מייבאים כמותיים, בדוקי עריכות אוטומטית, ביוראקראטן, אינטערפעיס רעדאקטארן, emailconfirmed, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, מנטרים, סיסאפן, צוות טכני, מייבאים, מעדכנים, אספקלריה רעדאקטארן
102,362
רעדאגירונגען
אין תקציר עריכה |
אין תקציר עריכה |
||
| (3 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
| שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דרעפט}} | |||
{{דעסקריפציע|ארץ־ישראל'דיגער אמורא פון ערשטן דור}} | {{דעסקריפציע|ארץ־ישראל'דיגער אמורא פון ערשטן דור}} | ||
'''רבי יהושע בן לוי''' איז געווען אן אמורא פון די ערשטע דור ארץ־ישראל'דיגער אמוראים. | '''רבי יהושע בן לוי''' איז געווען אן אמורא פון די ערשטע דור ארץ־ישראל'דיגער אמוראים. | ||
| שורה 41: | שורה 42: | ||
רבי יהושע בן לוי איז געווען א "בקי באגדה"{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|נה|א}}}}, און פילע אמוראים בעלי אגדה אינעם קומענדיגן דור האבן מקבל געווען פון אים, ווי רבי סימון, רבי אלכסנדרי, רבי שמואל בר נחמני און רבי תנחום בר חנילאי. פון די אנדערע זייט האט זיך רבי יהושע בן לוי אויסגעדרוקט מיט שארפקייט קעגן די וואס שרייבן דברי אגדה און קעגן די וואס לערנען פון די געשריבענע ספרים: "אגדה זו – הכותבה אין לו חלק [לעולם הבא], הדורשה מתחרך [אין פייער פון גיהנם], והשומעה אינו מקבל שכר". נאך האט ער געזאגט: "אני מימי לא הסתכלתי בספר אגדה אלא פעם אחת בלבד הסתכלתי, ואף על פי כן הייתי מתפחד בלילות [צוליב דעם חטא]"{{הערה|{{ירושלמי|שבת|טז|א}}; {{מסכת קטנה|סופרים|טז|ב}} און י'}}. די מפרשים ערקלערן, אז רבי יהושע'ס קעגנערשאפט איז געווען קעגן דאס שרייבן דברי אגדה, צוליב דעם איסור צו שרייבן תורה שבעל פה. און כאטש מ'האט מתיר געווען תו שרייבן די משנה צוליב "{{מנוקד|עֵת לַעֲשׂוֹת לַה' הֵפֵרוּ תּוֹרָתֶךָ}}"{{הערה|{{תנ"ך|תהלים|קיט|קכו}}}}, האט רבי יהושע בן לוי געהאלטן אז לגבי דברי אגדה איז דער איסור געבליבן במקומו{{הערה|זעט מהר"ץ חיות בבא קמא נה, א}}{{ביאור|בזמן הזה איז אינגאנצן בטל דער איסור אויף שרייבן תורה שבעל פה{{הערה|זעט {{שולחן ערוך|אורח חיים|שלד|יב}} און אין משנה ברורה דארט לא}}.}} תולדות תנאים ואמוראים לייגט צו, אז בזמנו פון רבי יהושע זענען געווען פארשפרייט ספרי מינים וועלכע האבן מיט זייערע דרשות אריינגעצויגן אסאך אין זייער נעץ, און ס'איז געווען א חשש אז דער המון עם וועט נישט מבחין זיין צווישן גוט און שלעכט און וועלן מקבל זיין וואס זיי וועלן טרעפן אפגעשריבן, דעריבער האט ער אויף דעם אזוי געווארנט. | רבי יהושע בן לוי איז געווען א "בקי באגדה"{{הערה|{{בבלי|בבא קמא|נה|א}}}}, און פילע אמוראים בעלי אגדה אינעם קומענדיגן דור האבן מקבל געווען פון אים, ווי רבי סימון, רבי אלכסנדרי, רבי שמואל בר נחמני און רבי תנחום בר חנילאי. פון די אנדערע זייט האט זיך רבי יהושע בן לוי אויסגעדרוקט מיט שארפקייט קעגן די וואס שרייבן דברי אגדה און קעגן די וואס לערנען פון די געשריבענע ספרים: "אגדה זו – הכותבה אין לו חלק [לעולם הבא], הדורשה מתחרך [אין פייער פון גיהנם], והשומעה אינו מקבל שכר". נאך האט ער געזאגט: "אני מימי לא הסתכלתי בספר אגדה אלא פעם אחת בלבד הסתכלתי, ואף על פי כן הייתי מתפחד בלילות [צוליב דעם חטא]"{{הערה|{{ירושלמי|שבת|טז|א}}; {{מסכת קטנה|סופרים|טז|ב}} און י'}}. די מפרשים ערקלערן, אז רבי יהושע'ס קעגנערשאפט איז געווען קעגן דאס שרייבן דברי אגדה, צוליב דעם איסור צו שרייבן תורה שבעל פה. און כאטש מ'האט מתיר געווען תו שרייבן די משנה צוליב "{{מנוקד|עֵת לַעֲשׂוֹת לַה' הֵפֵרוּ תּוֹרָתֶךָ}}"{{הערה|{{תנ"ך|תהלים|קיט|קכו}}}}, האט רבי יהושע בן לוי געהאלטן אז לגבי דברי אגדה איז דער איסור געבליבן במקומו{{הערה|זעט מהר"ץ חיות בבא קמא נה, א}}{{ביאור|בזמן הזה איז אינגאנצן בטל דער איסור אויף שרייבן תורה שבעל פה{{הערה|זעט {{שולחן ערוך|אורח חיים|שלד|יב}} און אין משנה ברורה דארט לא}}.}} תולדות תנאים ואמוראים לייגט צו, אז בזמנו פון רבי יהושע זענען געווען פארשפרייט ספרי מינים וועלכע האבן מיט זייערע דרשות אריינגעצויגן אסאך אין זייער נעץ, און ס'איז געווען א חשש אז דער המון עם וועט נישט מבחין זיין צווישן גוט און שלעכט און וועלן מקבל זיין וואס זיי וועלן טרעפן אפגעשריבן, דעריבער האט ער אויף דעם אזוי געווארנט. | ||
==פירונגען און פרומקייט== | |||
רבי יהושע בן לוי האט מעיד געווען אויף זיך אז ער האט קיינמאל נישט מחרים געווען א מענטש{{הערה|{{בבלי|מועד קטן|ג|א}}}}, און קיינמאל נישט געבענטשט פארנט פון א כהן{{הערה|{{ירושלמי|ברכות|ה|ה}}}}, און אויך קיינמאל נישט אפגעפרעגט א שבועה זיינער{{הערה|זעט שפעטער}}. ער איז האט מחמיר געווען אויף זיך צו פאסטן צוויי טעג אין א צו אין תשעה באב (וויבאלד די פייער איז געווארן אנגעצינדן אין בית המקדש אינעם ניינטן און געברענט דעם גאנצן צענטן טאג){{הערה|{{ירושלמי|תענית|ד|ו}}}}. | |||
רבי יהושע בן לוי'ס תשוקה צו מרביץ תורה זיין איז געווען אזוי גרויס, אזש ער האט נישט חושש געווען זיך אריינצולייגן צוליב דעם אין א גרויסער סכנה, זיך צו באשעפטיגן מיט א גאר אנשטעקיגער סארט שחין קראנקהייט וואס ווערט אנגערופן "ראתן", וועלכע אנדערע חכמים האבן געווארנט זיך צו דערווייטערן אפילו פון די פליגן וואס רוען ארום זיי. אין די צייט וואס אנדערע האבן זיך צוריקגעהאלטן פון אריינגיין אין זייערע הייזער אדער אפילן פון עסן פון וואס איז געווען אין זייער מבוי אדער זיצן אין די לופט וואס בלאזט פון זייער דירעקציע, האט רבי יהושע בן לוי זיך נישט צוטון געמאכט פון דאס אלעס, און האט זיך גע'חבר'ט מיט די חולים און זיי געזעצט מיט אים און עוסק געווען מיט זיי אין תורה, און זיך בוטח געווען אז די תורה אין וואס זיי זענען עוסק וועט שיצן אויף אים{{הערה|{{בבלי|כתובות|עז|ב}}}}. (דאס אלעס טראץ וואס ער איז געווען אן איסטניס, אזש ער האט געדארפט אנטון שיך אין יום כיפור{{הערה|ירושלמי יומא}}). ווי דערציילט שפעטער, איז די מסירות נפש זיינער אים געווען לזכות ער זאל זוכה זיין צו אריינגיין אין גן עדן בחייו{{הערה|זע גמרא דארט}}. | |||
אפילו די גוי'שע מושלים האבן אנערקענט זיין קדושה, און ווען רבי יהושע בן לוי איז געקומען מיט רבי חנינא פאר'ן רוימישער הערשער אין קיסרי, איז יענער אויפגעשטאנען פאר זייץ און ווען זיינע מענטשן האבן אים געפרעגט פארוואס ער שטעלט זיך אויף פאר די דאזיגע אידן, האט ער זיי געענטפערט: "די געזיכטער פון מלאכים האב איך געזען"{{הערה|{{ירושלמי|ברכות|ה|א}}}}. | |||
רבי יהושע בן לוי האט זיך געפירט מיט א ברייטקייט ביי זיין סעודה. אמאל האט רבי חייא באזוכט אין דרום און זיך אויפגעהאלטן ביי רבי יהושע בן לוי אין לוד, און מ'האט אים דערלאנגט פיר־און־צוואנציג סארטן געקעכץ. רבי חייא האט זיך געוואונדערט פון די פיל מאכלים און געפרעגט: "און וואס טוט עטס אויב אזוי ביי די סעודות שבת?" האט אים רבי יהושע געזאגט: "שבת דאפלען מיר די תבשילים". נאך א שטיק צייט איז רבי יהושע אנגעוקמען צו טבריה און געווען צוגאסט ביי רבי חייא. האט רבי חייא, וועלכער האט קענענ־געלערנט רבי יהושע בן לוי'ס פירונג, געגעבן פאר רבי יהושע'ס תלמידים געלט און זיי געזאגט: "גייט און גרייט אן א סעודה פאר אייער רבי ווי זיין מנהג"{{הערה|{{רבה|איכה|ג|ו}}}}. | |||
==מיט אליהו הנביא און משיח== | |||
אין גמרא און אין מדרש ווערן געברענגט פילע מעשים אויף רבי יהושע בן לוי מיט [[אליהו הנביא]]: | |||
אמאל האט רבי יהושע בן לוי באגעגנט אליהו הנביא שטיין ביים טיר פון [[רבי שמעון בן יוחאי]]'ס מערה און ער האט אים געפרעגט אויב ער וועט זוכה זיין צו עולם הבא (אָן א משפט און אָן יסורים{{הערה|זעט {{בבלי|כתובות|קג|ב|מפרש=תוספות|ד"ה=מזומן}}}}), האט אים אליהו געענטפערט: "אם ירצה האדון הזה" (ד.ה. די שכינה וואס איז דארט געווען). האט רבי יהושע געזאגט: "צוויי האב איך געזען (אליהו און רבי שמעון{{הערה|יד רמה}}), און א קול פון דריי (פון די שכינה) האב איך געהערט". האט רבי יהושע געפרעגט אליהו: "ווען וועט משיח קומען?" האט אים אליהו געזאגט: "גיי פרעג אים אליין", און ער האט אים אנגעוויזן וואו ער וועט אים טרעפן. איז רבי יהושע געגאנגען צו אים, און אים געזאגט: "שלום עליך רבי ומורי". האט אים משיח געזאגט: "שלום עליך בר ליואי (זון פון לוי)". האט ער אים געזאגט: "ווען קומט דער הער?" האט אים משיח געזאגט: "היום". ווען רבי יהושע איז צוריק צו אליהו און אים דערציילו אז משיח האט אים געזאגט "שלום עליך בר ליואי", האט אים אליהו געזאגט: "ער האט צוגעזאגט פאר דיר און פאר דיין טאטן עולם הבא (ווייל ווען נישט עטס זענטס צדיקים גמורים וואלט ער דיר נישט געגעבן קיין שלום, און ער וואלט נישט דערמאנט דיין טאטן'ס נאמען{{הערה|רש"י}}). ווען דע טאג איז אריבער און משיח איז נישט געקומען, האט רבי יהושע געזאגט פאר אליהו: "משיח האט מיר ליגנט געזאגט, ווייל ער האט געזאגט 'היינט וועל איך קומען' , און ער איז נישט געקומען". האט אים אליהו געזאגט, דאס איז געווען זיין כוונה: "{{מנוקד|הַיּוֹם – אִם בְּקֹלוֹ תִשְׁמָעוּ}}{{הערה|{{תנך|תהלים|צה|ז}}}}"{{הערה|{{בבלי|סנהדרין|תח|א}}}}. | |||
און אזוי זאגט טאקע רבי יהושע בן לוי אליין איבער די צייט פון ביאת המשיח: לגבי די גאולה העתידה שטייט{{הערה|{{תנך|ישעיה|ס|כב}}}}: "{{מנוקד|בְּעִתָּהּ אֲחִישֶׁנָּה}}"; אויב איז מען זוכה – "אֲחִישֶׁנָּה", וועל איך עס צואיילן, און אויב איז מען נישט זוכה – וועט די גאולה זיין "בְּעִתָּהּ", אין איר באשטימטע צייט. אן ענליכער מאמר: אויב איז מען זוכה – וועט משיח קומען "{{מנוקד|עִם עֲנָנֵי שְׁמַיָּא}}" (ד.ה. שנעל{{הערה|רש"י}}){{הערה|{{תנך|דניאל|ז|יג}}}}, און אויב איז מען נישט זוכה, | |||
==נאטיצן== | ==נאטיצן== | ||
רעדאגירונגען