אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ניקנור"
(קומט פון פאלקס-ענציק) |
אין תקציר עריכה |
||
שורה 11: | שורה 11: | ||
{{קרד/פאלקס-ענצ}} | {{קרד/פאלקס-ענצ}} | ||
[[he:ניקנור]] | [[he:ניקנור]] | ||
[[קאַטעגאָריע:פערזאנען פון דער חשמונאים רעוואלט]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 07:49, 27 יוני 2024
ניקנור איז געווען אַ סירישער גענעראל אין דער צייט פון די חשמונאים-קאַמפן (165 פאַר דער געוויינלעכער צייטרעכענונג); אידן האָבן אים באַזיגט 13 טאג אין אדר, און מען האָט דעם טאָג געפייערט אַלס "יום ניקנור" (אין מגילת תענית).
שער ניקנור
אין בית המקדש איז געווען אַ קופּערנער טויער "שער ניקנור". די גמרא יומא ל"ז דערציילט אַז די צוויי טירן צום טויער האָט געבראַכט אַ איד ניקנור פון אַלעקסאַנדריע אין עגיפּטן מיטן ים; אויפן וועג איז איין טיר אַריינגעפאַלן אין וואַסער און עס איז געשען אַ נס אַז זי איז אַליין אַרויפגעשוואומען.
אין 1902 האָט מען געפונען די מצבה פון דעם דאָזיקן ניקנור מיט דער אויפשריפט אין העברעאיש "נקנור אלכסא" (דאָס הייסט פון אַלעקסאַנדריע), און אין גריכיש "די ביינער פון דער משפּחה ניקנור פון אַלעקסאַנדריע וואָס האָט געמאַכט די טירן".
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!