אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יוספ'ס אנטפלעקונג צו זיינע ברידער"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט דרעפט:באגעגעניש פון יוסף און זײנע ברידער צו דרעפט:יוסף'ס אנטפלעקונג צו זיינע ברידער אן לאזן א ווייטערפירונג: החלפת טקסט – "באגעגעניש פון יוסף און זײנע ברידער" ב־"יוסף'ס אנטפלעקונג צו זיינע ברידער")
 
(15 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע|געשעעניש געשילדערט אין פרשת ויגש (ב'רל"ח)}}
{{דעסקריפציע|געשעעניש געשילדערט אין פרשת ויגש (ב'רל"ח)}}
[[טעקע:The Phillip Medhurst Picture Torah 233. Joseph makes himself known to his brothers. Genesis cap 45 vv 2-3-14-15. Sperling.jpg|The Phillip Medhurst Picture Torah 233. Joseph makes himself known to his brothers. Genesis cap 45 vv 2–3–14–15. Sperling|ממוזער|שמאל|220px|א מאלעריי וואס שילדערט די אנטפלעקונג פון יוסף צו זיינע ברידער.]]
[[טעקע:The Phillip Medhurst Picture Torah 233. Joseph makes himself known to his brothers. Genesis cap 45 vv 2-3-14-15. Sperling.jpg|The Phillip Medhurst Picture Torah 233. Joseph makes himself known to his brothers. Genesis cap 45 vv 2–3–14–15. Sperling|ממוזער|שמאל|220px|א מאלעריי וואס שילדערט די אנטפלעקונג פון יוסף צו זיינע ברידער.]]
'''יוסף'ס אנטפלעקונג צו זיינע ברידער''', נאכן זיין אפגעהאקט צוויי און צוואנציג יאר, איז א סצענע וואס ווערט געשילדערט אין [[פרשת ויגש]], {{תנ"ך|בראשית|מה}}.
'''יוסף'ס אנטפלעקונג צו זיינע ברידער''' איז א סצענע וואס ווערט געשילדערט אין [[פרשת ויגש]], {{תנ"ך|בראשית|מה}}, אין וועלכע [[יוסף]] האט ארויסגעגעבן זיין אידענטיטעט פאר [[שבטי ישראל|זיינע ברידער]], נאכן זיין אפגעהאקט פון זיי צוויי און צוואנציג יאר.


די מעשה ווערט שטארק באארבעט אין [[מדרש|מדרשי חז"ל]] וואס ערקלערן עס אויף פארשידענע וועגן, און מען לערנט זיך דערפון א [[מוסר השכל]] אויף די אינערליכע סתירות וואס גייען פאר ביי א מענטש.
די מעשה ווערט שטארק באארבעט אין [[מדרש|מדרשי חז"ל]] וואס ערקלערן עס אויף פארשידענע וועגן, און מען לערנט זיך דערפון א [[מוסר השכל]] אויף די אינערליכע סתירות וואס גייען פאר ביי א מענטש.
שורה 13: שורה 13:
נאך וואס די זיבן זאטע יארן האבן זיך געענדיגט האבן זיך אנגעהויבן די הונגער יארן, און פרעה האט געשיקט די איינוואוינער פון מצרים צו יוסף אנזאגנדיג אז זיי זאלן פאלגן אלעס וואס יוסף וועט זיי באפוילן, און יוסף האט זיי פארקויפט עסן פאר געלט{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|מא}}}}.
נאך וואס די זיבן זאטע יארן האבן זיך געענדיגט האבן זיך אנגעהויבן די הונגער יארן, און פרעה האט געשיקט די איינוואוינער פון מצרים צו יוסף אנזאגנדיג אז זיי זאלן פאלגן אלעס וואס יוסף וועט זיי באפוילן, און יוסף האט זיי פארקויפט עסן פאר געלט{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|מא}}}}.


דער גרויסער הונגער האט דערגרייכט אויך [[ארץ כנען]], דער וואוינארט פון [[יעקב]], און ער האט געשיקט זיינע זין צו נידערן קיין מצרים און קויפן עסן. יוסף האט זיך געפירט צו זיי פרעמד און געפאדערט אז זיי זאלן ברענגען [[בנימין]]{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|מב|אן=ספר|לאנג=יא}}}}. ווען זיי זענען צוריקגעקומען מיט בנימין, האט יוסף זיי געגעבן עסן און ער האט באפוילן זיין באדינער אז ער זאל באהאלטן זיין בעכער אין די זאק פון בנימין. ווען זיי זענען ארויס האט ער געשיקט זיין באדינער זיי נאכצויאגן, דער באדינער האט "געטראפן" די בעכער אין די זאק פון בנימין און ער איז צוריק גענומען געווארן קיין מצרים{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|מד|אן=ספר|לאנג=יא}}}}.
דער גרויסער הונגער האט דערגרייכט אויך [[ארץ כנען]], דער וואוינארט פון [[יעקב]], און ער האט געשיקט זיינע זין צו נידערן קיין מצרים און קויפן עסן. יוסף האט זיך געפירט צו זיי פרעמד און געפאדערט אז זיי זאלן ברענגען [[בנימין]]{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|מב|אן=ספר|לאנג=יא}}}}. ווען זיי זענען צוריקגעקומען מיט בנימין, האט יוסף זיי געגעבן עסן און ער האט באפוילן זיין באדינער אז ער זאל באהאלטן זיין בעכער אין די זאק פון בנימין. ווען זיי זענען ארויס האט ער געשיקט זיין באדינער זיי נאכצויאגן, דער באדינער האט "געטראפן" די בעכער אין די זאק פון בנימין און ער איז צוריקגענומען געווארן צום הויז פון יוסף. די ברידער, אין שפיץ פון [[יהודה]], האבן נישט איינגעשטימט זיך צוריק צו קערן קיין כנען אן בנימין, און זיי האבן זיך אויך צוריק געקערט צום שטוב פון יוסף צו איינבעטן ביי אים{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|מד|אן=ספר|לאנג=יא}}}}.


==די באגעגעניש==
==די אנטפלעקונג==
די ברידער, אין שפיץ פון יהודה, האבן נישט איינגעשטימט זיך צוריק צו קערן קיין כנען אן בנימין, און זיי האבן זיך אויך צוריק געקערט קיין מצרים צו איינבעטן ביי יוסף אז ער זאל פריי לאזן בנימין.
אנקומענדיג צו יוסף זענען די ברידער געפאלן צו אים, און [[יהודה]] האט געזאגט צו יוסף אז זיי וועלן אלע ווערן קנעכט פאר אים, אויף וואס יוסף האט געענטפערט אז ער וואלט נישט געטון אזאנס, נאר בנימין זאל זיין א קנעכט, און די איבריגע ברידער קענען צוריקגיין פריי צו זייער פאטער{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|מד|א|יז|אן=ספר}}}}. יהודה האט זיך דאן געוואנדן צו יוסף, צו איינבעטן אז ער זאל באפרייען בנימין{{ביאור|דער {{תנ"ך|בראשית|מד|יז|מפרש=אור החיים}}, ערקלערט, אז יהודה האט פארשטאנען אז די מעשה מיט די בעכער איז א שטראף פון גאט פארן פארקויפן יוסף, און דעריבער האט ער פארגעשלאגן צו פארשקלאפן די ברידער. אבער נאך וואס יוסף האט קלארגעשטעלט אז נאר בנימין - וואס איז נישט געווען ביי די מכירה - זאל בלייבן, האט ער פארשטאנען אז דאס איז נאר אנגעדרייט דורך יוסף און דעריבער האט ער זיך קעגנגעשטעלט.}}.


אנקומענדיג צו יוסף האט [[יהודה]] געזאגט צו יוסף אז זיי זענען אלע גרייט זיך צו פארשקלאפן פאר אים אנשטאט בנימין{{הערה|דער [[רבי חיים בן עטר|אור החיים]] (פרק מ"ד פסוק י"ז) ערקלערט, אז יהודה האט פארשטאנען אז די מעשה מיט די בעכער איז א שטראף פון גאט פארן פארקויפן יוסף, און דעריבער האט ער פארגעשלאגן צו פארשקלאפן די ברידער. אבער נאך וואס יוסף האט קלארגעשטעלט אז נאר בנימין - וואס איז נישט געווען ביי די מכירה - זאל בלייבן, האט ער פארשטאנען אז דאס איז נאר אנגעדרייט דורך יוסף און דעריבער האט ער זיך קעגנגעשטעלט.}}. אבער יוסף האט זיי אפגעזאגט "איך וועל חלילה נישט טון אזא זאך, דער מענטש וואס ביי אים האט מען געפונען די בעכער ער וועט זיין מיין קנעכט, און איר, גייט ארויף צוריק צו אייער טאטע"{{הערה|{{ציטוטון|חלילה לי מעשות זאת, האיש אשר נמצא הגביע בידו הוא יהיה לי עבד ואתם עלו לשלום אל אביכם|}} {{תנ"ך|בראשית|מד|יז}}}}.
יהודה האט געשילדערט וואס איז אריבער אויף זיי, ווען יוסף האט זיך נאכגעפרעגט צי זיי האבן א טאטע אדער ברידער, זיי האבן אים דערציילט איבער זייער אלטער פאטער וועלכע איז געבליבן אינדערהיים מיט זיין קליינעם בן זקונים וועלכע ער האט זייער ליב, זייענדיג די איינציגסטע פארבליבענע פון זיין מוטער; ווי יוסף האט זיך גע'עקשנ'ט מיטצוברענגען בנימין קיין מצרים טראץ די טענות פון די ברידער אז עס קען שאדן פאר'ן טאטן; ווי דער הונגער האט זיך געשטארקט און יעקב האט צוריקגעשיקט זיינע זין קיין מצרים קויפן שפייז, און זיין שטארקע ווידערווילן אראפצולאזן בנימין נאכ'ן פארלירן זיין ברודער יוסף. יהודה האט אויסגעפירט אז ער קען זיך נישט אהיימקערן צו זיין טאטן אן בנימין, און ער איז גרייט צו בלייבן אין געפענגעניש אנשטאט אים{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|מד|יח|לד|אן=ספר}}.}}. לויט די מדרשים איז דער ווענדונג געווען באגלייט מיט דראאונגען אז ער וועט אים הרג'ענען אינאיינעם מיט פרעה, און וועט חרוב מאכן גאנץ מצרים אויב בנימין ווערט נישט באפרייט{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|צג|ו}}; {{ספריא|2=תרגום ירושלמי|3=Targum_Jerusalem%2C_Genesis.44.18|4=בראשית מד}}.}}.


נאך וואס יהודה האט זיך איינגעבעטן און געדראעט אז ער וועט חרוב לייגן גאנץ מצרים{{הערה|תרגום ירושלמי}}, האט יוסף זיך מער נישט געקענט איינהאלטן, ער האט באפוילן אז אלע וועכטער זאלן ארויסגיין, און דעמאלט האט ער זיך אנטפלעקט צו זיי מיט געוויין. די ברידער האבן זיך זייער דערשראקן אזש זיי האבן נישט געקענט ענטפערן.
יוסף האט זיך מער נישט געקענט איינהאלטן{{ביאור|אין די ספרים ווערט ערקלערט אז יוסף האט געפלאנט צו ציען לענגער, כדי אויך יעקב זאל אראפקומען קיין מצרים איידער ער אנטפלעקט זיך{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|מג|כז|מפרש=העמק דבר}}}}; אדער דערמיט צו פארצייען די זינד פון די שבטים צו פארלייכטערן דעם [[גלות מצרים]]{{הערה|שם משמואל, פרשת ויגש, שנת תרע"א; מכתב מאליהו, חלק א', עמוד קל"ז.}} אדער צו פארמיידן דאס אומברענגען די [[עשרה הרוגי מלכות]]{{הערה|שם משמואל, פרשת ויגש, שנת תרע"ד}}.}}, ער האט באפוילן אז אלע אנוועזנדע זאלן ארויסגיין, כדי נישט צו פארשעמען זיינע ברידער{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|מה|א|מפרש=רש"י}}}}, און דערנאך האט ער זיך אנטפלעקט צו זיי מיט געוויין. די ברידער האבן זיך זייער דערשראקן אזש זיי האבן נישט געקענט ענטפערן פון בושה{{הערה|[[רש"י]] און [[מלבי"ם]], {{תנ"ך|בראשית|מה|ג}}.}}.
{{ציטוט|וַיֹּאמֶר יוֹסֵף אֶל אֶחָיו, אֲנִי יוֹסֵף, הַעוֹד אָבִי חָי, וְלֹא יָכְלוּ אֶחָיו לַעֲנוֹת אֹתוֹ כִּי נִבְהֲלוּ מִפָּנָיו|מקור=בראשית מה, ג}}
{{ציטוט|וַיֹּאמֶר יוֹסֵף אֶל אֶחָיו, אֲנִי יוֹסֵף, הַעוֹד אָבִי חָי, וְלֹא יָכְלוּ אֶחָיו לַעֲנוֹת אֹתוֹ כִּי נִבְהֲלוּ מִפָּנָיו|מקור={{תנ"ך|בראשית|מה|ג}}}}


אין [[מדרש]] ווערט פארציילט אז אין אנפאנג האבן די ברידער נישט געקענט גלייבן, טראץ וואס ער האט גערעדט צו זיי אין [[לשון קודש]] און די צושטימינג פון בנימין, וויבאלד ווען מען האט אים פארקויפט איז ער נאך געווען יונג אן א בארד, און יעצט איז ער שוין געווען געבערדלט - ביז ווען יוסף האט זיי באוויזן אז ער איז גע'[[ברית מילה|מל]]'עט.
אין מדרש ווערט פארציילט אז אין אנפאנג האבן די ברידער נישט געקענט גלייבן, טראץ וואס ער האט גערעדט צו זיי אין [[לשון קודש]], וויבאלד ווען מען האט אים פארקויפט איז ער נאך געווען יונג אן א בארד, און יעצט איז ער שוין געווען געבערדלט - ביז ווען יוסף האט זיי באוויזן אז ער איז גע'[[ברית מילה|מל]]'עט{{הערה|{{תנחומא|ויגש|ה}}}}. דאקעגן, טייל נעמען אן אז די ברידער האבן שוין פון פריער געוואוסט אדער חושד געווען אז ער איז יוסף, אבער זיי האבן מורא געהאט אז ער האט זיי פיינט און וועט זיי באשטראפן פארן אויפברענגען דעם מעגליכקייט{{הערה|איל המלאים, אנהייב פרשת ויגש; כלי חמדה (לאנייאדו), פרשת ויגש דף ס"ב. אין כלי חמדה, דארט, ווערט געברענגט בשם [[רבי שלמה אלקבץ]] אז יהודה האט אים דערקענט.}}.


יוסף האט זיי געטרייסט אז אלעס איז באשערט פון הימל און אז גאט האט אים עקסטער געשיקט קיין מצרים אז זיי זאלן האבן עסן ביי די הונגער יארן. יוסף האט געבעטן אז מען זאל ארויפגיין אינפארמירן זיין טאטן אז ער לעבט און הערשט אויף מצרים, און אז מען זאל אים אראפברענגען צו שפייזן זיך אינעם הונגער ביי אים.
יוסף האט זיי בארואיגט אז דאס איז געווען אזוי געפירט פון הימל זיי צו קענען שפייזן און ראטעווען פונעם הונגער. יוסף האט באפוילן די ברידער זיך אהיימצוקערן צו יעקב, אים דערציילן איבער זיין שטעלע און שטאנד אין מצרים, און אים אראפברענגען מיט די גאנצע פאמיליע און פארמעגן זיך באזעצן אין [[גושן]] וואו ער וועט אים שפייזן. יוסף און בנימין האבן זיך געהאלזט און געוויינט, ער האט דאן געקושט די ברידער און געוויינט און געשמועסט מיט זיי.


דער [[רמב"ן]] ערקלערט אז ווען פרעה האט געהערט אז יוסף שטאמט נישט פון קנעכט נאר ער שטאמט פון יעקב האט אים עס זייער געפאלן, {{ציטוטון|וייטב בעיני פרעה ובעיני עבדיו}}, און דעריבער האט פרעה באפוילן אז מען זאל אראפברענגען יעקב און זיינע קינדער אין מצרים.
אין פרעה'ס שטוב האט מען זיך דערוואוסט פון די אנקום פון יוסף'ס ברידער, און עס איז זייער געפאלן פאר פרעה און זיינע באדינער אז יוסף שטאמט נישט פון קנעכט נאר פון א רעספעקטירטע משפחה{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|מה|טז|אן=ספר|מפרש=רמב"ן}}}}. פרעה האט דאן אנגעזאגט פאר יוסף מיטצושיקן צו זיין פאטער וועגענער און שפייז, און זיי זאלן אים אראפברענגען קיין מצרים וואו זיי וועלן באקומען דאס בעסטע וואס מצרים פארמאגט.


לויט איינע פון די פשטים אין [[רש"י]] - האט זיי יוסף געבעטן ביים ארויסגיין "אל תרגזו בדרך" - זיי זאלן זיך נישט קריגן אויף דעם וואס זיי האבן אים פארקויפט, און דעבאטירן און זאגן: וועגן דיר האט מען אים פארקויפט, דו האסט פארציילט אויף אים שלעכטס און צוגעברענגט מען זאל אים פארקויפן{{הערה|רש"י ברענגט נאך פשטים: א - "אל תרגזו בדרך" איר זאלט נישט לערנען הלכות אז איר זאלט נישט בלאנדזשען אין וועג. ב - איר זאלט נישט גיין גרויסע טריט, און איר זאלט אריינגיין אין שטאט ווען די [[זון]] שיינט נאך.}}.
יוסף האט דערנאך געגעבן קליידונג פאר זיינע ברידער, און פאר בנימין פינף פאר קליידונג און דריי הונדערט זילבער שטיק. ביים ארויסגיין האט זיי יוסף געבעטן "אל תרגזו בדרך" - אנדייטנדיג, לויט איין פשט, אז זיי זאלן זיך נישט קריגן אויף דעם וואס זיי האבן אים פארקויפט, און דעבאטירן און זאגן: וועגן דיר האט מען אים פארקויפט, דו האסט פארציילט אויף אים שלעכטס און צוגעברענגט מען זאל אים פארקויפן{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|מה|כד|אן=ספר|מפרש=רש"י}}. זעט דארט און אין די מפרשים אנדערע טייטשן.}}.


אנקומענדיג צו יעקב האט ער אין אנהייב נישט געוואלט גלייבן וואס ער הערט. אין [[ספר הישר]] ווערט געברענגט אז די ברידער האבן געקווענקלט אויב און וויאזוי מען זאל אים דערציילן די פלוצלינגדיגע בשורה. [[שרח בת אשר]], וואס האט גוט געקענט שפילן אויף א [[פידל]], האט געשפילט פאר יעקב מיט די ווערטער {{ציטוטון|דער פעטער יוסף לעבט, ער הערשט אויף גאנץ מצרים}}. נאך וואס זי האט דאס איבער געזאגט צוויי-דריי מאל, איז צו אים צוריק געקומען די [[רוח הקודש]] און ער האט געזען אז אירע רייד זענען אמת. יעקב האט איר געבענטשט: {{ציטוטון|מיין טאכטער, זאל אין דיר קיינמאל הערשן דער טויט, ווייל דו האסט מיר אויפגעלעבט}}{{הערה|ספר הישר, פרשת ויגש, ד"ה והקול.}}.
===מעלדונג פאר יעקב===
די ברידער זענען אנגעקומען צו יעקב אין ארץ כנען, און אים דערציילט אז יוסף לעבט נאך: {{ציטוטון|עוֹד יוֹסֵף חַי}}, און אז ער איז א הערשער איבער גאנץ מצרים. יעקב האט דאס קוים געקענט גלייבן.


חז"ל האבן געדרשנט אז יוסף האט אים געשיקט "עגלות" (וועגענער), אלס רמז אז זיי האבן זיך צוטיילט ווען זיי האבן געהאלטן אינמיטן לערנען די פרשה פון [[עגלה ערופה]], און אזוי זאל ער דערקענען אז טאקע יוסף איז דער וואס שיקט צו אים.
אין [[ספר הישר (אגדה)|ספר הישר]] ווערט געברענגט אז די ברידער האבן געקווענקלט אויב און וויאזוי מען זאל אים דערציילן די פלוצלינג'דיגע בשורה. [[סרח בת אשר]], וואס האט גוט געקענט שפילן אויף א [[פידל]], האט געשפילט פאר יעקב מיט די ווערטער "דער פעטער יוסף לעבט, ער הערשט אויף גאנץ מצרים". נאך וואס זי האט דאס איבער געזינגען צוויי-דריי מאל, איז צו אים צוריק געקומען די [[רוח הקודש]] און ער האט געזען אז אירע רייד זענען אמת. יעקב האט איר געבענטשט: "מיין טאכטער, זאל אין דיר קיינמאל הערשן דער טויט, ווייל דו האסט מיר אויפגעלעבט"{{הערה|ספר הישר, פרשת ויגש, ד"ה והקול.}}. ענליך ווערט דערציילט אין [[מדרש הגדול]], אז זי האט געווארט אויף ווען יעקב האט זיך געשטעלט דאווענען און דאן האט זי געזאגט בלשון תימה "יוסף במצרים, יולדו לו על ברכים, מנשה ואפרים". אזוי איז עס אים אריין אין די אויערן ווען ער האט נאך געדאוונט, און ווען ער האט געענדיגט און געזען די וועגענער האט ער געגלייבט{{הערה|[[מדרש הגדול]], פרשת ויגש, בראשית מ"ה, כ"ו.}}.


== ענדע ==
יעקב האט אנגענומען זייערע רייד און האט אויפגעלעבט זעענדיג די וועגענער וואס יוסף האט געשיקט. חז"ל האבן גע'דרש'נט אז יוסף האט אים געשיקט "עגלות" (וועגענער), אלס רמז אז זיי האבן זיך צעטיילט ווען זיי האבן געהאלטן אינמיטן לערנען די פרשה פון [[עגלה ערופה]], און אזוי זאל ער דערקענען אז טאקע יוסף איז דער וואס שיקט צו אים{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|צד|ג}}}}.
יעקב איז [[ירידת יעקב למצרים|אראפ קיין מצרים]], נאך וואס זיין גייסט האט אויפגעלעבט, נישט פאר ער באקומט צוריק זיין רוח הקודש און גאט זאגט אים {{ציטוטון|אָנֹכִי אֵרֵד עִמְּךָ מִצְרַיְמָה וְאָנֹכִי אַעַלְךָ גַם עָלֹה, וְיוֹסֵף יָשִׁית יָדוֹ עַל עֵינֶיךָ{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|מו|ד}}}}}}{{הערה|רש"י ערקלערט אז דאס איז א צוזאג אז ער וועט בעגראבן ווערן אין ארץ ישראל. און אין מדרש [[מכילתא דרבי ישמעאל]] (שמות ט״ו:ב׳) און אין נאך אסאך מדרשים שטייט אז דאס איז אויך א צוזאג אויף יציאת מצרים.}}. דער [[ספורנו]]{{מקור}} שרייבט אז יעצט, גייענדיג צו זיין פרייליכע טייל פון זיין לעבן, נאך וואס ער איז אריבער די אלע צרות, האט אים גאט געזאגט וואס עס וועט געשען באחרית הימים, ווי עס שטייט ״רנו ליעקב שמחה״{{הערה|{{תנ"ך|ירמיהו|לא|ו}}}}.


==דער פארגלייך צום גרויסן יום הדין==
== עפילאג ==
אין מדרש ווערט ערקלערט די [[בושה]] וואס וועט באנעמען די מענטשן ווען גאט וועט מוסר'ן דעם מענשט אויף זיינע שלעכטע מעשים, מיט א [[קל וחומר]] פון די בושה וואס די ברידער האבן געהאט ווען יוסף האט זיך אנטפלעקט צו זיי{{הערה|לשון פון מדרש: "לפי מה שהוא". און ווי די ווערטער פונעם מדרש ([https://he.wikisource.org/wiki/איכה_רבה_פתיחתא#י. איכה רבה פתיחה י]) "אים טרון כל יומא ולא לעי (=ער איז פארנומען א גאנצן טאג מיט זיינע געשעפטן און ער ווערט נישט מיד), ואמר ליה חבריה אתי וצלי (אבער ווען זיין חבר רופט אים צו דאווענען), והוא אמר לית אנא יכיל (זאגט ער איך האב נישט קיין כח)".}}.
יעקב איז [[יעקב'ס אראפגאנג קיין מצרים|אראפ קיין מצרים]], נאך וואס זיין גייסט האט אויפגעלעבט, ער האט צוריקבאקומען זיין [[נביא|נבואה]], און גאט האט אים פארשפראכן {{ציטוטון|אָנֹכִי אֵרֵד עִמְּךָ מִצְרַיְמָה וְאָנֹכִי אַעַלְךָ גַם עָלֹה, וְיוֹסֵף יָשִׁית יָדוֹ עַל עֵינֶיךָ|{{תנ"ך|בראשית|מו|ד}}}}{{הערה|רשערקלערט אז דאס איז א צוזאג אז ער וועט באגראבן ווערן אין ארץ ישראל. אין [[מכילתא דרבי ישמעאל]] (שמות ט״ו, ב') און אין נאך אסאך מדרשים שטייט אז דאס איז אויך א צוזאג אויף [[יציאת מצרים]].}}. דער [[ספורנו]]{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|מו|ה|מפרש=ספורנו}}}} שרייבט אז יעצט, גייענדיג צום פרייליכן טייל פון זיין לעבן, נאך וואס ער איז אריבער די אלע צרות, האט אים גאט געזאגט וואס עס וועט געשען באחרית הימים, ווי עס שטייט ״רנו ליעקב שמחה״{{הערה|{{תנ"ך|ירמיהו|לא|ז}}}}.
{{ציטוט|תוכן=אַבָּא כֹּהֵן בַּרְדְּלָא אָמַר: "אוֹי לָנוּ מִיּוֹם הַדִּין, אוֹי לָנוּ מִיּוֹם הַתּוֹכֵחָה" .. יוֹסֵף קְטַנָּן שֶׁל שְׁבָטִים הָיָה וְלֹא הָיוּ יְכוֹלִים לַעֲמֹד בְּתוֹכַחְתּוֹ, הֲדָא הוּא דִכְתִיב: "וְלֹא יָכְלוּ אֶחָיו לַעֲנוֹת אֹתוֹ כִּי נִבְהֲלוּ מִפָּנָיו". לִכְשֶׁיָּבוֹא הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא וְיוֹכִיחַ כָּל אֶחָד וְאֶחָד לְפִי מַה שֶּׁהוּא, שֶׁנֶּאֱמַר ({{ויקיטקסט|תהלים נ כא}}): "אוֹכִיחֲךָ וְאֶעֶרְכָה לְעֵינֶיךָ", עַל אַחַת כַּמָּה וְכַמָּה.{{ביאור| וויי איז צו אונז פון דעם יום הדין, וויי צו אונז פון דעם יום התוכחה .. יוסף איז געווען דער קליינער פון די שבטים און די ברידער האבן נישט געקענט שטיין קעגן זיינע מוסר רייד, ווי עס שטייט "ולא יכלו אחיו לענות אותו כי נבהלו מפניו". ווען הקב"ה וועט קומען און מוכיח זיין יעדן לויט זיינע מעשים, ווי עס שטייט "אוחיכך ואערכה לעיניך" איז אוודאי און אוודאי}}|מקור={{ויקיטקסט|בראשית רבה צג י}}|אנגלית=}}
{{ציטוט|תוכן=רַבִּי אֶלְעָזָר בֶּן עֲזַרְיָה אָמַר, אוֹי לָנוּ מִיּוֹם הַדִּין אוֹי לָנוּ מִיּוֹם הַתּוֹכֵחָה. וּמַה יּוֹסֵף הַצַּדִּיק שֶׁהוּא בָּשָׂר וָדָם כְּשֶׁהוֹכִיחַ אֶת אֶחָיו לֹא יָכְלוּ לַעֲמֹד בְּתוֹכַחְתּוֹ, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא שֶׁהוּא דַּיָן וּבַעַל דִּין וְיוֹשֵׁב עַל כִּסֵּא דִּין וְדָן כָּל אֶחָד וְאֶחָד, עַל אַחַת כַּמָּה וְכַמָּה, שֶׁאֵין כָּל בָּשָׂר וָדָם יְכוֹלִים לַעֲמֹד לְפָנָיו.{{ביאור|מה דאך יוסף וואס ער איז א מענטש פון פלייש און בלוט, ווען ער האט גע'מוסר'ט די ברידער האבן זיי נישט געקענט שטיין אין דעם, הקב"ה וואס ער איז א דיין אין א בעל דין, און ער זיצט אויף כיסא דין, אוודאי און אוודאי, אז א מענטש פון פלייש און בלוט קען נישט שטיין אין דעם}}|מקור={{ויקיטקסט|בראשית רבה צג יא}}}}.


==ביאורים==
==דער פארגלייך צום יום הדין==
אין מדרש ווערט ערקלערט די [[בושה]] וואס וועט באנעמען א מענטש ווען גאט וועט אים מוסר'ן אויף זיינע שלעכטע מעשים, מיט א [[קל וחומר]] פון די בושה וואס די ברידער האבן געהאט ווען יוסף האט זיך אנטפלעקט צו זיי: יוסף איז געווען דער קליינער פון די שבטים, און די ברידער האבן נישט געקענט שטיין קעגן זיינע שטראף רייד; זיכער אזוי ווען הקדוש ברוך הוא וועט קומען און מוסר'ן יעדן לויט וואס ער איז{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|צג|י}}. זעט אויך דארט, פסקה י"א.}}.
 
אין די ספרים ווערט ערקלערט די רייד פון מדרש, אז הקב"ה וועט מוסר'ן א מענטש "לויט וואס ער איז" - ביים אפגעבן [[דין וחשבון]] וועט מען אים אויפווייזן אז זיינע פארענטפערונגען זענען נישט ריכטיג לויט סתירות אין זיינע אייגענע מעשים. דאס איז דער צושטעל צו יוסף, וועלכער האט באלד געפרעגט "העוד אבי חי", מיינענדיג אנצודייטן אז ביי זיין פארקויף האט יהודה זיך נישט גערעכנט מיטן צער פון זיין פאטער, א טענה וואס ער נוצט יעצט צו באפרייען בנימין אויך אויב ער איז שולדיג{{הערה|בית הלוי על התורה, פרשת ויגש, ד"ה אני יוסף.  זעט אויך [[s:איכה_רבה_פתיחתא#י|איכה רבה, פתיחתא י']]: "קאים טרון כל יומא ולא לעי (=ער איז פארנומען א גאנצן טאג מיט זיינע געשעפטן און ער ווערט נישט מיד), ואמר ליה חבריה אתי וצלי (אבער ווען זיין חבר רופט אים צו דאווענען), והוא אמר לית אנא יכיל (זאגט ער איך האב נישט קיין כח)".}}.
 
==נאטיצן==
{{ביאורים}}
{{ביאורים}}


שורה 51: שורה 54:
{{ספר בראשית}}
{{ספר בראשית}}
[[קאַטעגאָריע:פרשת ויגש]]
[[קאַטעגאָריע:פרשת ויגש]]
[[קאַטעגאָריע:סיפורי התנ"ך]]
[[קאַטעגאָריע:געשיכטעס אין ספר בראשית]]
 
[[קאַטעגאָריע:יוסף און זיינע ברידער]]
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]]
[[he:התגלות יוסף לאחיו]]
[[he:התגלות יוסף לאחיו]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 22:49, 23 יוני 2024

א מאלעריי וואס שילדערט די אנטפלעקונג פון יוסף צו זיינע ברידער.

יוסף'ס אנטפלעקונג צו זיינע ברידער איז א סצענע וואס ווערט געשילדערט אין פרשת ויגש, בראשית מה, אין וועלכע יוסף האט ארויסגעגעבן זיין אידענטיטעט פאר זיינע ברידער, נאכן זיין אפגעהאקט פון זיי צוויי און צוואנציג יאר.

די מעשה ווערט שטארק באארבעט אין מדרשי חז"ל וואס ערקלערן עס אויף פארשידענע וועגן, און מען לערנט זיך דערפון א מוסר השכל אויף די אינערליכע סתירות וואס גייען פאר ביי א מענטש.

די געשיכטע האט זיך אפגעשפילט אין מצרים ארום ב'רל"ח.

הינטערגרונט

אילוסטראציע ווי יוסף אנטפלעקט זיך צו זיינע ברידער.

נאך מכירת יוסף, די מעשה פון יוסף און אשת פוטיפר, זיין ארעסט וואס האט נאכגעפאלגט, די חלומות פון שר המשקים און שר האופים און זייער ענטשיידונג דורך יוסף, זיין באפרייאונג צוליב פרעה'ס חלומות און דאס אויפנעמען פון יוסף צו הערשן אויף מצרים, זענען געזאמלט געווארן לויט זיין באפעל פילע אוצרות פון עסן אין די זאטע יארן, אלס פארברייטונג צו די הונגער יארן. נאך וואס די זיבן זאטע יארן האבן זיך געענדיגט האבן זיך אנגעהויבן די הונגער יארן, און פרעה האט געשיקט די איינוואוינער פון מצרים צו יוסף אנזאגנדיג אז זיי זאלן פאלגן אלעס וואס יוסף וועט זיי באפוילן, און יוסף האט זיי פארקויפט עסן פאר געלט[1].

דער גרויסער הונגער האט דערגרייכט אויך ארץ כנען, דער וואוינארט פון יעקב, און ער האט געשיקט זיינע זין צו נידערן קיין מצרים און קויפן עסן. יוסף האט זיך געפירט צו זיי פרעמד און געפאדערט אז זיי זאלן ברענגען בנימין[2]. ווען זיי זענען צוריקגעקומען מיט בנימין, האט יוסף זיי געגעבן עסן און ער האט באפוילן זיין באדינער אז ער זאל באהאלטן זיין בעכער אין די זאק פון בנימין. ווען זיי זענען ארויס האט ער געשיקט זיין באדינער זיי נאכצויאגן, דער באדינער האט "געטראפן" די בעכער אין די זאק פון בנימין און ער איז צוריקגענומען געווארן צום הויז פון יוסף. די ברידער, אין שפיץ פון יהודה, האבן נישט איינגעשטימט זיך צוריק צו קערן קיין כנען אן בנימין, און זיי האבן זיך אויך צוריק געקערט צום שטוב פון יוסף צו איינבעטן ביי אים[3].

די אנטפלעקונג

אנקומענדיג צו יוסף זענען די ברידער געפאלן צו אים, און יהודה האט געזאגט צו יוסף אז זיי וועלן אלע ווערן קנעכט פאר אים, אויף וואס יוסף האט געענטפערט אז ער וואלט נישט געטון אזאנס, נאר בנימין זאל זיין א קנעכט, און די איבריגע ברידער קענען צוריקגיין פריי צו זייער פאטער[4]. יהודה האט זיך דאן געוואנדן צו יוסף, צו איינבעטן אז ער זאל באפרייען בנימין[א].

יהודה האט געשילדערט וואס איז אריבער אויף זיי, ווען יוסף האט זיך נאכגעפרעגט צי זיי האבן א טאטע אדער ברידער, זיי האבן אים דערציילט איבער זייער אלטער פאטער וועלכע איז געבליבן אינדערהיים מיט זיין קליינעם בן זקונים וועלכע ער האט זייער ליב, זייענדיג די איינציגסטע פארבליבענע פון זיין מוטער; ווי יוסף האט זיך גע'עקשנ'ט מיטצוברענגען בנימין קיין מצרים טראץ די טענות פון די ברידער אז עס קען שאדן פאר'ן טאטן; ווי דער הונגער האט זיך געשטארקט און יעקב האט צוריקגעשיקט זיינע זין קיין מצרים קויפן שפייז, און זיין שטארקע ווידערווילן אראפצולאזן בנימין נאכ'ן פארלירן זיין ברודער יוסף. יהודה האט אויסגעפירט אז ער קען זיך נישט אהיימקערן צו זיין טאטן אן בנימין, און ער איז גרייט צו בלייבן אין געפענגעניש אנשטאט אים[5]. לויט די מדרשים איז דער ווענדונג געווען באגלייט מיט דראאונגען אז ער וועט אים הרג'ענען אינאיינעם מיט פרעה, און וועט חרוב מאכן גאנץ מצרים אויב בנימין ווערט נישט באפרייט[6].

יוסף האט זיך מער נישט געקענט איינהאלטן[ב], ער האט באפוילן אז אלע אנוועזנדע זאלן ארויסגיין, כדי נישט צו פארשעמען זיינע ברידער[10], און דערנאך האט ער זיך אנטפלעקט צו זיי מיט געוויין. די ברידער האבן זיך זייער דערשראקן אזש זיי האבן נישט געקענט ענטפערן פון בושה[11].

וַיֹּאמֶר יוֹסֵף אֶל אֶחָיו, אֲנִי יוֹסֵף, הַעוֹד אָבִי חָי, וְלֹא יָכְלוּ אֶחָיו לַעֲנוֹת אֹתוֹ כִּי נִבְהֲלוּ מִפָּנָיו

אין מדרש ווערט פארציילט אז אין אנפאנג האבן די ברידער נישט געקענט גלייבן, טראץ וואס ער האט גערעדט צו זיי אין לשון קודש, וויבאלד ווען מען האט אים פארקויפט איז ער נאך געווען יונג אן א בארד, און יעצט איז ער שוין געווען געבערדלט - ביז ווען יוסף האט זיי באוויזן אז ער איז גע'מל'עט[12]. דאקעגן, טייל נעמען אן אז די ברידער האבן שוין פון פריער געוואוסט אדער חושד געווען אז ער איז יוסף, אבער זיי האבן מורא געהאט אז ער האט זיי פיינט און וועט זיי באשטראפן פארן אויפברענגען דעם מעגליכקייט[13].

יוסף האט זיי בארואיגט אז דאס איז געווען אזוי געפירט פון הימל זיי צו קענען שפייזן און ראטעווען פונעם הונגער. יוסף האט באפוילן די ברידער זיך אהיימצוקערן צו יעקב, אים דערציילן איבער זיין שטעלע און שטאנד אין מצרים, און אים אראפברענגען מיט די גאנצע פאמיליע און פארמעגן זיך באזעצן אין גושן וואו ער וועט אים שפייזן. יוסף און בנימין האבן זיך געהאלזט און געוויינט, ער האט דאן געקושט די ברידער און געוויינט און געשמועסט מיט זיי.

אין פרעה'ס שטוב האט מען זיך דערוואוסט פון די אנקום פון יוסף'ס ברידער, און עס איז זייער געפאלן פאר פרעה און זיינע באדינער אז יוסף שטאמט נישט פון קנעכט נאר פון א רעספעקטירטע משפחה[14]. פרעה האט דאן אנגעזאגט פאר יוסף מיטצושיקן צו זיין פאטער וועגענער און שפייז, און זיי זאלן אים אראפברענגען קיין מצרים וואו זיי וועלן באקומען דאס בעסטע וואס מצרים פארמאגט.

יוסף האט דערנאך געגעבן קליידונג פאר זיינע ברידער, און פאר בנימין פינף פאר קליידונג און דריי הונדערט זילבער שטיק. ביים ארויסגיין האט זיי יוסף געבעטן "אל תרגזו בדרך" - אנדייטנדיג, לויט איין פשט, אז זיי זאלן זיך נישט קריגן אויף דעם וואס זיי האבן אים פארקויפט, און דעבאטירן און זאגן: וועגן דיר האט מען אים פארקויפט, דו האסט פארציילט אויף אים שלעכטס און צוגעברענגט מען זאל אים פארקויפן[15].

מעלדונג פאר יעקב

די ברידער זענען אנגעקומען צו יעקב אין ארץ כנען, און אים דערציילט אז יוסף לעבט נאך: ”עוֹד יוֹסֵף חַי”, און אז ער איז א הערשער איבער גאנץ מצרים. יעקב האט דאס קוים געקענט גלייבן.

אין ספר הישר ווערט געברענגט אז די ברידער האבן געקווענקלט אויב און וויאזוי מען זאל אים דערציילן די פלוצלינג'דיגע בשורה. סרח בת אשר, וואס האט גוט געקענט שפילן אויף א פידל, האט געשפילט פאר יעקב מיט די ווערטער "דער פעטער יוסף לעבט, ער הערשט אויף גאנץ מצרים". נאך וואס זי האט דאס איבער געזינגען צוויי-דריי מאל, איז צו אים צוריק געקומען די רוח הקודש און ער האט געזען אז אירע רייד זענען אמת. יעקב האט איר געבענטשט: "מיין טאכטער, זאל אין דיר קיינמאל הערשן דער טויט, ווייל דו האסט מיר אויפגעלעבט"[16]. ענליך ווערט דערציילט אין מדרש הגדול, אז זי האט געווארט אויף ווען יעקב האט זיך געשטעלט דאווענען און דאן האט זי געזאגט בלשון תימה "יוסף במצרים, יולדו לו על ברכים, מנשה ואפרים". אזוי איז עס אים אריין אין די אויערן ווען ער האט נאך געדאוונט, און ווען ער האט געענדיגט און געזען די וועגענער האט ער געגלייבט[17].

יעקב האט אנגענומען זייערע רייד און האט אויפגעלעבט זעענדיג די וועגענער וואס יוסף האט געשיקט. חז"ל האבן גע'דרש'נט אז יוסף האט אים געשיקט "עגלות" (וועגענער), אלס רמז אז זיי האבן זיך צעטיילט ווען זיי האבן געהאלטן אינמיטן לערנען די פרשה פון עגלה ערופה, און אזוי זאל ער דערקענען אז טאקע יוסף איז דער וואס שיקט צו אים[18].

עפילאג

יעקב איז אראפ קיין מצרים, נאך וואס זיין גייסט האט אויפגעלעבט, ער האט צוריקבאקומען זיין נבואה, און גאט האט אים פארשפראכן ”אָנֹכִי אֵרֵד עִמְּךָ מִצְרַיְמָה וְאָנֹכִי אַעַלְךָ גַם עָלֹה, וְיוֹסֵף יָשִׁית יָדוֹ עַל עֵינֶיךָ” (בראשית מו, ד)[19]. דער ספורנו[20] שרייבט אז יעצט, גייענדיג צום פרייליכן טייל פון זיין לעבן, נאך וואס ער איז אריבער די אלע צרות, האט אים גאט געזאגט וואס עס וועט געשען באחרית הימים, ווי עס שטייט ״רנו ליעקב שמחה״[21].

דער פארגלייך צום יום הדין

אין מדרש ווערט ערקלערט די בושה וואס וועט באנעמען א מענטש ווען גאט וועט אים מוסר'ן אויף זיינע שלעכטע מעשים, מיט א קל וחומר פון די בושה וואס די ברידער האבן געהאט ווען יוסף האט זיך אנטפלעקט צו זיי: יוסף איז געווען דער קליינער פון די שבטים, און די ברידער האבן נישט געקענט שטיין קעגן זיינע שטראף רייד; זיכער אזוי ווען הקדוש ברוך הוא וועט קומען און מוסר'ן יעדן לויט וואס ער איז[22].

אין די ספרים ווערט ערקלערט די רייד פון מדרש, אז הקב"ה וועט מוסר'ן א מענטש "לויט וואס ער איז" - ביים אפגעבן דין וחשבון וועט מען אים אויפווייזן אז זיינע פארענטפערונגען זענען נישט ריכטיג לויט סתירות אין זיינע אייגענע מעשים. דאס איז דער צושטעל צו יוסף, וועלכער האט באלד געפרעגט "העוד אבי חי", מיינענדיג אנצודייטן אז ביי זיין פארקויף האט יהודה זיך נישט גערעכנט מיטן צער פון זיין פאטער, א טענה וואס ער נוצט יעצט צו באפרייען בנימין אויך אויב ער איז שולדיג[23].

נאטיצן

  1. דער אור החיים, בראשית מד, יז, ערקלערט, אז יהודה האט פארשטאנען אז די מעשה מיט די בעכער איז א שטראף פון גאט פארן פארקויפן יוסף, און דעריבער האט ער פארגעשלאגן צו פארשקלאפן די ברידער. אבער נאך וואס יוסף האט קלארגעשטעלט אז נאר בנימין - וואס איז נישט געווען ביי די מכירה - זאל בלייבן, האט ער פארשטאנען אז דאס איז נאר אנגעדרייט דורך יוסף און דעריבער האט ער זיך קעגנגעשטעלט.
  2. אין די ספרים ווערט ערקלערט אז יוסף האט געפלאנט צו ציען לענגער, כדי אויך יעקב זאל אראפקומען קיין מצרים איידער ער אנטפלעקט זיך[7]; אדער דערמיט צו פארצייען די זינד פון די שבטים צו פארלייכטערן דעם גלות מצרים[8] אדער צו פארמיידן דאס אומברענגען די עשרה הרוגי מלכות[9].

רעפערענצן

  1. בראשית מא
  2. קאַפּיטל מ"ב
  3. קאַפּיטל מ"ד
  4. מד, א–יז
  5. מד, יח–לד.
  6. בראשית רבה, פרשה צ"ג, פסקה ו'; תרגום ירושלמי, בראשית מד, טעקסט אויף ספריא וועבזייטל.
  7. העמק דבר, בראשית מג, כז
  8. שם משמואל, פרשת ויגש, שנת תרע"א; מכתב מאליהו, חלק א', עמוד קל"ז.
  9. שם משמואל, פרשת ויגש, שנת תרע"ד
  10. רש"י, בראשית מה, א
  11. רש"י און מלבי"ם, בראשית מה, ג.
  12. מדרש תנחומא פרשת ויגש פיסקא ה'
  13. איל המלאים, אנהייב פרשת ויגש; כלי חמדה (לאנייאדו), פרשת ויגש דף ס"ב. אין כלי חמדה, דארט, ווערט געברענגט בשם רבי שלמה אלקבץ אז יהודה האט אים דערקענט.
  14. רמב"ן, מה, טז
  15. רש"י, מה, כד. זעט דארט און אין די מפרשים אנדערע טייטשן.
  16. ספר הישר, פרשת ויגש, ד"ה והקול.
  17. מדרש הגדול, פרשת ויגש, בראשית מ"ה, כ"ו.
  18. בראשית רבה, פרשה צ"ד, פסקה ג'
  19. רש"י ערקלערט אז דאס איז א צוזאג אז ער וועט באגראבן ווערן אין ארץ ישראל. אין מכילתא דרבי ישמעאל (שמות ט״ו, ב') און אין נאך אסאך מדרשים שטייט אז דאס איז אויך א צוזאג אויף יציאת מצרים.
  20. ספורנו, בראשית מו, ה
  21. ירמיהו לא, ז
  22. בראשית רבה, פרשה צ"ג, פסקה י'. זעט אויך דארט, פסקה י"א.
  23. בית הלוי על התורה, פרשת ויגש, ד"ה אני יוסף. זעט אויך איכה רבה, פתיחתא י': "קאים טרון כל יומא ולא לעי (=ער איז פארנומען א גאנצן טאג מיט זיינע געשעפטן און ער ווערט נישט מיד), ואמר ליה חבריה אתי וצלי (אבער ווען זיין חבר רופט אים צו דאווענען), והוא אמר לית אנא יכיל (זאגט ער איך האב נישט קיין כח)".