אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי רפאל שמואלעוויטש"
ק (החלפת טקסט – "זיכרון" ב־"זכרון") |
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע") |
||
(איין מיטלסטע ווערסיע פון איין אנדער באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 23: | שורה 23: | ||
* מרת שרה געהייראט צו הרב אברהם סג"ל, ר"מ אין דער מירער ישיבה אין בראכפעלד. | * מרת שרה געהייראט צו הרב אברהם סג"ל, ר"מ אין דער מירער ישיבה אין בראכפעלד. | ||
== | ==דרויסנדיגע לינקס== | ||
* [ | * [https://www2.kolhalashon.com/#/regularSite/ravs/608 שיעורים של הרב רפאל שמואלביץ בישיבת מיר], ביי [[קול הלשון]] | ||
* | * {{בחדרי חרדים|ערוץ 2|צפו בנס של מיר • הגר"ר שמואלביץ משתקם|731405|יולי 3, 2012}}, (ראיון מצולם עם הרב במהדורת החדשות המרכזית של חדשות 2 אחרי שעבר טיפול נסיוני ב-ALS) | ||
* {{כיכר השבת|כיכר השבת|הגאון רבי רפאל שמואלביץ זצ"ל: תמונות נדירות מחייו|190789|18 בינואר 2016}} | * {{כיכר השבת|כיכר השבת|הגאון רבי רפאל שמואלביץ זצ"ל: תמונות נדירות מחייו|190789|18 בינואר 2016}} | ||
== רעפערענצן == | == רעפערענצן == |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 11:34, 8 יולי 2024
הרב רפאל הלוי שמואלעוויטש (תרצ"ח – ט' שבט תשע"ו, 1937 – 18טן יאנואר 2016[1]) איז געווען א ראש ישיבה אין דער מירער ישיבה און איינער פון די פירער פון דער רעדאקציע פון דער תלמודישער ענציקלאפעדיע.
ביאגראפיע
רפאל שמואלעוויטש איז געבוירן געווארן אין מיר, אין ליטווישן טיל פון פוילן (היינט בעלארוס) צו חנה מרים פינקל, טאכטער פונעם מירער ראש ישיבה הרב אליעזר יהודה פינקל, און צו רב רבי חיים שמואלעוויטש, וואס איז אויך שפעטער געווארן ראש ישיבה. זיין נאמען רפאל האט ער באקומען נאך זיין זיידן, הרב רפאל אלטער שמואלעוויטש, איידעם פונעם אלטער פון נאווהארדאק און ראש ישיבה אין סטוטשין און גראדנא.
ביי דער צווייטער וועלט מלחמה איז ער אנטלאפן מיט זיין משפחה און א גרויסן טייל פון די מירער תלמידים קיין ווילנע און פון דארטן זענען זיי געפארן אויף דער טראנס-סיבירישער באן. ענדלעך זענען זיי אנגעקומען קיין קאבע, יאפאן, מיט אריינקומען וויזע וואס דער יאפאנישער קאנסול אין ליטע, טשיאונע סוגיהארא, האט פארזארגט. אין קאבע זענען זיי געבליבן ניין חדשים. די יאפאנעזער האבן זיי דעפארטירט קיין שאנכיי, כינע, וואס איז געווען אונטער יאפאנעזישער אקופאציע. אין תש"ו זענען זיי אנגעקומען אין די פאראייניגטע שטאטן און א האלב יאר שפעטער זענען זיי ארויף אין ארץ ישראל און האבן זיך באזעצט אין ירושלים. ער האט געלערנט אין דער מירער ישיבה אין ירושלים.[2]
אין יאר תשכ"ב האט ער געהייראט עדנה, די איינציגע טאכטער פונעם חברונער ראש ישיבה הרב אברהם פארבשטיין, און צוויי יאר נאך דער חתונה (תשכ"ד) איז ער געווארן א מגיד שיעור אין ישיבת חברון כנסת ישראל[3]. במשך הזמן איז ער געווארן איינער פון די רעדאקטארן פון דער אנציקלופדיה התלמודית און איז ענדלעך געווארן איינער פון אירע פירער. ער האט געשריבן חשובע ווערטן אין דער ענציקלאפעדיע, למשל "חשמל" וואס מ'האט געדרוקט צום ערשטן מאל אין ה'תשמ"ו אין באנד י"ח, און שפעטער האט מען ארויסגעגעבן באזונדער עטעלעכע מאל. ער האט רעדאקטירט די ערשטע אויסגאבע פון זיין פאטער'ס ספר "שיחות מוסר", ווען זיין פאטער האט נאך געלעבט. ער איז נפטר געווארן די נאכט פון ט' שבט תשע"ו אין דעם שערי צדק שפיטאל, ביי דער עלטער פון 78.[1]
משפחה
הרב רפאל און זיין ווייב האבן געהאט צוויי קינדער:
- הרב יעקב, ממלא מקום אין דער מירער ישיבה.[4]
- מרת שרה געהייראט צו הרב אברהם סג"ל, ר"מ אין דער מירער ישיבה אין בראכפעלד.
דרויסנדיגע לינקס
- שיעורים של הרב רפאל שמואלביץ בישיבת מיר, ביי קול הלשון
- ערוץ 2, צפו בנס של מיר • הגר"ר שמואלביץ משתקם, אויף בחדרי חרדים, יולי 3, 2012, (ראיון מצולם עם הרב במהדורת החדשות המרכזית של חדשות 2 אחרי שעבר טיפול נסיוני ב-ALS)
- כיכר השבת, הגאון רבי רפאל שמואלביץ זצ"ל: תמונות נדירות מחייו, אויף כיכר השבת, 18 בינואר 2016
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 ישראל כהן, ברוך דיין האמת: הגאון רבי רפאל שמואלביץ זצ"ל הלך לעולמו, אויף כיכר השבת, 18טן יאנואר 2016
- ↑ רפאל שמואלביץ, בגדרי הפרשת תרומה, בתוך: שערי תורה: קובץ תורני מרכזי לבני הישיבות, בני ברק (?), תמוז ה'תשי"ט, 1959. עמ' סז-עא.
- ↑ אין דער זעלבער צייט האט מען אויך באשטימט די רבנים הלל זאקס און רבי ברוך מרדכי אזרחי.
- ↑ שלמה גרינברג, 'ממשיך' בישיבת מיר: הגאון רבי יעקב שמואלביץ, אויף בחדרי חרדים
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!