אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:דאנאלד טראמפ"

3,651 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 1 יאָר
←‏2024 וואלן: שכח צמא-באט...!
(←‏2024 וואלן: שכח צמא-באט...!)
צייכן: רויע רעדאגירונג
שורה 200: שורה 200:


==2024 וואלן==
==2024 וואלן==
אין דעם 15טן פון נאוועמבער 2022 האט ער געמאלדן אז ער לויפט נאכאמאל פאר פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.
באלד נאך די מיט-טערמין וואלן אין 2022, האט טראמפ געמאלדן אז ער וועט לויפן פאר די רעפובליקאנער נאמינאציע פאר 2024. פון אנהויב האט ער געהאט עטליכע קעגנער אין זיין אייגענע פארטיי; ביז יוני 2023 האבן שוין א צענדליג רעפובליקאנער אנגעהויבן זייערע אייגענע קאמפיינס. צווישן זיי זענען געווען [[ניקי העילי]], וואס האט געדינט אלץ אמבאסאדאר צו די [[פאראייניגטע פעלקער]] אונטער טראמפ (2017-18) און אלס גאווערנאר פון [[דרום קאראליינע]] (2011-17); [[ראן דעסאנטיס]], דער גאווערנער פון פלארידע (2019-); [[מייק פענס]], דער געוועזענער וויצע פרעזידענט; דאג בורגום, דער גאווערנער פון [[צפון דעקאטע|נארט דעקאטע]] (2016-); און [[קריס קריסטי]], דער געוועזענער גאווערנער פון ניו דזשערזי.


אום שבת [[פרשת חקת|חוקת]], ז' תמוז תשפ"ד ([[יולי 13|13טן יולי]] [[2024]]), בשעת'ן רעדן ביי א קאמפיין ראלי אין באטלער, [[פענסילוועניע]], איז טראמפ פארוואונדעט געווארן אין אַן [[אטענטאט]] פארזוך. טראמפ'ס אויער איז אנגעטראפן געווארן פון א דורכפליענדער קויל, און ער איז שנעל אוועקגעפירט געווארן דורך [[סיקרעט סערוויס]] אגענטן. דער  פארדעכטיגטער שיסער, א צוואנציג יעריגער לאקאלער מעטיו קרוקס, און א צווייטער מענטש ביים ראלי זענען אומגעברענגט געווארן. טראמפ'ס וואונד איז געווען מינימאל. דער אטענטאט איז פארגעקומען בלויז צוויי טעג פארן אנהויב פונעם [[רעפובליקאנער פארטיי|רעפובליקאנער]] נאציאנאלן קאנווענשאן אין [[מילוואקי]], וויסקאנסין, וואו טראמפ איז אפיציעל געווארן זיין פארטיי'ס פרעזידענטליכער נאמיני.
די מערסטע פון טראמפ'ס קעגנער האבן זיך געהיטן פון קריטיקירן אים דירעקט, צוליב זיין פאפולאריטעט ביי רעפובליקאנער וויילער. זיי האבן זיך אנשטאט פארגעשטעלט אלץ פארלעסליכע [[קאנסערוואטיזם|קאנסערוואטיוון]] וואס שטייען נישט אויס די ערנסטע לעגאלע פראבלעמען וואס טראמפ האט. אבער ווען טראמפ איז געווארן אנגעקלאגט, איז זיין פאפולאריטעט צווישן רעפובליקאנער נישט געפאלן ווי זיינע קעגנער האבן ערווארטעט. אין געגנטייל, געוויסע אומפראגן האבן געוויזן אז זיין שטיצע איז גאר געשטיגן.
 
אין לויף פון 2023 האט טראמפ ווייטער געהערשט איבער זיינע קעגנער אין אומפראגן פון רעפובליקאנער וויילער, טראץ וואס ער האט זיך אפגעזאגט צו באטייליגן אין די פרעזידענטליכע פריימערי דעבאטעס. א באדייטנדע טייל פון רעפובליקאנער וויילער האבן ווייטער געגלייבט טראמפ'ס אפט-געזאגטע טענות אז די קרימינאלע און ציווילע קלאגעס קעגן אים זענען פאלש און פאליטיש מאטיווירט.
 
ביים סוף יאר האבן די מערסטע אנדערע רעפובליקאנער פרעזידענטליכע קאנדידאטן אויפגעגעבן זייערע קאמפיינס. נאך וואס טראמפ האט גרינגערהייט געווינען די רעפובליקאנער [[אייאווע קאקוסן]] אין יאנואר 2024, האט אויך דעסאנטיס, וואס איז לאנג געווען דער צווייט-פאפולערסטער קאנדידאט נאך טראמפ, זיך ארויסגעצויגן פון דער לויף.
 
העילי, די איינציגסטע פארבליבענע קעגנערין פון טראמפ, האט פארגעזעצט איר קאמפיין דורך יאנואר און פעברואר, טראץ וואס זי האט פארלוירן צו טראמפ אין די ווייטערדיגע רעפובליקאנער פריימעריס און קאקוסן. נאך וואס טראמפ האט איר באזיגט אין 14 פון די 16 רעפובליקאנער פרעזידענטליכע פריימעריס אין [[סופער דינסטאג]], האט העילי ענדליך אפגעשטעלט איר קאמפיין, כאטש זי האט זיך אפגעזאגט פון ענדארסירן טראמפ.
 
אום שבת חוקת, ז' תמוז תשפ"ד (יולי 13, 2024), בשעת'ן רעדן ביי א קאמפיין ראלי אין באטלער, [[פענסילוועניע]], איז טראמפ פארוואונדעט געווארן אין אַן [[אטענטאט]] פארזוך. טראמפ'ס אויער איז אנגעטראפן געווארן פון א דורכפליענדער קויל, און ער איז שנעל אוועקגעפירט געווארן דורך [[סיקרעט סערוויס]] אגענטן. דער  פארדעכטיגטער שיסער, א צוואנציג יעריגער לאקאלער מעטיו קרוקס, און א צווייטער מענטש ביים ראלי זענען אומגעברענגט געווארן. טראמפ'ס וואונד איז געווען מינימאל. דער אטענטאט איז פארגעקומען בלויז צוויי טעג פארן אנהויב פונעם [[רעפובליקאנער פארטיי|רעפובליקאנער]] נאציאנאלן קאנווענשאן אין [[מילוואקי]], וויסקאנסין, וואו טראמפ איז אפיציעל געווארן זיין פארטיי'ס פרעזידענטליכער נאמיני.


==קרימאנאלע קלאגעס קעגן אים==
==קרימאנאלע קלאגעס קעגן אים==