אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:דינאוו"
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ") |
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע") |
||
(איין צווישנדיגע ווערסיע פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן) | |||
שורה 35: | שורה 35: | ||
* [[דינוב (חסידות)]] | * [[דינוב (חסידות)]] | ||
== | ==דרויסנדיגע לינקס== | ||
* [http://www.dynow.pl אפיציעלער שטאט וועבבלאט] | * [http://www.dynow.pl אפיציעלער שטאט וועבבלאט] | ||
שורה 48: | שורה 48: | ||
[[קאַטעגאָריע:גאליציע]] | [[קאַטעגאָריע:גאליציע]] | ||
[[קאַטעגאָריע:שטעטלעך]] | [[קאַטעגאָריע:שטעטלעך]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אידישע | [[קאַטעגאָריע:אידישע ישובים אין אייראפע]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:דינוב]] | [[he:דינוב]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 09:27, 8 יולי 2024
דינאוו | |
---|---|
לאַנד | פוילן |
געגנט | ריישע |
בירגערמייסטער | זיגמונד פראנטצאק |
שטח | 24.41 קוואדראט ק"מ |
באַפעלקערונג | 6058 (אין 2009) |
דינאוו (פּויליש: Dynów) איז א שטעטל אין ריישער פאוויאט, אונטערקארפאטישע וואיעוואדעשאפט, אסט-גאליציע, פוילן, מיט א באפעלקערונג פון 6,758 (02.06.2009).[1] דאס קליין שטעטעלע דינאוו ליגט אויף דעם ברעג פונעם טייך סאן, צופוסנס די קארפאטן בערג, די שטאט ריישע פון צפון זייט, און סאניק פון דרום זייט.
היסטאריע
כאטש דינאוו איז געווען א קליין דארפיש שטעטעלע, דאך איז עס שטארק באקאנט ביי דער אידישער באפעלקערונג, פון גוטן און פון בייזן. אין יאר ה'ת"ח ביי די גזירות ת"ח ות"ט האט עס דורכגעלעבט דעם ערשטן חורבן ווען כמעלניצקיס רויבער באנדעס האבן פארניכטעט כמעט דאס גאנצע שטעטל, נאכהער אין יאר ה'תקכ"ח האט עס ווידער מיט געמאכט א בלוטיגע שחיטה ווען ס'איז אומגעקומן איבער צוואנציג אידן, און אין דעם יאר ה'ת"ש פרייטאג דעם צווייטן טאג ראש השנה האבן די נאציס ימ"ש אומגעברענגט אלע אידן וואס זיי האבן דארט געטראפן הי"ד.
רבנים
דינאוו איז באקאנט געווארן אין דער יידישע וועלט דורך אירע בארימטע רבנים וואס זי האט פארמאגט:
- רבי שמואל א זון פון רבי אברהם פון טיטשין
- רבי משה יהושע העשל (נפטר - כ"ג אייר ה'תקע"ג).
- רבי יעקב צבי יאָליש (נפטר - ט' ניסן ה'תקפ"ה), פארפאסער פון ספר מלא הרועים אויף ש"ס און כללים
- רבי פנחס אריה, פון ה'תקפ"ט רב אין טורקא, (נפטר - כ"ז תשרי ה'תרי"ג), א זון פון רבי צבי הירש פון סאקאלאוו
- רבי צבי אלימלך שפירא (נפטר - י"ח טבת ה'תר"א), דער בני יששכר
- רבי דויד שפירא (נפטר - י"ט אדר ה'תרל"ד), פארפאסער פון ספר צמח דוד, א זון פון בני יששכר
- רבי ישעיה נפתלי הירץ שפירא (נפטר - ד' סיון ה'תרמ"ה), פארפאסער פון הנותן אמרי שפר, א זון פון צמח דוד
- רבי יוסף שפירא (נפטר - י"ז אדר א' ה'תרצ"ב), אן איידעם פון הנותן אמרי שפר
- רבי דוד שפירא (נפטר - כ"ו תשרי ה'תרצ"ג), א זון פון רבי יוסף שפירא
- רבי מנחם מענדל שפירא (אומגעקומען אויף קידוש השם - ט"ו שבט ה'תש"ב), א זון פון רבי דוד שפירא
זעט אויך
דרויסנדיגע לינקס
רעפערענצן
- ↑ "Population. Size and structure by territorial division" (PDF). © 1995-2009 Central Statistical Office 00-925 Warsaw, Al. Niepodległości 208. 2009-06-02. Archived from the original (PDF) on 2011-09-26. Retrieved 2009-06-22.
{{cite web}}
: External link in
(help)|publisher=
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!