אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אבות דרבי נתן"
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע") |
ק (צולייגן לינק צו צדוקים) |
||
שורה 18: | שורה 18: | ||
אין אבות דרבי נתן זענען פאראן עטישע און רעליגיעז-מאראלישע ווערטער. אזוי ווערט דארט געזאגט: "אם יתן איש לחבירו ממון הרבה ואין פניו פשוטין לו כאילו לא נתן כלום" (אויב איינער שענקט זיין חבר אסאך געלט, נאר טוט עס נישט מיט א צופרידן געזיכט, איז עס פונקט ווי ער וואלט גארנישט געגעבן). אויף די ווערטער פון פרקי אבות, אז דער מענטש דארף זיך נישט גרויס האלטן ווייל ער וועט דאך ווערן נאך זיין טויט "רימה ותולעה" ([[ווערים]]), זאגט דער אבות דרבי נתן אז נישט נאר נאכן טויט, נאר אויך ביים לעבן איז דער מענטש "רימה", נישט מער ווי א ווערימל. | אין אבות דרבי נתן זענען פאראן עטישע און רעליגיעז-מאראלישע ווערטער. אזוי ווערט דארט געזאגט: "אם יתן איש לחבירו ממון הרבה ואין פניו פשוטין לו כאילו לא נתן כלום" (אויב איינער שענקט זיין חבר אסאך געלט, נאר טוט עס נישט מיט א צופרידן געזיכט, איז עס פונקט ווי ער וואלט גארנישט געגעבן). אויף די ווערטער פון פרקי אבות, אז דער מענטש דארף זיך נישט גרויס האלטן ווייל ער וועט דאך ווערן נאך זיין טויט "רימה ותולעה" ([[ווערים]]), זאגט דער אבות דרבי נתן אז נישט נאר נאכן טויט, נאר אויך ביים לעבן איז דער מענטש "רימה", נישט מער ווי א ווערימל. | ||
אין אבות דרבי נתן געפינען מיר אויך פיל ווערטער, וואס לויבן די גרויסקייט און [[שיינקייט]] פון [[ארץ ישראל]], און עס ווערט דארט געזאגט, "אין לך יופי כיופי של [[ירושלים]]". אין אבות דרבי נתן געפינען מיר אויך טייל ידיעות וועגן [[חורבן]] ירושלים און וועגן דער אנטשטייאונג פון די [[צוויי]] אידישע סעקטן אין די צייטן פון [[בית המקדש]], די "צדוקים" און "ביתוסים". עס ווערט דארט אויך דערמאנט א ספר "הלכות [[חסיד|חסידים]]", וואס איז צו אונז נישט דערגאנגען. | אין אבות דרבי נתן געפינען מיר אויך פיל ווערטער, וואס לויבן די גרויסקייט און [[שיינקייט]] פון [[ארץ ישראל]], און עס ווערט דארט געזאגט, "אין לך יופי כיופי של [[ירושלים]]". אין אבות דרבי נתן געפינען מיר אויך טייל ידיעות וועגן [[חורבן]] ירושלים און וועגן דער אנטשטייאונג פון די [[צוויי]] אידישע סעקטן אין די צייטן פון [[בית המקדש]], די "[[צדוקים]]" און "ביתוסים". עס ווערט דארט אויך דערמאנט א ספר "הלכות [[חסיד|חסידים]]", וואס איז צו אונז נישט דערגאנגען. | ||
==מפרשים== | ==מפרשים== |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 18:38, 8 יולי 2024
דרויסנדיגע לינקס | |
---|---|
וויקיטעקסט | אבות דרבי נתן |
הספרייה הלאומית | 990001119350205171 |
אבות דרבי נתן איז א מסכתא פון די מסכתות קטנות, וואס אנטהאלט עטישע און רעליגיעז-מאראלישע ווערטער פון תנאים, אויפן סדר פון מסכת אבות אבער היבש פארברייטערט. די מסכתא פארמאגט 41 פרקים (אין די פארשפרייטע נוסח א'), אדער 48 פרקים (אין נוסח ב').
מחבר און צייט
פון דעם נאמען "אבות דרבי נתן" איז צו זען, אז מען האט געהאלטן רבי נתן, דעם באקאנטן תנא, אלס דעם צוזאמענשטעלער פון דער מסכתא. אין דער דאזיגער מסכתא געפינען זיך אויך כמעט אלע ווערטער וואס זענען פאראן אין פרקי אבות. עס זענען דעריבער פארהאן טייל געלערנטע[1] וואס האלטן, אז אין אנהייב האט עקזיסטירט נאר די "אבות דרבי נתן", און שפעטער האט מען דערפון געמאכט א קיצור פון וועלכע עס איז געווארן די פרקי אבות. דאקעגן אנדערע געלערנטע[2] זאגן, אז די "אבות דרבי נתן" איז צוזאמענגעשטעלט געווארן ערשט אין גאר שפעטע צייטן, נאך די צייטן פון דער גמרא.
נוסחאות
לעצטנס האט מען אויסגעפינען אז פון "אבות דרבי נתן" האבן עקזיסטירט צוויי נוסחאות, וואס די געלערנטע רופן אן "נוסח א" און "נוסח ב"; דער "נוסח א" באשטייט פון 41 פרקים, דער "נוסח ב'" פון 48 פרקים. סאלאמאן שעכטער האט פארעפנטלעכט ביידע נוסחאות, מיט פארשידענע טעקסט-פארגלייכונגען, אין וויען יאר 1887.
אינהאלט
אין אבות דרבי נתן זענען פאראן עטישע און רעליגיעז-מאראלישע ווערטער. אזוי ווערט דארט געזאגט: "אם יתן איש לחבירו ממון הרבה ואין פניו פשוטין לו כאילו לא נתן כלום" (אויב איינער שענקט זיין חבר אסאך געלט, נאר טוט עס נישט מיט א צופרידן געזיכט, איז עס פונקט ווי ער וואלט גארנישט געגעבן). אויף די ווערטער פון פרקי אבות, אז דער מענטש דארף זיך נישט גרויס האלטן ווייל ער וועט דאך ווערן נאך זיין טויט "רימה ותולעה" (ווערים), זאגט דער אבות דרבי נתן אז נישט נאר נאכן טויט, נאר אויך ביים לעבן איז דער מענטש "רימה", נישט מער ווי א ווערימל.
אין אבות דרבי נתן געפינען מיר אויך פיל ווערטער, וואס לויבן די גרויסקייט און שיינקייט פון ארץ ישראל, און עס ווערט דארט געזאגט, "אין לך יופי כיופי של ירושלים". אין אבות דרבי נתן געפינען מיר אויך טייל ידיעות וועגן חורבן ירושלים און וועגן דער אנטשטייאונג פון די צוויי אידישע סעקטן אין די צייטן פון בית המקדש, די "צדוקים" און "ביתוסים". עס ווערט דארט אויך דערמאנט א ספר "הלכות חסידים", וואס איז צו אונז נישט דערגאנגען.
מפרשים
די מסכתא איז נישט געווארן ערקלערט דורך די ראשונים, און עס זענען דערין אריינגעפאלן מערערע טעותים, אבער די גדולי אחרונים, אין שפיץ פון גר"א און רבי חיים יוסף דוד אזולאי (אין "כסא רחמים") האבן עס מגיה געווען און ערקלערט. באזונדער איז אנגענומען דער ברייטער פירוש "בנין יהושע", פון רבי יהושע פאלק פון ליסא, וואס איז אריינגעדרוקט אין אלע שפעטערע אויפלאגעס.
צו ליינען מער
- מנחם קיסטר, עיונים באבות דר' נתן: נוסח, עריכה ופרשנות, ירושלים: יד יצחק בן-צבי והאוניברסיטה העברית בירושלים, תשנ"ח.
דרויסנדיגע לינקס
- "אָבוֹת דְּרַבִּי נָתָן", יהודה דוד אייזנשטיין (רעדאקטאר), אוצר ישראל, ניו יארק: פרדס, תשי"ב, חלק א, עמודים 31–34, אויף היברובוקס
- אבות דרבי נתן, אין "אנציקלופדיה יהודית" אויף "דעת"
- חיבור לאברהם בן, ויף אבות דרבי נתן
- טעקסט פון אבות דרבי נתן אויף "דעת" זייטל
- אבות דרבי נתן אויף "דעת" זייטל, מיט צוויי פירושים
רעפערענצן
ספרות המדרשים | ||
---|---|---|
מדרשי הלכה תנאיים (בערך 200–400 לספירה) |
מכילתא דרבי ישמעאל • מכילתא דרבי שמעון בן יוחאי • ספרא • ספרי במדבר • ספרי זוטא במדבר • ספרי דברים • מכילתא דברים • ספרי זוטא דברים | |
מדרשי אגדה קלאסיים: תקופת האמוראים והסבוראים (בערך 400–600 לספירה) |
בראשית רבה • ויקרא רבה • איכה רבה • אסתר רבה (פרשיות א-ו) • שיר השירים רבה • פסיקתא דרב כהנא • מדרש פנים אחרות • ברייתא דישועה • אגדות התלמוד | |
תקופת הביניים: ראשית תקופת הגאונים (בערך 600–750 לספירה) |
מדרשי התנחומא • שמות רבה (פרשיות יב-מ) • במדבר רבה (פרשיות טו-כג) • דברים רבה • רות רבה • קהלת רבה • קהלת זוטא • אבות דרבי נתן • אותיות דרבי עקיבא • מדרש תהילים (מזמורים א-קיח) • מדרש ויסעו • תרגום שני למגילת אסתר • פסיקתא רבתי • מדרש שיר השירים | |
המדרש המאוחר: תקופת הגאונים (בערך 750–1050 לספירה) |
תנא דבי אליהו • פרקי דרבי אליעזר • שבעת פרקי רבי אליעזר • הגדה של פסח • שמות רבה (פרשיות א-יא) • במדבר רבה (פרשיות א-יד) • אסתר רבה (פרשיות ז-י) • אגדת בראשית • בראשית רבתי • פסיקתא רבתי • דברים זוטא • רות זוטא • שיר השירים זוטא (ענ') • מדרש שמואל • מדרש משלי • מדרש תהילים (מזמורים קיט-קנ) • מדרש אבא גוריון • מדרש תדשא • מדרש ויושע • מדרש עשרת הדיברות • מדרש תשובת יונה הנביא • מדרש אבכיר • מדרש אספה • מדרש תמורה • פסיקתא זוטרתא (לקח טוב) | |
הילקוטים: תקופת הראשונים (בערך 1050–1500 לספירה) |
פתרון תורה • פסיקתא זוטרתא • מדרש שכל טוב • מדרש אגדה (בובר) • ילקוט שמעוני • ילקוט המכירי • מדרש הגדול • מדרש הביאור • הגדות התלמוד (ילקוט) • עין יעקב • מדרשי רבי שמואל מסנות |
ארון הספרים היהודי | ||
---|---|---|
כתבי יסוד | תורה • נביאים • כתובים • ספר יצירה • משנה • תוספתא • תלמוד (בבלי וירושלמי) • מסכתות קטנות • סידור ומחזור • הגדה של פסח | |
מדרשי הלכה (חז"ל) | מכילתא דרבי ישמעאל • מכילתא דרבי שמעון בן יוחאי • ספרא • ספרי במדבר • ספרי זוטא במדבר • ספרי דברים • מכילתא דברים • ספרי זוטא דברים | |
מדרשי אגדה (חז"ל) | מדרש רבה • מדרש תנחומא • פרקי דרבי אליעזר • סדר עולם • ילקוט שמעוני • אבות דרבי נתן • תנא דבי אליהו • פסיקתא דרב כהנא • פסיקתא זוטרתא • מדרש שוחר טוב | |
ראשונים ואחרונים | פירוש רש"י לתורה • פירוש רש"י לתלמוד • חובות הלבבות • משנה תורה (והשגות הראב"ד) • תוספות • ספר הזוהר • שולחן ערוך (והגהות הרמ"א) • שולחן ערוך הרב • קיצור שולחן ערוך • משנה ברורה | |
סוגות | מדרש • ספרות האגדה • ספרות ההיכלות והמרכבה • פרשנות למקרא • פרשנות למשנה • פרשנות לתלמוד • פרשנות השולחן ערוך • שו"ת • ספרי חסידות • סיפורי חסידים |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!