומען אין די פאראייניגטע שטאטן (א מיסדעמינאר פאר ערשט-מאליגע אפענדערס) וועלן קרימינאל פראקורירט ווערן. די פאליסי האט אריינגענומען אז קינדער אין פאמיליעס וועלכע זענען אינאיינעם אומלעגאל אריבער די פ.ש. גרעניץ וועלן אוועקגענומען ווערן פון זייערע עלטערן (אָדער לעגאלע אפּוטרופּסים) און געשטעלט ווערן אין אַ סיסטעם פון הונדערטער שעלטערס איבער'ן לאַנד, וואָס זענען אפּערירט אָדער קאָנטראַקטירט געווארן דורך די אָפיס פון ​​פּליטים ריסעטלמענט (ORR), אַן אָפּטייל פון די דעפּאַרטמענט פון געזונט און מענטשליכע באַדינונגס (HHS). עווענטועל, לויט די HHS פּאליסי, וועלן אפגעטיילטע קינדער ווערן באפרייט צו ספּאנסארס (זייערע עלטערן, נאָנטע קרובים, אָדער אנדערע פּאַסיגע מענטשן) אָדער צו פאַסטער פאַמיליעס אין די פאַראייניגטע שטאַטן. נאכן איבערגעבן זייערע קינדער, וועלן עלטערן געהאלטן ווערן אין פארהאלטונג צענטערן אדער טורמעס צו אויסווארטן פראקוראציע פאר אומלעגאלע אריינקום. אונטער די פריערדיגע אימיגראַציע פּאליסי, באקאנט אלס "כאַפּ און באפריי," זענען מיגראַנט פאַמיליעס געווענליך געשווינד באפרייט געווארן און ערלויבט געווארן צו בלייבן צוזאַמען אין די פאַראייניגטע שטאַטן בשעת זייערע קעיסעס ווערן געלעזט דורך אימיגראַציע אויטאריטעטן. אין פּראַקטיק זענען משפּחה צעטיילונגען אויסגעפירט אונטער די נול-טאָלעראַנץ פּאליסי געווען טראומאַטיש פאַר ביידע, קינדער און עלטערן.
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
 
===אויסערן באציאונגען===
[[טעקע:Trump Meets Reagan.jpg|קליין|טראמפ ביים דרוקן די האנט פון דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן ראנאלד רעיגען ביי א באזוך אינעם ווייסן הויז, 1987]]
פאר ער איז געווארן פרעזידענט, האט טראמפ עטליכע מאל גע'טענה'ט, אז אמעריקע זאל זיך קאנצעטרירן הויפטזעכליך אויף אירע אינערליכע פראבלעמען און נישט זיין דער "פאליציי פון דער וועלט".
 
====רוסלאנד====
ביי זיין פרעזידענטליכע קאמפיין האט טראמפ געזאגט אז ער גלייבט אין קאאפעראציע מיט רוסלאנד און איר פרעזידענט [[וולאדימיר פוטין]]. נאך די סטעיטמענט האבן זיינע קעגנער אים באשולדיגט אז ער איז א פריינד מיט פוטין און אז רוסלאנד פרובירט אים צו העלפן געווינען די פרעזידענטליכע וואלן. סיי רוסלאנד און סיי טראמפ האבן געלייקנט די טענות.
 
====כינע====
טראמפ האט אויסגעדריקט א פארלאנג צו פארשטארקן די פאליסי קעגן כינע, זאגנדיג אז ער זעט כינע אלס א גרויסע געפאר פאר די פאראייניגטע שטאטן.
 
====איראן====
אין מאי 2018 האָט טראמפ געמאָלדן די ארויסצואונג פון די פאראייניגטע שטאטן פון אן אפמאך פון 2015 צווישן איראן און פינף הויפט מאכטן — פארמאל באקאנט אלס דער דזשאָינט קאָמפּרעהענסיוו פלאן פון אקציע (JCPOA) — וואָס האָט באגרעניצט איראן'ס אוראַניום-בארייכערונג אקטיוויטעטן און פארלאנגט אז זי זאָל זיך איינגעבן צו אָפטע אינטערנאַציאָנאַלע אינספּעקציעס אויף אירע אנדערע איינריכטונגען אין אויסטויש פאַר דאס אוועקנעמען עקאָנאָמישע סאַנקציעס. נאכדעם וואס אמעריקע האט אומגעברענגט איראן'ס העכסטראנגיגער זיכערהייט און אינטעליגענץ באאמטער אין א דראָון סטרייק פאראָרדנט דורך טראמפ, האט איראן געמאָלדן אין יאנואר 2020 אז זי וועט מער נישט היטן די JCPOA-געשטעלטע באגרעניצונגען אויף אירע בארייכערונג אַקטיוויטעטן, כאָטש זי האָט זיך אפגעהאלטן פון פאָרמאַל אַרויסגיין פונעם אפּמאך.
 
===זיין שטעלונג צו מדינת ישראל און אידישקייט===
[[טעקע:President Trump visit to Israel, May 2017 DSC 3663ODS (34696721601).jpg|קליין|פרעזידענט טראמפ איז מתפלל בייל כותל המערבי ביי זיין באזוך אין מדינת ישראל און מאי 2017]]
אין 1979, איז טראמפ געווען איינער פון די ביישטייערער פונעם נאציאנאלן פאנד פאר מדינת ישראל פאר דעם פראיעקט צו שאפן די אינפראסטרוקטור פאר די חבל שלום ישובים, וועלכע זענען געגרינדעט געווארן נאך דעם שלום אפמאך צווישן מדינת ישראל און עגיפטן{{הערה|{{הארץ|Judy Maltz|Trump once helped finance resettlement of Israelis evacuated from Sinai|0000017f-f313-d487-abff-f3ffad6e0000|מאי 4, 2017}}}}. אין 1983 איז טראַמפּ באלוינט געווארן מיט דעם "פרס עץ החיים" פונעם נאציאנאלן פאנד פאר מדינת ישראל פאַר זיין אויסערגעווענליכע ביישטייערונג צו די באציאונגען צווישן אַמעריקע און מדינת ישראל. אין יאנואר 2013 האט טראמפ פארעפנטליכט א ווידעיא צו שטיצן דעם פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל, בנימין נתניהו, אין די צייט פון זיין קאמפיין פאר די וואלן פון די כנסת, אין וועלכע טראמפ האט געזאגט "א שטארקער פרעמיער מיניסטער איז א שטארקע איזראעל". אין 2015 איז טראמפּ באלוינט געווארן מיט דער "פרייהייט באלוינונג" ביי דער גאלא צערעמאניע פון ​​דער אַמעריקאַנער אידישער צייטונג "אַלגעמיינער זשורנאל", אלס אנערקענונג פון טראמפ'ס ביישטייערונג צו די פאראייניגטע שטאטן-מדינת ישראל באציאונגען, וואו ער האט געזאגט "איך האב אסאך פריינט אין מדינת ישראל". ביי דער זעלבער צערעמאניע איז טראמפ אויך געפרעגט געווארן איבער זיינע אידישע אייניקלעך, און האט געענטפערט "נישט נאר האב איך אידישע אייניקלעך, נאר איך האב אויך א אידישע טאכטער ​​(איוואנקע) עס איז פאר מיר א גרויסער כבוד [...] עס איז נישט געווען פלאנירט פון פאראויס, אָבער איך בין זייער צופרידן אַז עס איז געשען".
 
ביי זיין פרעזידענט קאמפיין אין מערץ 2016 האט טראמפ געזאגט אז ער ערווארט פון לענדער וואס באקומען מיליטערישע הילף פון אמעריקע זאלן צאלן דערפאר, און ווערנדיג געפרעגט איבער מדינת ישראל האט ער געענטפערט: "אויך מדינת ישראל"{{הערה|{{קישור כללי|אדרעס=https://www.timesofisrael.com/trump-says-hell-make-israel-pay-for-defense-aid/|קעפל=Trump says he'll make Israel pay for defense aid|זייטל=The Times of Israel|דאטום=מערץ 21, 2016}}; {{קישור כללי|אדרעס=https://forward.com/news/breaking-news/336551/trump-implies-israel-will-pay-back-military-assistance/|קעפל=Trump Implies Israel Will Pay Back Military Assistance|זייטל=The Forward|דאטום=מערץ 21, 2016}}}}. ער האָט שפּעטער אפגעטרעטן איבער וואס ער האט געזאגט אויף מדינת ישראל{{הערה|{{הארץ|2=Trump ahead of AIPAC speech: Israel should repay U.S. for aid|3=0000017f-e133-d568-ad7f-f37b160b0000|4=מערץ 21, 2016}}; {{קישור כללי|אדרעס=https://www.nbcnews.com/politics/2016-election/donald-trump-pledges-commitment-israel-uncharistically-scripted-speech-n542951|שרייבער=Andrew Rafferty|קעפל=Donald Trump Pledges Commitment to Israel in Uncharacteristically Scripted Speech|זייטל=NBC News|דאטום=מערץ 21, 2016}}}}.
 
אין זעלבן טאג האט טראמפ גערעדט אויף דער עיפעק קאנפערענץ און דערקלערט אז אין יעדן אפמאך בנוגע מדינת ישראל מוז זי אנערקענט ווערן אלס די לאנד פונעם אידישן פאלק, ער האט דאן צוגעזאגט צו אריבערפירן די אמעריקאנער אמבאסאדע פון ​​תל אביב קיין ירושלים, וואס ער האט אנגערופן אלס "די אייביגע הויפטשטאט פון אידישן פאלק"{{הערה|{{קישור כללי|אדרעס=https://time.com/4267058/donald-trump-aipac-speech-transcript/|שרייבער=Sarah Begley|קעפל=Read Donald Trump's Speech to AIPAC|זייטל=Time|דאטום=מערץ 21, 2016}}}}, א פארשפרעכונג וואס ער האט איינגעהאלטן דעם 14טן מאי 2018. טראמפּ האט נישט עפנטליך אויסגעדריקט אָפּאָזיציע צו די בוי ארבעט אין די פארנימענע געביטן אָדער אויסגעדריקט שטיצע פאַר די געדאַנק פון מאכן צוויי לענדער איינס פאר די פאלעסטינע אראבער, נאר פארקערט, ער איז געווען שטאָלץ אַז די זאכן זענען אראפגעגאנגען פון די רעפובליקאנער פּלאַטפאָרמע פאַר די וואלן, דערקלערנדיג אין יולי אז זיין פארטיי'ס פּלאַטפארמע איז "די מערסט פּרא מדינת ישראל וואס איז נאר אמאל געווען". פון די אנדערע זייט האט זיך געהערט פון זיינע ווערטער אז ער וועט צוגיין צום פאלעסטינער קאנפליקט אין מדינת ישראל נייטראל{{הערה|{{קישור כללי|אדרעס=https://www.cnn.com/2016/02/18/politics/donald-trump-israel-palestinian-neutral/index.html|שרייבער=Eugene Scott|קעפל=Trump pledges to be ‘neutral guy’ in Israel-Palestinian negotiations|זייטל=CNN|דאטום=פעברואר 18, 2016}}; [https://www.presidency.ucsb.edu/documents/rubio-campaign-press-release-fact-check-donald-trump-no-ally-israel Rubio Campaign Press Release - Fact Check: Donald Trump is No Ally to Israel], מערץ 11, 2016}}. נאך קריטיק פון זיינע מילויפער אינעם פארמעסט, האט טראמפ צוריקגעצויגן און געזאגט אז ער וועט שטיצן מדינת ישראל אן קיין גרעניצן{{הערה|{{קישור כללי|אדרעס=https://www.politico.com/blogs/2016-gop-primary-live-updates-and-results/2016/03/donald-trump-israel-aipac-palestinians-221060|קעפל=Trump backs away from 'neutral' stance on Israel|זייטל=Politico|דאטום=מערץ 21, 2016}}}}.
 
אין דעצעמבער 2019, האט טראמפּ געחת'מעט אַ פרעזידענטליכע אָרדער וואָס האָט אָנגענומען א ברייטערע אפטייטש פון ​​אנטיסעמיטיזם, וואָס אנטהאלט אויך אומיושר'דיגע קריטיק אויף מדינת ישראל. די ארדער קען האבן אן איינפלוס ווען פעדעראלע באאמטע באשליסן אויף אַ געוויסער אקט צי עס איז אַנטיסעמיטיש, ווי אויך אויף באשליסן וועגן רעגירונגס פאַנדן פאר אוניווערזיטעטן אויב עס ווערט באשלאסן אז אן אוניווערסיטעט האט נישט גענוג געטון צו אויסמעקן אנטיסעמיטיזם.
 
==2020 וואלן==
{{הויפט ארטיקל|2020 פרעזידענט-וואלן אין די פאראייניגטע שטאטן}}
אין 2020 איז פארגעקומען א היציגע וואל-פארמעסט, וואו טראמפ האט פארלוירן ווידערוויילונג פאר א צווייטן טערמין, קעגן [[דזשאו ביידן]].
 
טראמפ האט פרובירט צו שרייען אז די וואלן זענען גע'גנב'עט געווארן פון אים. זיין קאמפיין האט אריינגעגעבן צענדליגע אנקלאגעס אין געריכט, אבער זיי זענען אלע אפגעווארפן געווארן, וויבאלד עס נישט געווען קיין שום קראנטע באווייזן אז מען האט גע'גנב'עט די וואלן. [[6טן יאנואר]], [[2020]], האט דער פרעזידענט דורכגעפירט א ראלי קעגן די אנגעבליכע וואלן פעלשערייען, און עס האט זיך געענדיגט אין א [[ווילדער איבערפאל אויפן קעפיטאל געביידע|ווילדן איבערפאל אויפן קעפיטאל געביידע]].
 
==2024 וואלן==
באלד נאך די מיט-טערמין וואלן אין 2022, האט טראמפ געמאלדן אז ער וועט לויפן פאר די רעפובליקאנער נאמינאציע פאר 2024. פון אנהויב האט ער געהאט עטליכע קעגנער אין זיין אייגענע פארטיי; ביז יוני 2023 האבן שוין א טוץ רעפובליקאנער אנגעהויבן זייערע אייגענע קאמפיינס. צווישן זיי זענען געווען [[ניקי העילי]], וואס האט געדינט אלץ אמבאסאדאר צו די [[פאראייניגטע פעלקער]] אונטער טראמפ (2017-18) און אלס גאווערנאר פון [[דרום קאראליינע]] (2011-17); [[ראן דעסאנטיס]], דער גאווערנער פון פלארידע (2019-); [[מייק פענס]], דער געוועזענער וויצע פרעזידענט; דאג בורגום, דער גאווערנער פון [[צפון דעקאטע|נארט דעקאטע]] (2016-); און [[קריס קריסטי]], דער געוועזענער גאווערנער פון ניו דזשערזי.
 
די מערסטע פון טראמפ'ס קעגנער האבן זיך געהיטן פון קריטיקירן אים דירעקט, צוליב זיין פאפולאריטעט ביי רעפובליקאנער וויילער. זיי האבן זיך אנשטאט פארגעשטעלט אלץ פארלעסליכע [[קאנסערוואטיזם|קאנסערוואטיוון]] וואס שטייען נישט אויס די ערנסטע לעגאלע פראבלעמען וואס טראמפ האט. אבער ווען טראמפ איז געווארן אנגעקלאגט, איז זיין פאפולאריטעט צווישן רעפובליקאנער נישט געפאלן ווי זיינע קעגנער האבן ערווארטעט. אין געגנטייל, געוויסע אנקעטעס האבן געוויזן אז זיין שטיצע איז גאר געשטיגן.
 
אין לויף פון 2023 האט טראמפ ווייטער דאָמינירט איבער זיינע קעגנער אין אנקעטעס פון רעפובליקאנער וויילער, טראץ וואס ער האט זיך אפגעזאגט צו באטייליגן אין די פרעזידענטליכע פריימערי דעבאטעס. א באדייטנדע טייל פון רעפובליקאנער וויילער האבן ווייטער געגלייבט טראמפ'ס אפט-געזאגטע טענות אז די קרימינאלע און ציווילע קלאגעס קעגן אים זענען פאלש און פאליטיש מאטיווירט.
 
ביים סוף יאר האבן די מערסטע אנדערע רעפובליקאנער פרעזידענטליכע קאנדידאטן אויפגעגעבן זייערע קאמפיינס. נאך וואס טראמפ האט גרינגערהייט געווינען די רעפובליקאנער [[אייאווע קאקוסן]] אין יאנואר 2024, האט אויך דעסאנטיס, וואס איז לאנג געווען דער צווייט-פאפולערסטער קאנדידאט נאך טראמפ, זיך ארויסגעצויגן פון דער לויף. העילי, די איינציגסטע פארבליבענע קעגנערין פון טראמפ, האט פארגעזעצט איר קאמפיין דורך יאנואר און פעברואר, טראץ וואס זי האט פארלוירן צו טראמפ אין די ווייטערדיגע רעפובליקאנער פריימעריס און קאקוסן. נאך וואס טראמפ האט איר באזיגט אין 14 פון די 16 רעפובליקאנער פרעזידענטליכע פריימעריס אין [[סופער דינסטאג]], האט העילי ענדליך אפגעשטעלט איר קאמפיין, כאטש זי האט זיך אנטזאגט פון ענדארסירן טראמפ.
 
אום שבת חוקת, ז' תמוז תשפ"ד (יולי 13, 2024), בשעת'ן רעדן ביי א קאמפיין ראלי אין באטלער, [[פענסילוועניע]], איז טראמפ פארוואונדעט געווארן אין אַן [[אטענטאט]] פארזוך. טראמפ'ס אויער איז אנגעטראפן געווארן פון א דורכפליענדער קויל, און ער איז שנעל אוועקגעפירט געווארן דורך [[סיקרעט סערוויס]] אגענטן. דער  פארדעכטיגטער שיסער, א צוואנציג יעריגער לאקאלער מעטיו קרוקס, און א צווייטער מענטש ביים ראלי זענען אומגעברענגט געווארן. טראמפ'ס וואונד איז געווען מינימאל. דער אטענטאט איז פארגעקומען בלויז צוויי טעג פארן אנהויב פונעם [[רעפובליקאנער פארטיי|רעפובליקאנער]] נאציאנאלן קאנווענשאן אין [[מילוואקי]], וויסקאנסין, וואו טראמפ איז אפיציעל געווארן זיין פארטיי'ס פרעזידענטליכער נאמינירטער.
 
==קרימאנאלע קלאגעס קעגן אים==
אין 2023 זענען פיר קרימינאלע קלאגעס אריינגעגעבן געווארן קעגן אים. צוויי זענען אויף סטעיט קלאגעס (איינס אין [[ניו יארק|ניו יארק]] און איינס אין פולטאן קאונטי, [[דזשארדזשיע|דזשאָרדזשע]]) און צוויי זענען אויף פעדעראלע קלאגעס. די קלאגעס באשטייען אין סך הכל פון 91 פארברעכן קלאגעס.
 
טראמפ האט זיך דערקלערט אומשולדיג אויף אלע קלאגעס, און האט באשולדיגט [[דזשאו ביידן|דזשאו ביידן]] און די [[דעמאקראטן]] אויף א פאליטישע רדיפה קעגן א פאליטישע קעגנער.
 
==דרויסנדיגע לינקס==
*{{אפיציעלע וועבזייטל|1=https://www.donaldjtrump.com/|3=en-us}}
*[https://www.trumplibrary.gov/ דאנאלד דזשעי. טראמפ פרעזידענטליכע ביבליאטעק], דורך די נאציאנאלע ארכיוון
*[https://kids.nationalgeographic.com/history/article/donald-trump פ.ש. פרעזידענטן - דאנאלד טראמפ], אויף [[נאציאנאל געאגראפיש]] קינדער וועבזייטל
*[https://www.whitehouse.gov/about-the-white-house/presidents/donald-j-trump/ דאנאלד טראמפ'ס בלאט] אויף whitehouse.gov
 
==רעפערענצן==
{{רעפערענצן}}
 
{{פרעזידענטן פון די פאראייניגטע שטאטן}}
 
[[קאטעגאריע:דאנאלד טראמפ]]
[[קאטעגאריע:לעבעדיגע מענטשן]]
[[קאטעגאריע:טראמפ פאמיליע]]
[[קאַטעגאָריע:ביליאנערן]]
[[קאַטעגאָריע:טראמפ פאמיליע|דאנאלד]]
[[קאַטעגאָריע:USA פרעזידענטן]]
[[he:דונלד טראמפ]]
[[קאַטעגאָריע:געבוירן אין 1946]]