אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ווערבאַ-וועצלער באַריכט"
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat) צייכן: באקוקט |
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע") |
||
(14 מיטלסטע ווערסיעס פון 3 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש = account of Auschwitz killings|העב=מסכת העדויות הראשונה שנרשמה מפיהם של אסירים שנמלטו ממחנה הריכוז אושוויץ|}} | |||
די '''ווערבאַ-וועצלער באַריכט''' אדער 'די אוישוויץ פראטאקאל', איז דאס ערשטע אראפגעשריבענע עדות, וואס איז געהערט געווארן אום [[אפריל]] [[1944]], פון די מויל פון צוויי [[אוישוויץ]] אנטלאפענע סלאוואקישע יודען, [[רודאלף ווערבע]] און [[אלפרעד וועצלער]]. זיי האבן דאס דירעקט איבערגעגעבן פאר די יודישע ציוניסטישע פירער אין אונגארן, כדי מ'זאל וואס גייט דארט פאהר, און אפהאלטן די ווייטערדיגע דעפארטירונג פון די הונדערטע-טויזענטע אונגארישע יודענטום צום טויט. | די '''ווערבאַ-וועצלער באַריכט''' אדער 'די אוישוויץ פראטאקאל', איז דאס ערשטע אראפגעשריבענע עדות, וואס איז געהערט געווארן אום [[אפריל]] [[1944]], פון די מויל פון צוויי [[אוישוויץ]] אנטלאפענע סלאוואקישע יודען, [[רודאלף ווערבע]] און [[אלפרעד וועצלער]]. זיי האבן דאס דירעקט איבערגעגעבן פאר די יודישע ציוניסטישע פירער אין אונגארן, כדי מ'זאל וואס גייט דארט פאהר, און אפהאלטן די ווייטערדיגע דעפארטירונג פון די הונדערטע-טויזענטע אונגארישע יודענטום צום טויט. | ||
שורה 25: | שורה 26: | ||
אבער פאר'ן יודישער פאבליקום האבן די ציוניסטישע פירער דארט, עס אין פאקט נישט ארויסגעגעבן. | אבער פאר'ן יודישער פאבליקום האבן די ציוניסטישע פירער דארט, עס אין פאקט נישט ארויסגעגעבן. | ||
== | ==דרויסנדיגע לינקס== | ||
*[https://www.youtube.com/watch?v=5D4l5xcZgxM&t=6105s ווערבא שילדערט וואס ער האט צוגעזען אין אוישוויץ] | *[https://www.youtube.com/watch?v=5D4l5xcZgxM&t=6105s ווערבא שילדערט וואס ער האט צוגעזען אין אוישוויץ] | ||
שורה 32: | שורה 33: | ||
[[קאַטעגאָריע:היסטאריע]] | [[קאַטעגאָריע:היסטאריע]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אידישע קאנטראווערסיעס]] | [[קאַטעגאָריע:אידישע קאנטראווערסיעס]] | ||
[[קאַטעגאָריע:סלאוואקישע | [[קאַטעגאָריע:סלאוואקישע אידן]] | ||
[[קאַטעגאָריע:חורבן אייראפע]] | [[קאַטעגאָריע:חורבן אייראפע]] | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:דו"ח ורבה-וצלר]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 09:52, 8 יולי 2024
די ווערבאַ-וועצלער באַריכט אדער 'די אוישוויץ פראטאקאל', איז דאס ערשטע אראפגעשריבענע עדות, וואס איז געהערט געווארן אום אפריל 1944, פון די מויל פון צוויי אוישוויץ אנטלאפענע סלאוואקישע יודען, רודאלף ווערבע און אלפרעד וועצלער. זיי האבן דאס דירעקט איבערגעגעבן פאר די יודישע ציוניסטישע פירער אין אונגארן, כדי מ'זאל וואס גייט דארט פאהר, און אפהאלטן די ווייטערדיגע דעפארטירונג פון די הונדערטע-טויזענטע אונגארישע יודענטום צום טויט.
למעשה האבן די פירער פון יענעם קאבינעט - אין שפיץ פון רודאלף קאסטנער - 'נישט' איבערגעגעבן פאר'ן פאבליקום דעם באריכט, און ס'איז געווען זייער פאטאל. כאטש זיי אליינס - די ציוניסטישע פירער - האלטן אז ס'האט נישט קיין זינען צו לייגן די שולד אויף זיי, איז אבער די היינטיגע באוואוסטע היסטאריע א קלארע באווייז, אז דאס זאגן זיי בלויז צוליב זייער אייגענעם פאליטיק.
דאך איז אום מאי 1944 דער שרעקעדיגער באריכט-דאקומענטן פארשפרייט געווארן אינעם דרויסנדיגער מערב וועלט און האט דאס ערשטע מאל פארציילט די אמת'ע גרויל, וואס גייט פאר אין די נאצישע לאגערן, אונטער'ן שלייער פונעם דייטשער אקופאציע, פאקטן וואס מ'האט גארנישט געוואוסט פארדעם.
דאס האט געברענגט צו די ערשטע שריט פון די אליאירטע קרעפטן, ארויסצושרייטן אין א ווילדע מלחמה, אפצוקלאפן דעם נאצישער דייטש ביז'ן ענדגילטיגע ענדע, און אזוי ארום אפצושטעלן די באנען וואס האבן נאך טאג טעגליך געטראגן 12 טויזענט יודישע קרבנות קיין אוישוויץ, און דורך דעם באריכט זענען טויזענטע יודען געראטעוועט געווארן.
זייער אנטלויף איבערצוגעבן דעם באריכט
נאכ'ן גוט אויספלאנירן זייער אנטלויפן, האבן זיי אנגעהויבן דערמיט אום ערב פסח י"ד ניסן ה'תש"ד 7טן אפריל 1944. ווען זיי זענען געווען ביים טעגליכע ארבעט אינדרויסן פון די באראקען לאגער, איז געווען דארט א הויפען קלעצער, וואס איז שוין געלעגן דארט א שטיק צייט. און מיט די הילף פון פריינד האבן זיי זיך פארשטעקט אין א לאך אונטער דריי שיכט פון די העלצער, און זיי זענען געווען באשמירט מיט רוסישע טאבאק שטויב און בענזין, אזוי אז די הונט זאל זיי נישט קענען דערשפירן.
נאכ'ן פערטן טאג וואס מ'האט זיי געזוכט, און זיי האבן געוואוסט לויט אפגעשמועסטע צייכענס פון פריינד, אז מ'זוכט זיי שוין נישט. אבער דאן זענען ווידער די וועכטער געקומען זוכן ביי די האלץ, און שוין אויך אראפגענומען צוויי שיכטן האלץ, אבער דאן האט פלוצלינג אנגעהויבן קלונגען די סירענע, און זיי זענען אוועקגעגאנגען פון דארט.
דאן איז שוין געווארן נאכט, און די צוויי באהאלטענע האבן פראבירט אויפהייבן די האלץ, אבער זענען געווען צו שוואך דערצו; אבער מיט אומ'געווענליכע קרעפטן האבן זיי דאס געריקט און זיך ארויסגעשלייכט פון דארט, און אנגעהויבן לויפן, און אזוי געלאפן אומגעפער אכציג מייל - דורך וועלדער און דערפער. זיי האבן געהאט ווייניג הילף פון די פויער'טעס אונטערוועגנס, אבער זיי האבן יא אנגעטראפן פארטיזאנער, וואס האבן זיי געהאלפן אין וועג, ביז זיי האבן דערגרייכט די גרעניץ פון סלאוואקיע.
דאס ערשטע זאך האבן זיי געזוכט ווי ס'איז די קאבינעט פון די יודישע אנפירער אין שטאט, מיט'ן ציל איבערצוגעבן דעם קריטישע מעלדונג און היסטארישע עדות'שאפט.
אום יוני 1944 האט דאס באריכט שוין זיכער דערגרייכט צו די אמעריקאנער, וואס האבן מיט דעם אלעם נישט באמבאדירט אוישוויץ, מיט זייערע אויסריידן. אבער די ציל פון די באריכט ברענגער איז געווען מער געצילט, אנצווארפן א שרעק אויף די געבליבענע מיליאן אונגארישע יודען, אז זיי זאלן זיך נישט לאזן פירן לייכט צום שחיטה.
דעטאלען וועגן דעם באריכט
אום מאי 1944, ביים אנקומען צום אפיס פון די ציוניסטישע פירער אין אונגארן, האבן זיי אנגעהויבן פארציילן אויף וואס זיי זענען דא געקומען, און פון וואו זיי קומען.
ס'דא וואס זאגן אז מ'האט זיי נישט אינגאנצן געגלייבט, און דעריבער האט מען זיי גענומען אויף א קרייץ פארהער, און נאכן גוט אויספרעגן און אפשרייבן זייערע עדות אויף פערציג בלעטער, מיט גאר פול דעטאלן, האט מען עס פראבירט שיקן צו אנדערע אפיסעס פון די יודישע פירער.
אבער פאר'ן יודישער פאבליקום האבן די ציוניסטישע פירער דארט, עס אין פאקט נישט ארויסגעגעבן.
דרויסנדיגע לינקס
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!