אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פעזינג"
ק (קאארדינאט) |
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע") |
||
(איין מיטלסטע ווערסיע פון איין אנדער באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 27: | שורה 27: | ||
{{רעפליסטע}} | {{רעפליסטע}} | ||
== | ==דרויסנדיגע לינקס== | ||
{{קאמאנסלינק}} | {{קאמאנסלינק}} | ||
[[קאַטעגאָריע:שטעט און שטעטלעך אין סלאוואקיי]] | [[קאַטעגאָריע:שטעט און שטעטלעך אין סלאוואקיי]] | ||
שורה 33: | שורה 33: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]] | [[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]] | ||
[[en:Pezinok]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 11:15, 8 יולי 2024
|
פעזינג (סלאוואקיש: Pezinok; אונגאַריש: Bazin; דייטש: Bösing; לאטייניש: Bazinium) איז א שטעטל אין דרום־מערב סלאוואקיי . עס געפינט זיך בערך 20 קילאמעטער צפון-מזרח פון בראַטיסלאַוואַ און, אין דעצעמבער 2018, האט געהאט אַ באַפעלקערונג פון 23,002.
פּעזינג ליגט לעבן די קליינע קאַרפּאַטן און לעבט איבערהויפט פון וויטיקולטור און אַגריקולטור, ווי אויך פון ציגל מאכן און קעראַמיק פראָדוקציע.
געשיכטע
פון דער צווייטער העלפט פונעם 10טן יארהונדערט ביז 1918 איז עס געווען א טייל פונעם קעניגרייך פון אונגארן. פּעזינג ווערט דערמאנט צום ערשטן מאָל אין 1208 מיטן נאָמען "terra Bozin" טעראַ באָזין. אין די קומענדיגע יארהונדערטער האט זיך דאס שטעטל געטוישט פון א מינעריי-יישוב צו אַ וויינגאָרטן-שטאָט. עס האט באקומען דעם סטאַטוס פון אַ פרייער קעניגליכער שטאָט אום 14טן יוני 1647. פּעזינג איז געווען איינע פון די רייכסטע שטעט אין דעם קעניגרייך פון אונגארן. זיין עשירות איז געווען באזירט אויף דער פראָדוקציע פון איכותדיקע וויינען. אינעם 19טן יארהונדערט האט דאס שטעטל פאמעלעך אנגעהויבן זיך אינדוסטריעליזירן : דא האט מען געגרינדעט די ערשטע שוועבל־זויער פאבריק אין אונגארן. נאך מער האט עס געוואקסן מיט דער פארבינדונג צו דער באַן נעצווערק. נאך דער צעטיילונג פון עסטרייך-אונגארן אין 1918/1920, איז דאס שטעטל געווארן א טייל פון דעם ניי-געגרינדעטן טשעכאסלאוואקיי.
אין יאר 1857 האבן געוואוינט אין פעזינג 540 אידן, און אין יאר 1940, 235 אידן.[1]
מענטשן
הרב יצחק טוביה ווייס, גאב"ד פון ירושלים, איז געבוירן געווארן אין פעזינג.
צווילינג שטעט
פּעזינג האט די צווילינג שטעט:[2]
- נייזידל אם ים, עסטרייך
- Mosonmagyaróvár, אונגארן
- Mladá Boleslav, טשעכיי
- איזאלא, סלאוועניע
רעפערענצן
- ↑ "פעזינג", אויף "JewishGen" (ענגליש)
- ↑ Partnerské mestá (sk). Pezinok.
דרויסנדיגע לינקס
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!