אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי מרדכי בנעט"
ק (←באשרייבונגען פון מהר"ם באנעט: טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: , ← ,) |
ק (החלפת טקסט – "סיגעט" ב־"סיגוט") |
||
(10 מיטלסטע ווערסיעס פון 4 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
[[בילד:MarkusBenedikt.jpg|קליין|רבי מרדכי באנעט, אבד"ק ניקאלשבורג]] | [[בילד:MarkusBenedikt.jpg|קליין|רבי מרדכי באנעט, אבד"ק ניקאלשבורג]] | ||
רבי '''מרדכי בן ר' אברהם באנעט (מהר"ם בנעט)''' ([[ה'תקי"ג]] - [[י"ג אב]] [[ה'תקפ"ט]]) רב אין [[ניקאלשבורג]] און געווען הויפט רב אין מדינת [[מעהרן]] אונטער דעם קעניגרייך פון [[פראנץ יאזעף דער צווייטער]], וואס זיין מלכות איז געווען אין וויען, און האט געוועלטיגט אויף | רבי '''מרדכי בן ר' אברהם באנעט (מהר"ם בנעט)''' ([[ה'תקי"ג]] - [[י"ג אב]] [[ה'תקפ"ט]]) רב אין [[ניקאלשבורג]] און געווען הויפט רב אין מדינת [[מעהרן]] אונטער דעם קעניגרייך פון [[פראנץ יאזעף דער צווייטער]], וואס זיין מלכות איז געווען אין וויען, און האט געוועלטיגט אויף עטליכע מדינות, היינט איז ניקאלשבורג אין [[טשעכיי]]. | ||
==זיין יוגנט== | ==זיין יוגנט== | ||
מהר"ם באנעט איז געבוירן אין דארף [[שורגע]], [[אונגארן]]. זיין טאטע האט געהייסן ר' אברהם ביה"א (ר"ת בן יהודה אשכנזי) און איז געווען א בן-אחר-בן אייניקל פון ה"חכם צבי" ר' [[צבי הירש אשכנזי]]. זיין מאמע מרת פראדל איז געווען א טאכטער פון די רבני באנעט פון ניקאלשבורג, וואס לאנגע דורות איז פון דער משפחה געווען רבנים אין ניקאלשבורג. | מהר"ם באנעט איז געבוירן אין דארף [[שורגע]], [[אונגארן]]. זיין טאטע האט געהייסן ר' אברהם ביה"א (ר"ת בן יהודה אשכנזי) און איז געווען א בן-אחר-בן אייניקל פון ה"חכם צבי" ר' [[צבי הירש אשכנזי]]. זיין מאמע מרת פראדל איז געווען א טאכטער פון די רבני באנעט פון ניקאלשבורג, וואס לאנגע דורות איז פון דער משפחה געווען רבנים אין ניקאלשבורג. | ||
אויך איז זי געווען אן אייניקל פון | אויך איז זי געווען אן אייניקל פון [[רבי נפתלי כ"ץ]] פון [[פוזנא]] בעל "סמיכת חכמים". דער מהר"ם באנעט האט געשטאמט פון כל גדולי ישראל, הראשונים, תוס' יו"ט, מהר"ל מפראג, רבי ר' העשיל פון קראקא, רבינו מרדכי בעל הלבושים, מהר"ם פאדווא, רבינו שלום שכנא מלובלין, מהרש"ל, ר' אליעזר בעל מעשי השם, תבואות שור הראשון, ר' יונה בעל או"ה הארוך, שו"ת מהר"י ווייל, ר' זרחי' הלוי בעל המאור, רא"ש, ראב"ן, בעל הערוך, [[ריב"ן]] חתן [[רש"י]], און נאך. (אזוי ווי עס איז געדרוקט באריכות אין זיינע ספרים) | ||
פון די פינף יאר איז ער אויפגעצויגן געווארן ביי דער באבען באנעט אין ניקאלשבורג; האט ער פון דארט באקומען דעם נאמען באנעט אנשטאט אשכנזי. | פון די פינף יאר איז ער אויפגעצויגן געווארן ביי דער באבען באנעט אין ניקאלשבורג; האט ער פון דארט באקומען דעם נאמען באנעט אנשטאט אשכנזי. | ||
אלס קינד איז ער שוין פאררעכנט געווען פאר א [[עילוי]], און א עושר ר' גבריאל מארקברייטער האט אים אויסגעהאלטן מיט אלע הוצאות אלס קינד. ביי דער עלטער פון עלף האט מען אים געשיקט לערנען אין דער [[ישיבה]] פון | אלס קינד איז ער שוין פאררעכנט געווען פאר א [[עילוי]], און א עושר ר' גבריאל מארקברייטער האט אים אויסגעהאלטן מיט אלע הוצאות אלס קינד. ביי דער עלטער פון עלף האט מען אים געשיקט לערנען אין דער [[ישיבה]] פון [[רבי יעקב קאצנעלנבויגן]] אין [[איטינגען]], [[בייערן]]. צו 15 יאר איז ער געגאנגען אין [[פירט]] ללמוד אצל [[רבי יוסף שטיינהרט]]. צו 18 יאר עבר ל[[פראג]], שם למד, בין השאר, אצל ה"נודע ביהודה" [[רבי יחזקאל לאנדא]]. | ||
ער איז געווען אן איידעם ביי הנגיד ר' גימפל פרוסטיץ פון ניקאלשבורג, ועבר ללמוד שם ביי | ער איז געווען אן איידעם ביי הנגיד ר' גימפל פרוסטיץ פון ניקאלשבורג, ועבר ללמוד שם ביי [[רבי שמואל שמעלקא הורוויץ (ניקלשבורג)|רבי שמואל שמעלקא הורוויץ]], מראשי ה[[חסידות]] ורב המקום. | ||
לויטן מסורת ביי חסידים, פון א יונגן עלטער נהג בפרישות, בתעניות ובסגפנות, ביז דער [[רבי אלימלך פון ליזענסק]] נזף בו על שהוא מסתגף ומאז הוא רק צמצם במאכלו. | לויטן מסורת ביי חסידים, פון א יונגן עלטער נהג בפרישות, בתעניות ובסגפנות, ביז דער [[רבי אלימלך פון ליזענסק]] נזף בו על שהוא מסתגף ומאז הוא רק צמצם במאכלו. | ||
==זיין רבנות== | ==זיין רבנות== | ||
אין שנת תקל"ח איז ער אויפגענומען געווארן אלס [[דיין]] אין [[ניקאלשבורג]] ווען | אין שנת תקל"ח איז ער אויפגענומען געווארן אלס [[דיין]] אין [[ניקאלשבורג]] ווען [[רבי שמואל שמעלקא הורוויץ (ניקלשבורג)|שמעלקא]] פון ניקאלשבורג איז געווען דארט רב. יענע יאר איז נסתלק געווארן דער רבי ר' שמעלקא, און הגה"ק ר' גרשון חיות איז געווארן רב אין ניקאלשבורג. שפעטער איז ר' מרדכי אויפגענומען געווארען אלס רב אין [[לונדענבארג]] ([[מעהרין]]), דארט איז ער געווען רב אנדערהאלבן יאר, נאך איז ער געווען רב איין יאר אין [[שוסבורג]] אין מדינת [[אונגארן]]. אין שנת תקמ"ט, איז נפטר געווארן הגאון ר' גרשון חיות, צום הספד זענען צוזאמען געקומען אלע רבנים, גלייך נאך זיין הספד, האט גאנץ קהל אויס געשריגן "מזל טוב" מ'האט אים אויפגענומען פאר רב אין ניקאלשבורג און גאנץ מדינת מעהרין. | ||
ער האט געפירט דארט א ישיבה וואס שטענדיג פלעגט דארט זיין מער ווי פיר הונדערט תלמידים. ער האט געפירט דאס רבנות אין ניקאלשבורג א משך פון 40 יאר, ביז זיין פטירה. | ער האט געפירט דארט א ישיבה וואס שטענדיג פלעגט דארט זיין מער ווי פיר הונדערט תלמידים. ער האט געפירט דאס רבנות אין ניקאלשבורג א משך פון 40 יאר, ביז זיין פטירה. | ||
שורה 26: | שורה 26: | ||
מהר"ם באנעט, האט לוחם געווען אנקעגען לערנען מיט תלמידי הישיבות חכמות חיצוניות. | מהר"ם באנעט, האט לוחם געווען אנקעגען לערנען מיט תלמידי הישיבות חכמות חיצוניות. | ||
מהר"ם באנעט, איז געווען אנערקענט פון דעם קייסער אלץ הויפט רב, האט ער דאס אויסגעניצט צו ראטעווען אידן, אסאך שלעכטע גזירות האט ער אפגעשלאגן, און באפרייט פארשפארטע אידן, אויך האט ער געראטעוועט די חסידים אין [[גאליציע]] פון די מסירות פון מתנגדים (לויט דער פערזענליכער בקשה צו אים פון הגה"ק ר' [[נפתלי צבי הורוויץ|נפתלי מראפשיץ]]) וואס זענען אויך געווען אונטער דעם מלכות פון פראנץ יאזעף דער צווייטער. | מהר"ם באנעט, איז געווען אנערקענט פון דעם קייסער אלץ הויפט רב, האט ער דאס אויסגעניצט צו ראטעווען אידן, אסאך שלעכטע גזירות האט ער אפגעשלאגן, און באפרייט פארשפארטע אידן, אויך האט ער געראטעוועט די חסידים אין [[גאליציע]] פון די מסירות פון מתנגדים (לויט דער פערזענליכער בקשה צו אים פון הגה"ק ר' [[רבי נפתלי צבי הורוויץ|נפתלי מראפשיץ]]) וואס זענען אויך געווען אונטער דעם מלכות פון פראנץ יאזעף דער צווייטער. | ||
כדי זיך צו קענען שטעלן פאר דעם קייסער און פאר די שרים האט אויסגעפעלט ער זאל קענען פארשידענע חכמות, און די ריכטיגע שפראך וויאזוי צו רעדן צו זיי, מיט זיין גאונישן קאפ, האט אין א קורצער צייט דורעכגעקוקט די נויטיגע פאפירן, און ער האט שוין ריכטיג געוואוסט אלץ וואס ער האט געדארפט פאר זיין השתדלות. | כדי זיך צו קענען שטעלן פאר דעם קייסער און פאר די שרים האט אויסגעפעלט ער זאל קענען פארשידענע חכמות, און די ריכטיגע שפראך וויאזוי צו רעדן צו זיי, מיט זיין גאונישן קאפ, האט אין א קורצער צייט דורעכגעקוקט די נויטיגע פאפירן, און ער האט שוין ריכטיג געוואוסט אלץ וואס ער האט געדארפט פאר זיין השתדלות. | ||
שורה 37: | שורה 37: | ||
אין דרשות חת"ס ח"ב דף שפ"ג, וז"ל, הגאון נר ישראל מו"ה מרדכי באנעט זצ"ל ... '''כי הי' אב לישראל ובן יחיד לשכינתא קדישא'''. | אין דרשות חת"ס ח"ב דף שפ"ג, וז"ל, הגאון נר ישראל מו"ה מרדכי באנעט זצ"ל ... '''כי הי' אב לישראל ובן יחיד לשכינתא קדישא'''. | ||
עס ווערט דערציילט, אז מהר"ם באנעט האט גזעגאט אין חלום פאר זיין | עס ווערט דערציילט, אז מהר"ם באנעט האט גזעגאט אין חלום פאר זיין זון, אז די סיבה איז געווען, ווייל אלס בחור, איז ער געווען א חתן צו דער טאכטער פון רב אין ליטענשטאט, און שידוך איז אפגעלאפען ווייל די כלה איז נישט געווען א געזונטע, די כלה האט נישט מוחל געווען בלב שלם, פאר דעם האט געמוזט ליגן לעבן איר פאר האלבע יאהר. | ||
פאר ער איז נסתלק געווארן, האט מען אים געפרעגט: ווער זאל זיין ממלא מקום, האט דער מהר"ם באנעט געענטפערט: דער שמש, די פרעגער האבען געמיינט אז תקיף ליה עלמא, ווייל זיי האבן נישט פארשטאנען וואס ער האט געמיינט צו זאגן. אבער נאך דעם האלבן יאר וואס ער איז געליגן אין ליטענשטאט, און נאכן פסק האט מען געעפנט דעם קבר, און ארויס גענומען דעם נפטר, פלוצלונג איז דער געטרייער שמש צוזאמען געפאלן און גלייך נפטר געווארן, איז מען מסופק געווען אויב מ'מעג אים לייגן בתוך קברו הקדוש פון הייליגן רב, האט מען זיך דערמאנט אז דער רב האט געזאגט: אז דער שמש וועט זיין ממלא מקום, ממילא האט מען פארשטאנען זיין כוונה, און מ'האט טאקע דארט געלייגט דעם שמש. | פאר ער איז נסתלק געווארן, האט מען אים געפרעגט: ווער זאל זיין ממלא מקום, האט דער מהר"ם באנעט געענטפערט: דער שמש, די פרעגער האבען געמיינט אז תקיף ליה עלמא, ווייל זיי האבן נישט פארשטאנען וואס ער האט געמיינט צו זאגן. אבער נאך דעם האלבן יאר וואס ער איז געליגן אין ליטענשטאט, און נאכן פסק האט מען געעפנט דעם קבר, און ארויס גענומען דעם נפטר, פלוצלונג איז דער געטרייער שמש צוזאמען געפאלן און גלייך נפטר געווארן, איז מען מסופק געווען אויב מ'מעג אים לייגן בתוך קברו הקדוש פון הייליגן רב, האט מען זיך דערמאנט אז דער רב האט געזאגט: אז דער שמש וועט זיין ממלא מקום, ממילא האט מען פארשטאנען זיין כוונה, און מ'האט טאקע דארט געלייגט דעם שמש. | ||
שורה 44: | שורה 44: | ||
==זיינע תלמידים== | ==זיינע תלמידים== | ||
* | * [[רבי שמחה בונם באנהארד|שמחה בונים פון פרשיסחא]] | ||
* | * [[רבי יהודה אסאד]] אבד"ק סערעדהעלי בעהמח"ס יהודה יעלה | ||
* | * [[רבי שלמה קוועטש]] ממלא מקומו אין נילקשבורג, בעהמח"ס חכמת שלמה | ||
* בנו | * בנו [[רבי ישעיה בנעט]], אבד"ק [[קאלוב]] וגלילות סאלבאטש | ||
* בנו | * בנו [[רבי נפתלי באנעט]], אבד"ק [[שאפא]] | ||
* קרובו | * קרובו [[רבי מנחם מנדל באנעט]], דיין ב[[פאקש]] (אונגארן) | ||
* קרובו | * קרובו [[רבי משה מרדכי באנעט]], אב"ד [[שטאמפי]] ([[סלאוואקיי]]) | ||
* [[רבי צבי הירש אפנהיים]], אבד"ק [[טעמעשוואר]] | * [[רבי צבי הירש אפנהיים]], אבד"ק [[טעמעשוואר]] | ||
* רבי שמואל זאנוויל כהנא פון [[ | * רבי שמואל זאנוויל כהנא פון [[סיגוט]], איידעם פון [[רבי יהודה כהנא]] בעל [[קונטרס הספיקות]], רב אין [[סיגוט]], און שווער פון [[רבי יהודה מודרן]] בעל [[זכרון שמואל]] פון [[סיגוט]]. | ||
==זיינע ספרים== | ==זיינע ספרים== | ||
שורה 79: | שורה 79: | ||
[[קאַטעגאָריע:רבני טשעכיי]] | [[קאַטעגאָריע:רבני טשעכיי]] | ||
[[קאַטעגאָריע:מחברי ספרים]] | [[קאַטעגאָריע:מחברי ספרים]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:מרדכי בנט]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 12:40, 7 יולי 2024
רבי מרדכי בן ר' אברהם באנעט (מהר"ם בנעט) (ה'תקי"ג - י"ג אב ה'תקפ"ט) רב אין ניקאלשבורג און געווען הויפט רב אין מדינת מעהרן אונטער דעם קעניגרייך פון פראנץ יאזעף דער צווייטער, וואס זיין מלכות איז געווען אין וויען, און האט געוועלטיגט אויף עטליכע מדינות, היינט איז ניקאלשבורג אין טשעכיי.
זיין יוגנט
מהר"ם באנעט איז געבוירן אין דארף שורגע, אונגארן. זיין טאטע האט געהייסן ר' אברהם ביה"א (ר"ת בן יהודה אשכנזי) און איז געווען א בן-אחר-בן אייניקל פון ה"חכם צבי" ר' צבי הירש אשכנזי. זיין מאמע מרת פראדל איז געווען א טאכטער פון די רבני באנעט פון ניקאלשבורג, וואס לאנגע דורות איז פון דער משפחה געווען רבנים אין ניקאלשבורג.
אויך איז זי געווען אן אייניקל פון רבי נפתלי כ"ץ פון פוזנא בעל "סמיכת חכמים". דער מהר"ם באנעט האט געשטאמט פון כל גדולי ישראל, הראשונים, תוס' יו"ט, מהר"ל מפראג, רבי ר' העשיל פון קראקא, רבינו מרדכי בעל הלבושים, מהר"ם פאדווא, רבינו שלום שכנא מלובלין, מהרש"ל, ר' אליעזר בעל מעשי השם, תבואות שור הראשון, ר' יונה בעל או"ה הארוך, שו"ת מהר"י ווייל, ר' זרחי' הלוי בעל המאור, רא"ש, ראב"ן, בעל הערוך, ריב"ן חתן רש"י, און נאך. (אזוי ווי עס איז געדרוקט באריכות אין זיינע ספרים)
פון די פינף יאר איז ער אויפגעצויגן געווארן ביי דער באבען באנעט אין ניקאלשבורג; האט ער פון דארט באקומען דעם נאמען באנעט אנשטאט אשכנזי.
אלס קינד איז ער שוין פאררעכנט געווען פאר א עילוי, און א עושר ר' גבריאל מארקברייטער האט אים אויסגעהאלטן מיט אלע הוצאות אלס קינד. ביי דער עלטער פון עלף האט מען אים געשיקט לערנען אין דער ישיבה פון רבי יעקב קאצנעלנבויגן אין איטינגען, בייערן. צו 15 יאר איז ער געגאנגען אין פירט ללמוד אצל רבי יוסף שטיינהרט. צו 18 יאר עבר לפראג, שם למד, בין השאר, אצל ה"נודע ביהודה" רבי יחזקאל לאנדא.
ער איז געווען אן איידעם ביי הנגיד ר' גימפל פרוסטיץ פון ניקאלשבורג, ועבר ללמוד שם ביי רבי שמואל שמעלקא הורוויץ, מראשי החסידות ורב המקום.
לויטן מסורת ביי חסידים, פון א יונגן עלטער נהג בפרישות, בתעניות ובסגפנות, ביז דער רבי אלימלך פון ליזענסק נזף בו על שהוא מסתגף ומאז הוא רק צמצם במאכלו.
זיין רבנות
אין שנת תקל"ח איז ער אויפגענומען געווארן אלס דיין אין ניקאלשבורג ווען שמעלקא פון ניקאלשבורג איז געווען דארט רב. יענע יאר איז נסתלק געווארן דער רבי ר' שמעלקא, און הגה"ק ר' גרשון חיות איז געווארן רב אין ניקאלשבורג. שפעטער איז ר' מרדכי אויפגענומען געווארען אלס רב אין לונדענבארג (מעהרין), דארט איז ער געווען רב אנדערהאלבן יאר, נאך איז ער געווען רב איין יאר אין שוסבורג אין מדינת אונגארן. אין שנת תקמ"ט, איז נפטר געווארן הגאון ר' גרשון חיות, צום הספד זענען צוזאמען געקומען אלע רבנים, גלייך נאך זיין הספד, האט גאנץ קהל אויס געשריגן "מזל טוב" מ'האט אים אויפגענומען פאר רב אין ניקאלשבורג און גאנץ מדינת מעהרין.
ער האט געפירט דארט א ישיבה וואס שטענדיג פלעגט דארט זיין מער ווי פיר הונדערט תלמידים. ער האט געפירט דאס רבנות אין ניקאלשבורג א משך פון 40 יאר, ביז זיין פטירה.
אין די הספדים שטייט, אז מהר"ם באנעט האט געקענט און איז געווען בקי בעל פה, אין ש"ס בבלי וירושלמי, און ארבע חלקי שלחן ערוך, זוהר הקדוש און ספרי קבלה, און נאך אסאך ספרים, וואס ער האט געקענט איבער זאגן בעל פה, אויסנווייניג.
אין תולדות ר' יהודה אסאד וואס איז געווען א תלמיד פון זיין ישיבה, ווערט דערציילט, אז ער האט באקומען רשות פון זיין רבי מהר"ם באנעט, צו לערנען קבלה.
מהר"ם באנעט, האט לוחם געווען אנקעגען לערנען מיט תלמידי הישיבות חכמות חיצוניות.
מהר"ם באנעט, איז געווען אנערקענט פון דעם קייסער אלץ הויפט רב, האט ער דאס אויסגעניצט צו ראטעווען אידן, אסאך שלעכטע גזירות האט ער אפגעשלאגן, און באפרייט פארשפארטע אידן, אויך האט ער געראטעוועט די חסידים אין גאליציע פון די מסירות פון מתנגדים (לויט דער פערזענליכער בקשה צו אים פון הגה"ק ר' נפתלי מראפשיץ) וואס זענען אויך געווען אונטער דעם מלכות פון פראנץ יאזעף דער צווייטער.
כדי זיך צו קענען שטעלן פאר דעם קייסער און פאר די שרים האט אויסגעפעלט ער זאל קענען פארשידענע חכמות, און די ריכטיגע שפראך וויאזוי צו רעדן צו זיי, מיט זיין גאונישן קאפ, האט אין א קורצער צייט דורעכגעקוקט די נויטיגע פאפירן, און ער האט שוין ריכטיג געוואוסט אלץ וואס ער האט געדארפט פאר זיין השתדלות.
מהר"ם באנעט האט לוחם געווען בתקיפות אנטקעגן אהרן חורינער און די נעאלאגן, אויך האט ער געשטערט דאס בויען א רעפארמער שול אין האמבורג. דאך שטייט אז ער איז געווען א רודף שלום, און זיך מונע געווען פון מחלוקת, אויך האט ער נישט צוגעלאזט מ'זאל איינפירן צו לערנען לימודי חול מיט קינדער אין חדר.
זיין שטארבן
אום י' אדר איז ער אריבער געפירט געווארן קיין ניקאלשבורג. אויך שטייט (בשו"ת חת"ס הנ"ל) אז דער מהר"ם באנעט האט געזאגט קודם פטירתו, אז אויב מ'וועט דארפן א ישועה, זאל מען קומען משטתח זיין אויף זיין קבר.
אין דרשות חת"ס ח"ב דף שפ"ג, וז"ל, הגאון נר ישראל מו"ה מרדכי באנעט זצ"ל ... כי הי' אב לישראל ובן יחיד לשכינתא קדישא.
עס ווערט דערציילט, אז מהר"ם באנעט האט גזעגאט אין חלום פאר זיין זון, אז די סיבה איז געווען, ווייל אלס בחור, איז ער געווען א חתן צו דער טאכטער פון רב אין ליטענשטאט, און שידוך איז אפגעלאפען ווייל די כלה איז נישט געווען א געזונטע, די כלה האט נישט מוחל געווען בלב שלם, פאר דעם האט געמוזט ליגן לעבן איר פאר האלבע יאהר.
פאר ער איז נסתלק געווארן, האט מען אים געפרעגט: ווער זאל זיין ממלא מקום, האט דער מהר"ם באנעט געענטפערט: דער שמש, די פרעגער האבען געמיינט אז תקיף ליה עלמא, ווייל זיי האבן נישט פארשטאנען וואס ער האט געמיינט צו זאגן. אבער נאך דעם האלבן יאר וואס ער איז געליגן אין ליטענשטאט, און נאכן פסק האט מען געעפנט דעם קבר, און ארויס גענומען דעם נפטר, פלוצלונג איז דער געטרייער שמש צוזאמען געפאלן און גלייך נפטר געווארן, איז מען מסופק געווען אויב מ'מעג אים לייגן בתוך קברו הקדוש פון הייליגן רב, האט מען זיך דערמאנט אז דער רב האט געזאגט: אז דער שמש וועט זיין ממלא מקום, ממילא האט מען פארשטאנען זיין כוונה, און מ'האט טאקע דארט געלייגט דעם שמש.
הגאון ר' מאיר גלוגא פון בי"ד אין פראג, בעהמח"ס דברי מאיר און שמן למאור, האט מספיד געווען מהר"ם באנעט, אינמיטן הספד איז ער צוזאמען געפאלן און נפטר געווארן.
זיינע תלמידים
- שמחה בונים פון פרשיסחא
- רבי יהודה אסאד אבד"ק סערעדהעלי בעהמח"ס יהודה יעלה
- רבי שלמה קוועטש ממלא מקומו אין נילקשבורג, בעהמח"ס חכמת שלמה
- בנו רבי ישעיה בנעט, אבד"ק קאלוב וגלילות סאלבאטש
- בנו רבי נפתלי באנעט, אבד"ק שאפא
- קרובו רבי מנחם מנדל באנעט, דיין בפאקש (אונגארן)
- קרובו רבי משה מרדכי באנעט, אב"ד שטאמפי (סלאוואקיי)
- רבי צבי הירש אפנהיים, אבד"ק טעמעשוואר
- רבי שמואל זאנוויל כהנא פון סיגוט, איידעם פון רבי יהודה כהנא בעל קונטרס הספיקות, רב אין סיגוט, און שווער פון רבי יהודה מודרן בעל זכרון שמואל פון סיגוט.
זיינע ספרים
- חדושי מהר"ם בנעט - חידושים על הש"ס
- מחשבת מרדכי - דרשות על התורה
- ביאור מרדכי - הגהות על פסקי המרדכי (שכתב המרדכי הראשון)
- מגן אבות - על מלאכות שבת
- דברי מרדכי - על הלכות או"ה בשלחן ערוך חלק יורה דעה
- תכלת מרדכי - דרשות על הש"ס
שאלות ותשובות
- גדולת מרדכי
- הר המור
- פרשת מרדכי
באשרייבונגען פון מהר"ם באנעט
- זיין זון ר' יעקב אבריל באנעט, האט געשריבן א קונטרס תולדות מוהר"ר מרדכי בנעט, (דפוס ראשון: אפען, תקצ"ב 1832), טארנא, תרפ"ט, היינט איז אריין געדרוקט סוף ספר מגן אבות, ביאור מרדכי.
- אנפאנג ספר מחשבת מרדכי על התורה
- הקדמה און סוף ספר מגן אבות על ל"ט מלאכות שבת
- הקדמה און סוף ספר תכלת מרדכי
- הקדמה און סוף ספר דברי מרדכי על טור שלחן ערוך יור"ד
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!