אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי חיים ראבינאוויטש"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(צוריקשטעלן פארפאסטע הוספות)
שורה 39: שורה 39:


==קישורים חיצוניים==
==קישורים חיצוניים==
*[https://www.jdn.co.il/tag/אדמור-ממשכנות-הרועים/ אדמו"ר ממשכנות הרועים] באתר [[jdn]]
*[https://www.jdn.co.il/tag/האדמור-ממשכנות-הרועים/ האדמו"ר ממשכנות הרועים] אויף [[jdn]]
*[https://www.jdn.co.il/tag/האדמור-ממשכנות-הרועים/ האדמו"ר ממשכנות הרועים] באתר [[jdn]]
*{{אוצר החכמה|[[העדה (צייטונג)|העדה צייטונג]]|רועה נאמן|194023}}
*{{אוצר החכמה|[[העדה (צייטונג)|העדה צייטונג]]|רועה נאמן|194023}}



רעוויזיע פון 19:37, 5 יוני 2024

רבי פון משכנות הרועים
רבי חיים ראבינאוויטש
אדמו"ר ממשכנות הרועים הרב חיים רבינוביץ.jpeg
געבורט ירושלים
השתייכות העדה החרדית
תחומי עיסוק אדמו"ר פון חסידות משכנות הרועים
טאטע רבי בנימין ראבינאוויטש
קינדער רבי שאול יצחק ראבינאוויטש

רבי רפאל חיים יחיאל ראבינאוויטש (געבוירן י"ח אב ה'תרצ"ח) איז דער היינטיגער רבי און מנהיג פון קהל משכנות הרועים, פון די פירנדיגע אדמו"רים אין די קהילות היישוב הישן און די עדה החרדית.

ביאגראפיע

רבי חיים איז געבוירן י"ח אב ה'תרצ"ח אין ירושלים, אן עלטסטער זון פון רבי בנימין ראבינאוויטש, דיין אין בית דין פון העדה החרדית און מייסד פון קהל משכנות הרועים, און רוחמה ליבא. אלס אינגל האט ער זיך מסתופף געווען ביי רבי שלמ'קע זוועהילער. אלס בחור האט ער באקומען סמיכה פון רבי דוב בעריש וויידנפעלד, דער טשעבין'ער רב, און פון רבי יהושע מנחם עהרנבערג. אין זיין יוגנט האט ער זיך געדרייט ביי עטליכע צדיקי הדור, צווישן זיי: רבי ישראל פרידמאן פון באיאן-לייפציג; רבי מרדכי שלמה פרידמאן פון באיאן; רבי אברהם יהושע העשיל טווערסקי פון מאכניווקא; רבי ישראל פרידמאן פון הוסיאטין; רבי יצחק פרידמאן פון באהוש און רבי מרדכי שלום יוסף פרידמאן פון סאדיגורא.

ער האט חתונה געהאט מיט די טאכטער פון רבי אפרים פישל גרובער, ראש ישיבת שומרי אמונים, א תלמיד פון רבי מנחם בראדי, דער קאלובער רב.

איידער'ן אויפגענומען ווערן אלס רבי האט ער געדינט אלס א מרביץ תורה און ישיבת מאור עינים, אלס א משפיע רוחני אין באיאן, און אלס א ראש חבורה פאר חסידי באבוב אין ירושלים, וועלכע טון ביז היינט זיך צוזאמנעמען פאר א חבורה ביים אים אינדערהיים[מקור פארלאנגט].

נאך זיין טאטנ'ס הסתלקות, אום א' שבט ה'תשס"ב, איז ער אויפגענומען געווארן אלס רבי. ער האט געעפנט במשך די יארן שטיבלעך אין בית שמש און אין ניו יארק.

דער רבי איז באקאנט מיט זיין קעגנערשפאט צו גזירות הדת פון די מדינת ישראל רעגירונג, צווישן זיי די אריבערגאנג פון די לייכטע באן אויף בר-אילן גאס אין ירושלים[1], חיטוטי שכבי, חילולי שבת, און גזירת גיוס בנים ובנות[מקור פארלאנגט]. בפרט נאכ'ן הסתלקות פון רבי יצחק טוביה ווייס, דער ירושלימ'ער רב, ווערט דער רבי פארעכנט אלס איינע פון די פירנדיגע מנהיגים אינערהאלב די העדה החרדית[מקור פארלאנגט]. ער איז אויך געווען פון די אוסרים צו גראבן אין די גולובנציץ שטח[מקור פארלאנגט]

פאמיליע

זין

איידעמער

זיין יונגערע ברודער איז רבי עקיבא ראבינאוויטש, דער פאריסובער רבי.

ספרים

  • ומפשטיו לישראל - איבער די איסור פון ערכאות

קישורים חיצוניים

רעפערענצן