אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו"
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע") |
|||
(24 מיטלסטע ווערסיעס פון 5 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע|"דגל מחנה אפרים", אייניקל פון בעש"ט (~ה'תק"ב–ה'תק"ס)}} | |||
{{אדמו"ר | {{אדמו"ר | ||
| נאמען = רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו | | נאמען = רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו | ||
שורה 4: | שורה 5: | ||
| בילד = ציונו של הדגל מחנה אפרים.jpg | | בילד = ציונו של הדגל מחנה אפרים.jpg | ||
| כיתוב = די ציון פון דער דגל מחנה אפרים | | כיתוב = די ציון פון דער דגל מחנה אפרים | ||
| געבורט ארט = [[ | | געבורט ארט = [[מעזשיבוזש]], [[אוקראינע]] | ||
| | | מקום קבורה = [[מעזשיבוזש]] | ||
| פטירה | | מדינה = [[פוילן-ליטא]] | ||
| תאריך פטירה עברי = [[י"ז אייר]] [[ה'תק"ס]] | |||
| רביס = [[בעש"ט]], [[רבי דוב בער פון מעזריטש]], [[רבי וואלף קיצעס]], [[רבי יעקב יוסף פון פולנאה]] | | רביס = [[בעש"ט]], [[רבי דוב בער פון מעזריטש]], [[רבי וואלף קיצעס]], [[רבי יעקב יוסף פון פולנאה]] | ||
| ספרים = [[דגל מחנה אפרים]] | | ספרים = [[דגל מחנה אפרים]] | ||
| | | טאטע = [[רבי יחיאל אשכנזי]] | ||
| | | מאמע = [[אדל]] טאכטער פון בעל שם טוב | ||
}} | }} | ||
[[ | [[טעקע:sedilkov.jpg|שמאל|ממוזער|250px|די בית המדרש אין סדילקאוו]] | ||
'''רבי | '''רבי משה חיים אפרים (דער "דגל") פון [[סדילקאוו]]''', (בערך [[ה'תק"ב]] – [[י"ז אייר]] [[ה'תק"ס]]), איז געווען אן אייניקל פון דעם [[בעל שם טוב]], פון זיינע ממשיכים, און פון די ערשטע צו שרייבן [[חסידות|חסיד'ישע]] ספרים. | ||
== ביאגראפיע == | ==ביאגראפיע== | ||
געבוירן צו [[רבי יחיאל אשכנזי|רבי יחיאל מיכל אשכנזי]] און [[אדל | רבי אפרים איז געבוירן צו [[רבי יחיאל אשכנזי|רבי יחיאל מיכל אשכנזי]] און [[אדל די טאכטער פון בעל שם טוב]], אין שטאט [[מעזשיבוזש]] וואו זיין זיידע האט געוואוינט. איבער דאס יאָר פון זיין געבורט זענען פארהאן עטליכע מיינונגען{{ביאור|די מיינונגען פון רבי אפרים'ס געבורט לויפן פון תצ"ז ביז תק"ח. אברהם כהנא שרייבט אין "ספר החסידות" אז ער איז געבוירן אין יאר [[ה'תק"ב]], [[שמואל אבא האראדעצקי]] שרייבט אין "החסידות והחסידים" אז ער איז געבוירן אין יאר [[ה'תק"ח]], ווידער אנדערע נעמען אן אז ער איז שוין געווען געבוירן אזוי פרי ווי [[ה'ת"ק]]{{הערה|שם=אורות|{{אקדמיה|מכון משכנות יעקב|דער הייליגער דגל|36440425|אורות|אייר תשע"ח}}}} אדער נאך פריער{{הערה|שמעון דובנוב, '''תולדות החסידות''', עמ' 205. ער דרינגט דאס אויף פונעם בעש"ט'ס בריוו געברענגט שפעטער, אז אין תק"י איז ער שוין געווען א חתן.}}{{הערה|זעט {{היברובוקס|שלמה אבי"ש|היכל הבעש"ט|65696|תשרי תשס"ד, הערה 23|page=120|קעפל=קורות־חייו המקוריים של הבעש"ט זי"ע (ב)|באנד=ד}}}}.}}. יונגערהייט האט אים זיין זיידע שוין אנגערופן: "נכדי החתן החשוב כ' אפרים עילוי גדול בתכלית הלימוד"{{ביאור|אין א בריוו צו זיין שוואגער [[רבי אברהם גרשון פון קיטוב]]. דער בריוו איז בערך פון יאר [[ה'תקי"ב]]. {{היברובוקס|דוד פרענקל|מכתבים מהבעש״ט ז״ל ותלמידיו|44004|לעמבערג תרפ"ג, ע' ד|page=5}}}}. לויט איין מקור איז ער א חתן געווארן מיט די טאכטער פון זיין פעטער [[רבי אברהם גרשון פון קיטוב]], אבער צוליב וואס ער איז ארויף קיין [[ארץ ישראל]] איז דער שידוך נישט צושטאנד געקומען{{הערה|{{היברובוקס|בריוו פון רבי יחיאל אשכנזי|מכתבים מהבעש״ט ז״ל ותלמידיו|44004|לעמבערג תרפ"ג, ע' ה|page=9}}. טייל זענען אבער מפקפק אין פארלעסליכקייט פון דעם בריוו, זעט: {{אקדמיה|מכון משכנות יעקב|דער הייליגער דגל|36440425|אורות|אייר תשע"ח}}}}. רבי אפרים האט למעשה חתונה געהאט צו פעסיל{{הערה|דגל מחנה אפרים, הוצאת "פאר מקדושים", בראש המחנה-פרקי תולדות, זעט דארט אן אריכות}}, אדער צו יענטא (אדער יענטל){{הערה|שם=אורות}}. | ||
נאך די פטירה פון זיין זיידן האט ער געלערנט ביי זיינע תלמידים: [[רבי דוב בער פון מעזריטש]], [[רבי וואלף קיצעס]], און בעיקר ביי [[רבי יעקב יוסף פון פולנאה]] דער 'תולדות'. רבי אפרים ווערט אבער נאך פאררעכנט ווי פונעם צווייטן דור פון חסידות, ווייל ער האט אליין מקבל געווען [[תורה]] פון זיין זיידן און ער ציטירט דירעקט זיינע ווערטער אין זיין ספר. | |||
דער דגל האט געדינט אלס [[רב]] און [[מגיד מישרים]] אין [[סדילקאוו]] וואס איז נעבן [[שפיטיווקא]] און נישט ווייט פון | דער דגל האט געדינט אלס [[רב]] און [[מגיד מישרים]] אין [[סדילקאוו]] וואס איז נעבן [[שפיטיווקא]] און נישט ווייט פון מעזשיבוזש זיין געבורטס ארט. ער האט דארט שטארק געליטן פון רדיפות צוליב די [[מתנגדים|התנגדות]] צו חסידות צוזאמען מיט ארעמקייט, צוליב וואס די קהילה האט אים נישט באזארגט זיין פרנסה{{הערה|שם=אורות}}. אין יאר תקמ"ח בערך איז ער צוריק צו זיין געבורטס ארט, וואו זיין ברודער [[רבי ברוך פון מעזשיבוזש]] האט געדינט אלס [[אדמו"ר|רבי]]; דער דגל פלעגט דערפאר דאווענען אין [[בית המדרש]] פון זיין זיידן. | ||
די ברידער זענען געווען זייער נאנט און עס האט געהערשט גרויס פריינדשאפט צווישן זיי, כאטש זיי האבן ביידע געפירט רעביסטווע אין זעלבן שטאט. רבי אפרים איז נישט ארויסגעשטאנען ביים לעבן אלס מנהיג פון א גרויסע קהילה, כאטש ער איז געווען באקאנט אלס דרשן; ווי זיין רבי דער [[תולדות יעקב יוסף]] איז זיין כח געווען גרעסער אין שרייבן ווי אין פירן א | די ברידער זענען געווען זייער נאנט און עס האט געהערשט גרויס פריינדשאפט צווישן זיי, כאטש זיי האבן ביידע געפירט רעביסטווע אין זעלבן שטאט. רבי אפרים איז נישט ארויסגעשטאנען ביים לעבן אלס מנהיג פון א גרויסע קהילה, כאטש ער איז געווען באקאנט אלס דרשן; ווי זיין רבי דער [[תולדות יעקב יוסף]] איז זיין כח געווען גרעסער אין שרייבן ווי אין פירן א געמיינדע. זיין ברודער, פון דער אנדערער זייט, האט געפירט א גרויסע קהילה, ער איז אסאך ארומגעפארן צו די פארשידענע שטעטלעך אין [[אוקראינע]] וואו זיינע חסידים האבן געוואוינט, און אסאך פון די [[מנהיג]]ים פון קומענדיגן דור אין חסידות האבן זיך געציילט צווישן זיינע תלמידים. | ||
אום [[י"ז אייר]], ערב [[ל"ג בעומר]] פון יאר [[ה'תק"ס]] (לויט אנדערע, [[ה'תקנ"ח]]{{הערה|שם=אורות}}), איז רבי משה חיים אפרים אוועק. ער איז באהאלטן געווארן אין אוהל פון זיין זיידן אין | אום [[י"ז אייר]], ערב [[ל"ג בעומר]] פון יאר [[ה'תק"ס]] (לויט אנדערע, [[ה'תקנ"ח]]{{הערה|שם=אורות}}), איז רבי משה חיים אפרים אוועק. ער איז באהאלטן געווארן אין אוהל פון זיין זיידן אין מעזשיבוזש. | ||
נאך זיין פטירה האבן זיינע זין נישט איבערגענומען זיין פירערשאפט אין | נאך זיין פטירה האבן זיינע זין נישט איבערגענומען זיין פירערשאפט אין מעזשיבוזש. נאך ביים לעבן האט זיין איידעם, רבי דוד הלוי איש הורוויץ, איבערגענומען זיין שטעלע אלס מגיד מישרים און אדמו"ר אין סדילקאָוו. | ||
== זיין ספר == | ==זיין ספר== | ||
{{ערך מורחב|דגל מחנה אפרים}} | {{ערך מורחב|דגל מחנה אפרים}} | ||
אין יאר | רבי אפרים האט איבערגעלאזט שריפטן פון זיינע דברי תורה, צווישן זיי פילע מאמרים וואס ער האט געהערט פון זיין זיידן דער בעל שם טוב. אין יאר תק"ע האט זיין זון רבי יעקב יחיאל פון קאריץ זיי געדרוקט, געבנדיג א נאמען פאר דעם [[ספר]] "דגל מחנה אפרים". דאָס ספר ווערט פאררעכנט אלס אַ ספר יסוד אין [[חסידות]]. | ||
== פאמיליע == | ==פאמיליע== | ||
* זיין טאכטער עטל, פרוי פון רבי דוד הלוי איש הורביץ פון סדילקאוו. | {{רשימת עץ}} | ||
** זיין איידעם רבי אריה לייב גוטמאן, זון פון רבי אברהם פון קאריסטשאוו{{ביאור|איידעם פון דער [[רבי מנחם נחום טווערסקי|מאור עינים]] פון [[טשערנאביל]].}}. | * רבי אפרים האט געהאט צוויי זין און צוויי טעכטער: | ||
*** זיין זון רבי ישראל, סדילקאווער רבי אין [[יאס]]. | ** זיין טאכטער עטל, פרוי פון רבי דוד הלוי איש הורביץ פון סדילקאוו{{הערה|בן אחר בן פון דער [[של"ה]]}}. | ||
* זיין זון רבי יצחק פון קאליס. | *** זיין איידעם רבי אריה לייב גוטמאן, זון פון רבי אברהם פון קאריסטשאוו{{ביאור|איידעם פון דער [[רבי מנחם נחום טווערסקי|מאור עינים]] פון [[טשערנאביל]].}}. | ||
** זיין איידעם רבי יעקב יוסף, זון פון [[רבי חיים פון טשערנאוויץ]] דער "באר מים חיים". | **** זיין זון רבי ישראל, סדילקאווער רבי אין [[יאס]]. | ||
** זיין איידעם רבי יוסף פון שפיטיווקא, אייניקל פון [[רבי פנחס קאריצער]] און [[רבי יעקב שמשון שעפעטיווקער]]. | ** זיין זון רבי יצחק אשכנזי פון קאליס. | ||
** זיין זון רבי יוסף יחיאל פון | *** זיין איידעם רבי יעקב יוסף, זון פון [[רבי חיים פון טשערנאוויץ]] דער "באר מים חיים". | ||
* זיין זון רבי יעקב יחיאל פון קאריץ. | *** זיין איידעם רבי יוסף פון שפיטיווקא, אייניקל פון [[רבי פנחס קאריצער]] און [[רבי יעקב שמשון שעפעטיווקער]]. | ||
** זיין איידעם רבי לייבוש פון [[כמעלניצקי]]. | *** זיין זון רבי יוסף יחיאל פון מעזשיבוזש, איידעם פון רבי חנינא ליפא פון כמעלניק. ער איז געווען געשעצט ביי [[רבי ישראל פון רוזשין]]. | ||
* זיין איידעם רבי יוסף פון וואלאטשיסק, א זון פון [[רבי מרדכי פון קרעמניץ]] וועלכער איז געווען דער יונגסטער זון פון [[רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב]]. | ** זיין זון רבי יעקב יחיאל פון קאריץ. | ||
*** זיין איידעם רבי לייבוש פון [[כמעלניצקי]]. | |||
** זיין איידעם רבי יוסף פון וואלאטשיסק, א זון פון [[רבי מרדכי פון קרעמניץ]] וועלכער איז געווען דער יונגסטער זון פון [[רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב]]. | |||
היינט דינען צוויי פון זיינע אייניקלעך אלס רבי'ס פון סדילקאוו: רבי אריה לייב גלאנץ אין [[מאנסי]], [[ניו יארק]]; און רבי אריה וואהל פון סדילקאוו אין [[בית שמש]]. | היינט דינען צוויי פון זיינע אייניקלעך אלס רבי'ס פון סדילקאוו: רבי אריה לייב גלאנץ אין [[מאנסי]], [[ניו יארק]]; און רבי אריה וואהל פון סדילקאוו אין [[בית שמש]]. | ||
</div> | |||
==צו ליינען מער== | ==צו ליינען מער== | ||
* | *{{אקדמיה|מכון משכנות יעקב|דער הייליגער דגל|36440425|אורות|אייר תשע"ח}} | ||
*{{דעת|אברהם כהנא|daat/history/hasidut/kahana8-2.htm|רבי משה חיים אפרים ב"ר יחיאל בעל "דגל מחנה אפרים", אין "ספר החסידות" ([[ווארשע]] [[ה'תרפ"ב]])}} | |||
*{{אקדמיה|שמואל גרובער|זרע קודש מחצבתה צאצאי רבינו הבעל שם טוב שמונה דורות מהדורה שניה|102317657||}} | |||
== | ==דרויסנדיגע לינקס== | ||
* {{אייוועלט|רבי משה חיים אפרים מסאדילקוב 'הדגל' י"ז אייר תק"ס | *{{אייוועלט|7647|רבי משה חיים אפרים מסאדילקוב 'הדגל' י"ז אייר תק"ס}} | ||
== נאטיצן == | ==נאטיצן== | ||
{{ביאורים}} | {{ביאורים}} | ||
== רעפערענצן == | ==רעפערענצן== | ||
{{רעפערענצן}} | {{רעפערענצן}} | ||
שורה 67: | שורה 69: | ||
[[קאַטעגאָריע:תלמידי בעש"ט]] | [[קאַטעגאָריע:תלמידי בעש"ט]] | ||
[[קאַטעגאָריע:מחברי ספרי חסידות]] | [[קאַטעגאָריע:מחברי ספרי חסידות]] | ||
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]] | [[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]] | ||
{{מיון רגיל: משה חיים אפרים}} | |||
[[HE:רבי משה חיים אפרים מסדילקוב]] | [[HE:רבי משה חיים אפרים מסדילקוב]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 08:22, 8 יולי 2024
די ציון פון דער דגל מחנה אפרים | |
געבורט | מעזשיבוזש, אוקראינע |
---|---|
פטירה | י"ז אייר ה'תק"ס |
מקום קבורה | מעזשיבוזש |
מדינה | פוילן-ליטא |
רבי'ס | בעש"ט, רבי דוב בער פון מעזריטש, רבי וואלף קיצעס, רבי יעקב יוסף פון פולנאה |
ספרים | דגל מחנה אפרים |
טאטע | רבי יחיאל אשכנזי |
מאמע | אדל טאכטער פון בעל שם טוב |
רבי משה חיים אפרים (דער "דגל") פון סדילקאוו, (בערך ה'תק"ב – י"ז אייר ה'תק"ס), איז געווען אן אייניקל פון דעם בעל שם טוב, פון זיינע ממשיכים, און פון די ערשטע צו שרייבן חסיד'ישע ספרים.
ביאגראפיע
רבי אפרים איז געבוירן צו רבי יחיאל מיכל אשכנזי און אדל די טאכטער פון בעל שם טוב, אין שטאט מעזשיבוזש וואו זיין זיידע האט געוואוינט. איבער דאס יאָר פון זיין געבורט זענען פארהאן עטליכע מיינונגען[א]. יונגערהייט האט אים זיין זיידע שוין אנגערופן: "נכדי החתן החשוב כ' אפרים עילוי גדול בתכלית הלימוד"[ב]. לויט איין מקור איז ער א חתן געווארן מיט די טאכטער פון זיין פעטער רבי אברהם גרשון פון קיטוב, אבער צוליב וואס ער איז ארויף קיין ארץ ישראל איז דער שידוך נישט צושטאנד געקומען[4]. רבי אפרים האט למעשה חתונה געהאט צו פעסיל[5], אדער צו יענטא (אדער יענטל)[1].
נאך די פטירה פון זיין זיידן האט ער געלערנט ביי זיינע תלמידים: רבי דוב בער פון מעזריטש, רבי וואלף קיצעס, און בעיקר ביי רבי יעקב יוסף פון פולנאה דער 'תולדות'. רבי אפרים ווערט אבער נאך פאררעכנט ווי פונעם צווייטן דור פון חסידות, ווייל ער האט אליין מקבל געווען תורה פון זיין זיידן און ער ציטירט דירעקט זיינע ווערטער אין זיין ספר.
דער דגל האט געדינט אלס רב און מגיד מישרים אין סדילקאוו וואס איז נעבן שפיטיווקא און נישט ווייט פון מעזשיבוזש זיין געבורטס ארט. ער האט דארט שטארק געליטן פון רדיפות צוליב די התנגדות צו חסידות צוזאמען מיט ארעמקייט, צוליב וואס די קהילה האט אים נישט באזארגט זיין פרנסה[1]. אין יאר תקמ"ח בערך איז ער צוריק צו זיין געבורטס ארט, וואו זיין ברודער רבי ברוך פון מעזשיבוזש האט געדינט אלס רבי; דער דגל פלעגט דערפאר דאווענען אין בית המדרש פון זיין זיידן.
די ברידער זענען געווען זייער נאנט און עס האט געהערשט גרויס פריינדשאפט צווישן זיי, כאטש זיי האבן ביידע געפירט רעביסטווע אין זעלבן שטאט. רבי אפרים איז נישט ארויסגעשטאנען ביים לעבן אלס מנהיג פון א גרויסע קהילה, כאטש ער איז געווען באקאנט אלס דרשן; ווי זיין רבי דער תולדות יעקב יוסף איז זיין כח געווען גרעסער אין שרייבן ווי אין פירן א געמיינדע. זיין ברודער, פון דער אנדערער זייט, האט געפירט א גרויסע קהילה, ער איז אסאך ארומגעפארן צו די פארשידענע שטעטלעך אין אוקראינע וואו זיינע חסידים האבן געוואוינט, און אסאך פון די מנהיגים פון קומענדיגן דור אין חסידות האבן זיך געציילט צווישן זיינע תלמידים.
אום י"ז אייר, ערב ל"ג בעומר פון יאר ה'תק"ס (לויט אנדערע, ה'תקנ"ח[1]), איז רבי משה חיים אפרים אוועק. ער איז באהאלטן געווארן אין אוהל פון זיין זיידן אין מעזשיבוזש.
נאך זיין פטירה האבן זיינע זין נישט איבערגענומען זיין פירערשאפט אין מעזשיבוזש. נאך ביים לעבן האט זיין איידעם, רבי דוד הלוי איש הורוויץ, איבערגענומען זיין שטעלע אלס מגיד מישרים און אדמו"ר אין סדילקאָוו.
זיין ספר
רבי אפרים האט איבערגעלאזט שריפטן פון זיינע דברי תורה, צווישן זיי פילע מאמרים וואס ער האט געהערט פון זיין זיידן דער בעל שם טוב. אין יאר תק"ע האט זיין זון רבי יעקב יחיאל פון קאריץ זיי געדרוקט, געבנדיג א נאמען פאר דעם ספר "דגל מחנה אפרים". דאָס ספר ווערט פאררעכנט אלס אַ ספר יסוד אין חסידות.
פאמיליע
- רבי אפרים האט געהאט צוויי זין און צוויי טעכטער:
- זיין טאכטער עטל, פרוי פון רבי דוד הלוי איש הורביץ פון סדילקאוו[6].
- זיין זון רבי יצחק אשכנזי פון קאליס.
- זיין איידעם רבי יעקב יוסף, זון פון רבי חיים פון טשערנאוויץ דער "באר מים חיים".
- זיין איידעם רבי יוסף פון שפיטיווקא, אייניקל פון רבי פנחס קאריצער און רבי יעקב שמשון שעפעטיווקער.
- זיין זון רבי יוסף יחיאל פון מעזשיבוזש, איידעם פון רבי חנינא ליפא פון כמעלניק. ער איז געווען געשעצט ביי רבי ישראל פון רוזשין.
- זיין זון רבי יעקב יחיאל פון קאריץ.
- זיין איידעם רבי לייבוש פון כמעלניצקי.
- זיין איידעם רבי יוסף פון וואלאטשיסק, א זון פון רבי מרדכי פון קרעמניץ וועלכער איז געווען דער יונגסטער זון פון רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב.
היינט דינען צוויי פון זיינע אייניקלעך אלס רבי'ס פון סדילקאוו: רבי אריה לייב גלאנץ אין מאנסי, ניו יארק; און רבי אריה וואהל פון סדילקאוו אין בית שמש.
צו ליינען מער
- מכון משכנות יעקב, דער הייליגער דגל, אורות, אייר תשע"ח, אויף Academia.edu
- אברהם כהנא, רבי משה חיים אפרים ב"ר יחיאל בעל "דגל מחנה אפרים", אין "ספר החסידות" (ווארשע ה'תרפ"ב), אויף "דעת"
- שמואל גרובער, זרע קודש מחצבתה צאצאי רבינו הבעל שם טוב שמונה דורות מהדורה שניה, אויף Academia.edu
דרויסנדיגע לינקס
- "רבי משה חיים אפרים מסאדילקוב 'הדגל' י"ז אייר תק"ס", אשכול אויף אייוועלט
נאטיצן
- ↑ די מיינונגען פון רבי אפרים'ס געבורט לויפן פון תצ"ז ביז תק"ח. אברהם כהנא שרייבט אין "ספר החסידות" אז ער איז געבוירן אין יאר ה'תק"ב, שמואל אבא האראדעצקי שרייבט אין "החסידות והחסידים" אז ער איז געבוירן אין יאר ה'תק"ח, ווידער אנדערע נעמען אן אז ער איז שוין געווען געבוירן אזוי פרי ווי ה'ת"ק[1] אדער נאך פריער[2][3].
- ↑ אין א בריוו צו זיין שוואגער רבי אברהם גרשון פון קיטוב. דער בריוו איז בערך פון יאר ה'תקי"ב. דוד פרענקל, מכתבים מהבעש״ט ז״ל ותלמידיו, לעמבערג תרפ"ג, ע' ד
- ↑ איידעם פון דער מאור עינים פון טשערנאביל.
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 1.2 1.3 מכון משכנות יעקב, דער הייליגער דגל, אורות, אייר תשע"ח, אויף Academia.edu
- ↑ שמעון דובנוב, תולדות החסידות, עמ' 205. ער דרינגט דאס אויף פונעם בעש"ט'ס בריוו געברענגט שפעטער, אז אין תק"י איז ער שוין געווען א חתן.
- ↑ זעט שלמה אבי"ש, "קורות־חייו המקוריים של הבעש"ט זי"ע (ב)", היכל הבעש"ט ד, תשרי תשס"ד, הערה 23
- ↑ בריוו פון רבי יחיאל אשכנזי, מכתבים מהבעש״ט ז״ל ותלמידיו, לעמבערג תרפ"ג, ע' ה. טייל זענען אבער מפקפק אין פארלעסליכקייט פון דעם בריוו, זעט: מכון משכנות יעקב, דער הייליגער דגל, אורות, אייר תשע"ח, אויף Academia.edu
- ↑ דגל מחנה אפרים, הוצאת "פאר מקדושים", בראש המחנה-פרקי תולדות, זעט דארט אן אריכות
- ↑ בן אחר בן פון דער של"ה