אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "חיים משה שטויבער"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(בטעות נישט געשיקט צו דרעפטס)
ק (תנא קמא האט אריבערגעפירט בלאט חיים משה שטויבער צו דרעפט:חיים משה שטויבער אן לאזן א ווייטערפירונג)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 20:29, 10 יולי 2024

אן ענערגישער כלל-טוער און עסקן צווישן סאטמארער חסידים אין אמעריקע. פאר איבער 20 יאר האט ער געדינט אלס סאטמאר רבי'ס רעכטע האנט[1].

געבוירן כ"א כסליו צו זיין פאטער ר' יחזקאל מנחם שטויבער ז"ל.

אין די יארן איז ער געווען רעדאקטער פון צייטונג דער איד. אין זיינע יארן איז דער צייטונג שטארק ארויפגעארבעט געווארן, און האט אנגעהויבן ארויסקומען אויף א וועכנטליכער פארנעם, ער האט געשריבן אונטערן פסעוודאנם "שמחה בוימל".

ער איז געווען א באגאבטער פאליטיקאנט, האט אויפגעטרעטן אויף די ענגלישע שפראך פאר די פרעסע ביי פארשידענע דעמאנסטראציעס אנגעפירט דורך סאטמארע חסידים.

אלס טייל פון זיין עסקנות האט ער געגרינדעט דעם פתח תקוה אנשטאלט פאר קינדער מיט ספעציעלע געברויכן. און איז געווען אקטיוו און די "רב טוב" ארגאנאזיציע פאר אידישע פלטים.


ער האט ארויסגעגעבן א בוך אויף ענגליש: The Satmar Rebbe: The Life and Times of Rav Yoel Teitelbaum zt"l, A close talmid's personal recollections


דרויסנדיגע לינקס

"חדש: The SATMAR Rebbe, זכרונות רח״מ שטויבער", אשכול אויף אייוועלט

זכרונות פון סאטמארן רבי'ן דורך ר' חיים משה שטויבער.

אינטערוויו מיט ר' חיים משה

רעפערענצן