אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דרעפט:רמב"ם"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע. פראבע אנצוהייבן אלס דרעפט)
 
ק (הגהה)
שורה 3: שורה 3:
אין דער יידישער געשיכטע, פון גרעסטן  
אין דער יידישער געשיכטע, פון גרעסטן  
איינפלוס אין רעליגיעזן יידנטום, בא-  
איינפלוס אין רעליגיעזן יידנטום, בא-  
קאַנט אויך אין דער אַלגעמײנער געשים- |
קאַנט אויך אין דער אַלגעמײנער געשיכ טע פון פילאָזאָפּיע אַלס "מײימאַנידעס"  
טע פון פילאָזאָפּיע אַלס , מײימאַנידעס"  
 
-- דער רמב"ם (,רבנו משה בן מימון")  
דער רמב"ם ("רבנו משה בן מימון")  
איז געבוירן געװאָרן אין קארדאווא אין  
איז געבוירן געװאָרן אין קארדאווא אין  
שפּאַניע ערב פּסח ד' אלפים תתצ"ה  
שפּאַניע ערב פּסח ד' אלפים תתצ"ה  
(1135) און איז געשטאָרבן אין פאסטאט  
(1135) און איז געשטאָרבן אין פאסטאט  
אין מצרים, כ' טבת ד' אלפים תתקס"ה  
אין מצרים, כ' טבת ד' אלפים תתקס"ה  
(1204), אין דער יגנט האָט דער  
(1204). אין דער יגנט האָט דער  
רמב"ם געלערנט ביי זיין פאָטער רבי  
רמב"ם געלערנט ביי זיין פאָטער רבי  
מימון ניט נאָר יידישער לימודים נאָר אויך  
מימון ניט נאָר יידישער לימודים נאָר אויך  
שורה 22: שורה 22:
נאָך פיל וואנדערונגען באַזעצט זיך אין  
נאָך פיל וואנדערונגען באַזעצט זיך אין  
פעץ (פעס) אין צפון-אַפריקע, אין יאָר  
פעץ (פעס) אין צפון-אַפריקע, אין יאָר  
0 אָבער אויך דאָרט איז פאָרגעקומען  
0 אָבער אויך דאָרט איז פאָרגעקומען אַ גזרת שמד אויף יידן דורך די מאכמעדאנער און נאָכדעם וי רבי מימון און זיינע קינדער האָבן געלעכט עטלעכע יאָר אין געהיים אַלס יידן זענען זיי פון דאָרט אַנטלאָפן איבער ארץ-ישראל קיין מצרים (לערך 1168), און זיי האָבן זיך באַזעצט צוערשט אין אַלעקסאַנדריע און דערנאָך אין פאַסטאָט לעבן קאחהיר. דער רמב"ם האָט דאָ געליטן פיל פאמיליע-ליידן, זיין פּאָטער איז געשטאָרבן, און זיין ברודער רבי דוד, וועלכער האָט געהאַנדלט מיט  
אַ גזרת שמד אויף יידן דורך די מאכ"
מעדאנער און נאָכדעם וי רבי מימון און  
זיינע קינדער האָבן געלעכט עטלעכע יאָר  
אין געהיים אַלס יידן זענען זיי פון דאָרט  
אַנטלאָפן איבער ארץ-ישראל קיין מצרים  
(לערך 1168), און זיי האָבן זיך באַזעצט  
צוערשט אין אַלעקסאַנדריע און דערנאָך  
אין פאַסטאָט לעבן קאחהיר. דער רמב"ם  
האָט דאָ געליטן פיל פאמיליע-ליידן, זיין  
פּאָטער איז געשטאָרבן, און זיין ברודער  
רבי דוד, וועלכער האָט געהאַנדלט מיט  
בריליאנטן און דערמיט אויסגעהאלטן די  
בריליאנטן און דערמיט אויסגעהאלטן די  
גאַנצע פאַמיליע, איז דערטרונקען גע-  
גאַנצע פאַמיליע, איז דערטרונקען גע-  
שורה 83: שורה 72:
רופן ,יד החזקה", און דער ,,מורה נבו"  
רופן ,יד החזקה", און דער ,,מורה נבו"  
כים".  
כים".  
אויף דעם ,משנה תורה" (;יד החז-  
אויף דעם ,משנה תורה" (;יד החז-  
קה" הייסט עס וייל י"ד איז 14 און  
קה" הייסט עס וייל י"ד איז 14 און  

רעוויזיע פון 18:28, 12 מערץ 2024

משה בן מימון (רמב"ם) איינער פון די באַדייטנדסטע פּערזעגלעכקייטן אין דער יידישער געשיכטע, פון גרעסטן איינפלוס אין רעליגיעזן יידנטום, בא- קאַנט אויך אין דער אַלגעמײנער געשיכ טע פון פילאָזאָפּיע אַלס "מײימאַנידעס"

דער רמב"ם ("רבנו משה בן מימון") איז געבוירן געװאָרן אין קארדאווא אין שפּאַניע ערב פּסח ד' אלפים תתצ"ה (1135) און איז געשטאָרבן אין פאסטאט אין מצרים, כ' טבת ד' אלפים תתקס"ה (1204). אין דער יגנט האָט דער רמב"ם געלערנט ביי זיין פאָטער רבי מימון ניט נאָר יידישער לימודים נאָר אויך וועלטלעכע לימודים, אין יאָר 1148 איז מימון געווען געצואונגען צו אַנט- לויפן מיט זיין פאמיליע פון שפּאַניע צוליב די פאַרפאָלגונגען אויף יידן דורך דער פאַנאַטישער מאַכמעדאנער סעקטע די אַלמוהאדן; ער האָט מיטגענומען מיט זיך זיינע צוויי זין, דוד און משה. אין נאָך פיל וואנדערונגען באַזעצט זיך אין פעץ (פעס) אין צפון-אַפריקע, אין יאָר 0 אָבער אויך דאָרט איז פאָרגעקומען אַ גזרת שמד אויף יידן דורך די מאכמעדאנער און נאָכדעם וי רבי מימון און זיינע קינדער האָבן געלעכט עטלעכע יאָר אין געהיים אַלס יידן זענען זיי פון דאָרט אַנטלאָפן איבער ארץ-ישראל קיין מצרים (לערך 1168), און זיי האָבן זיך באַזעצט צוערשט אין אַלעקסאַנדריע און דערנאָך אין פאַסטאָט לעבן קאחהיר. דער רמב"ם האָט דאָ געליטן פיל פאמיליע-ליידן, זיין פּאָטער איז געשטאָרבן, און זיין ברודער רבי דוד, וועלכער האָט געהאַנדלט מיט בריליאנטן און דערמיט אויסגעהאלטן די גאַנצע פאַמיליע, איז דערטרונקען גע- װאָרן פאָרנדיק אויף אַ שיף. דער רמב"ם האָט אין פאַסטאט לעבן קאירא, ואו עס איז געווען דער הערשנדער הויף פון | עגיפּטישן סולטאַן, גענומען לערך דעם יאָר 1170 פּראַקטיצירן אַלס דאָקטאָר מע- דיצין און ער האָט שנעל זיך דערװאָרבן אַ נאָמעןן אַלס באַרימטער דאָקטאָר. ער איז געווען לייב-דאָקטאָר צוערשט פון גרויס-וויזיר און דערנאָך פון סולטאן סא" לאדין און הויף. דורך דער גאַנצער צייט, (אין צפון-אַפריקע און מצרים) האָט ער אויך פאַרעפנטלעכט ספרים, און ער איז געווען באַרימט אלס גרויסער למדן און דענקער, די יידן אין מצרים האָבן אים באַשטימט צוערשט אַלס זייער פירער מיטן טיטל נגיד (אַזאַ מיינונג איז פאַראַן ביי טייל היסטאָריקער). ער האָט פאַר זיינע דאָזיקע יידישע אָמטן ניט גע- | נומען קיינע געלט-באַלױנונג, גאָר פאַר- קערט, פון זיינע געלט געבויט שולן, ישי- בות, צעטיילט פיל צדקה. זיין נאָמען אי געװאָרן באַרימט ניט נאָר אין מצרים נאָר אויך אין אַלע וייטע לענדער, וואו עס האָבן געוואוינט יידן. מען האָט זיך געװענדעט צו אים איבעראל מִיט שאלות ותשובות. דער רמכ"ם איו געשטאָרבן אין עלטער פון 70 יאָר, און װי עס ווערט דערציילט האָט מען אים געפירט פון מצרים קיין ארץיישואל און קובר געווען אין טבריה, וואו מען ווייזט אָן ביז הייג" טיקן טאָג אויף דעם קבר פון רמב"ם, אין יאָר 1928 האָט מען אין דער גנאג" צער יידישער וועלט געפייערט דעם 800 יאָריקן יובל פון רמב"מס געבורט; עס זענען דערשינען פיל ספרים אין פאַרשי- דענע שפּראַכן וועגן רמב"ם. -- דער רמב"ם האָט געהאַט אַן איינפלוס אויף דעם גאַנצן יידישן רעליגיעזן לעבן אין פאַרלויף פון הונדערטער יאָרן דורך זיי- נע פיל ספרים, וועלכע זענען געווען אַ וועגווייזער אין אַלע געביטן, אין הלכה, אין פילאָזאָפיע, אין עטיק און אין טייל װיסענשאַפטלעכע געביטן, די צוויי הויפּט- ספרים פון רמב"ם זענען דער משנה תורה?" אָדער װי מען האָט עס אויך גע" רופן ,יד החזקה", און דער ,,מורה נבו" כים".

אויף דעם ,משנה תורה" (;יד החז- קה" הייסט עס וייל י"ד איז 14 און דאָס ספר באַשטײט פון 14 אָפּטײלונגען, ספרים) האָט דער רמב"ם געאַרבעט 10 יאָר און האָט אים געענדיקט אין יאָר 0, דאָס איז די זאמלונג פון אַלע הלכות װאָס זענען פאַראַן צעשפּרײט אי" בער דעם תלמוד, סיי בבלי און סיי ירו" שלמי, וי אויך אַנדערע ספרים פון תנאים און אמוראים, װי ספרא, ספרי. תוספתא און אַנדעדע. זיי זענען דורכן רמב"ם געװאָרן קלאסיפיצירט, איינגע- טיילט לויט זייער שייכות, װוי הלכות שבת באזונדער, החלכות קרבנות באַזונ- דער און אַזױ כסדו: דער רמב"ם האָט אויסגעמיטן די אַלע קשיות און תירוצים און שקלא וטריאס װאָס זענען פאַראַן אין תלמוד און ער האָט געגעבן נאָר דעם תמצית פון דער הלכה; דאָס ספר ,,משנח תורה" איז געשריבן אין אַ קלאָרן הע- ברעאישן משנה-סטיל, אַזױ אַז יעדער זאָל עס קאָנען פאַרשטיין. אין אָנהויב פון משנה תורה גיט דער רמב"ם אויך אַלס ,,הלכה" געוויסע פילאָזאָפישירעלי- גיעזע עקרים און לימודים וװעגן דער געטלעכקייט, גוטער אויפירונג פון מענטש, הנחגות אין עסן, קליידונג, הי" גיענע וכדומה; דאָס האָט דער רמב"ם אָנגערופן ספר המדע. דער רמב"ם שרייבט אין זיין הקדמה, אַז ער האָט דעם משנה תורה מחבר געווען, ווייל די צרות זענען געװאָרן גרויס און קיינער האָט ניט קיין צייט און עס איז שװוער צו לערנען די גמרא און די פּירושים פון די גאונים, און ער האָט דעריבער גע" געבן פאַר דעם פאָלק דאָס ספר, כדי נאָב- דעם װי מען האָט געלערנט תורה װועט מען אַדורכלערנען דאָס ספר און ויסן אַלע הלכות, אויף דעם משנה תורה זע" נען געשריבן געװאָרן פיל השגות (קרי- טיק) און פּירושים. די וויכטיקסטע פון זיי זענען די ,,השגות" פון רבי אברהם בן דוד (ראב"ד), און פון די פּירושים דער ,כסף משנה" פון רבי יוסף קאר דער משנה תורה פון רמב"ם אין נאָך ביים רמב"מס לעבן אָנגענומען געװאָרן ביי אַלע יידן, און הגם עס זענען געווען טייל װאָס האָבן אים קריטיקירט, וייל זי האָבן מורא געהאַט אַז דאָס װעט אינגאַנצן מבטל מאַכן דאָס לערנען גמרא, איז אָבער דאָס ספר אָנגענומען געװאָרן אַפילו דורך די קעגנער. מען רופט דאָס ספר אין דער לומדים:וועלט מיטן סתם- נאָמען ,דער רמב"ם?, למשל, ,דער רמב"ם פּסקנט" וכדומה, | דאָס צווייט גוויס און װויכטיק ספר פון רמב"ם, װאָס האָט אָבער אַרױסגע- רופן אויך גרויסע קעגנערשאפט, איז דער ,,מורה נבוכים", װעלכן דער רמב"ם האָט געשריכן אין דער אַראַבישער שפּראך און ער איז איבערזעצט געװאָרן אין העברעאיש דורך רבי שמואל אבן תבון (פאַראַן נאָך אַן אַנדערע איבער- זעצונג פון רבי יהודה אל חריזי); דער טייטש פון ,,מורה נבוכים? אי: ,וועג- ווייזער פאַר די בלאָנדזשענדע". כדי צו פאַרשטיין די באַדײיטונג און דעם איג- פלוס פון /,מורה נבוכים? דאַרף מען ווייסן, אַז דעמאָלט איז געווען אַ צייט פון אויפלעבונג פון פילאָזאָפיע און ווי" סנשאַפטן אין די אַראַבישע לענדער. וועלכע האָבן זיך געצויגן פון שפּאַניע (אוֹן אין אַ געוויסער מאָס אויך פון דרום-פראנקרייך) איבער אַלע לענדער פון צפון-אַפריקע ביז מיטל-אַזיע. דאָס איז געווען די גלאַנץ עפּאַָכע פון דער אַראַבישער קולטור; די ווערק פון די אֵל- טע גריכישע פילאָזאָפן, באַזונדערס פון אַריסטאָטעלס, זענען געווען גרינטלעך שטודירט סיי דורך די אַראַבישע דעג- קער, סיי אויך דורך די יידישע געביל- דעטע פּערזענלעכקייטן אין יענער צייט, עס זענען אַנשטאַנען פּראָבלעמען, וועל- כע האָבן אָנגערירט די יסודות פון יעדער אמונה בכלל, אַזעלכע פראגן, וי דאָס זוכן באווייזן אַז עס אין פאַראַן אַ גאָט, װאָס האָט די װעלט באַשאַפן און פירט די װעלט (,מציאות השם'), דאָס פּראָ- בלעם פוֹן ,ידיעה ובחירה? (זע זוב" װאָרט ,,ידיעה ובחירה"), דאָס פּראָבלעם וי קאָן מען גאָט,. װאָס איו אַ גייסטי" קייט, צושרייבן אַזעלכע אינשאַפטן װי גוט, רחמן וכדומה, די דאָזיקע פּראָבלע- מען, וועלכע זענען אייגנטלעךף דער רע זולטאט פון ניט פאַרלאָזן זיך אויף טרא" דיציע אַלײן אין אמונה-זאַכן, נאָר דאָס וועלן פאָרשן די אַלע גלויבונגען אין ליכט פון וויסנשאפט װאָבן אַ סך געבילדעטע יידן אין יענער צייט אַראָפּגעפירט פון וועג פון אמונה. עס איז אַנטשטאַנען די הויפּט-פראגע: צי קאָן מען איסגלייכן רעליגיע מיט ויסנשאַפט. דעם דאָזיקן ציל האָט געהאַט פאַר זיך דער רמב"ם, ווען ער האָט געשריבן דעם ,,מורה נבו- כים", דעם ,וועגווייזער פאַר די בלאָ:- דזשענדע". ער האָט אים געשריבן פאַר זיינס אַ תלמיד רבי יוסף אבן עקנין. און ער האָט אים געשריבן מיט אַ כוונה אין דער אַראַבישער שפּראַך, כדי ער זאָל זיין צוגענגלעך פאַר די דעמאָלטיקע יידישע משכילים. וװעלכע הװאָבן העברעאיש שװאַך פאַרשטאַנען אָבער די גרעסטע ווירקונג האָט דאָס ספר געהאַט אין זיין העברעאישער איבערזעצונג אויף פיל דורות יידישע פאָרשער און דענקער, דער ,,מורה נבוכים" באַשטײט פון עטלעכע טיילן. דער 1טער באַהאַנדלט די גנע" מען און די תארים, אַטריבוטן, פון גאָט, װאָס ווערן געבראַכט אין תנ"ך, װוי, למשל גאָט איז גוט, באַרמהאַרציק וכדומה; דער רמב"ם דערקלערט דאָס אַלץ אין אַלעגא- רישן זין (זֹע זוכװאָרט ,אַלעגאריע) און ער האַלט, אַז איבֿערהויפּט קאָן מען די תארים, די ,, מעלות", פון דער געט" לעכקייט נאָר נעמען אין געגאַטיון זין, דאָס הייסט, אַז ווען מיר זאָגן ,גאָט איז גוט", מיינען מיר דערמיט, אַז וועגן גאָט קאָן מען ניט זאָגן אַז ער איז שלעכט, דער צווייטער טייל באַהאַנדלט די באַ- ווייזן וועגן דער עקזיסטענץ פון גאָט און דער שאַפונג פון דער װועלט, וי אויך דעם ועזן פוֹן דער נבואה דערשיינונג, דער דריטער טייל באַהאַנדלט די באַצי- אונג פון גאָט צו מענטש, די פראבלע- מען פון גוט און שלעכט, שכר ועוגש, ידיעה ובחירה, דער געטלעכער השגחה, וי אויך די טעמים פון די מצוות פון דער תורה. אין דעם פילאָזאָפישן טייל פון ספר גייט דער רמב"ם אין דער שיטה פון אַלט-גריכישן פילאָזאָף אַריסטאָטל, מיטן אויסנאם פון פּראָכלעם וועגן דער וועלט-שאַפונג, אין וועלכער אַריסטאָטל (אַריסטו) האַלט פון ,קדמות העולם, אַז די װועלט עקזיסטירט פון אײביק אָן און דער רמב"ם האַלט פון ,,חידוש העו" לם", אַז די וועלט איז באַשאַפן געװאָרן

יש מאין", פון גאָרנישט. דער ,מורה

נבוכים? האָט שוין ביים רמב"מס לעבן אַרויסגערופן אַ שטורם פון קעגנערשאַפט ביי אַ סך פרומע יידישע גדולים, וועלכע האָבן געהאַלטן, אַז פיל מיינונגען זענען קעגן דער אמונה. באונדערס דעם רמב"מס מיינונג וועגן דער עקזיסטענץ פון גוף און נשמה נאָכן טויט, זיי האָבן חושד געווען, אַז דער דמב"ם לייקנט אין תחיית המתים: דערויף האָט דער רמב"ם אָנגעשריבן זיין , מאמר תחיית המתים", אָבער דאָס האָט ניט געהאָלפן. די קעג- נער האָבן געהאַלטן, אַז איבערהויפּט איז דער גאַנצער דרך צו פארנעמען זיך מיט פילאָזאָפיע און פּרואװון אויסטייטשן אמונה-זאַכן מיט דער הילף פון חקירה אַ פאַלשער, און ער ברענגט דערצו, אַז מען גייט אַװעק פון דער אמונה בכלל. נאָכן טויט פון רמב"ם האָט אין דרום- פראנקרייך און שפּאַניע זיך צעפלאַקערט דאָס פייער פון מחלוקה אַרום דעם רמב"מס ,,מורה נבוכים"; אַזעלכע גרוי" סע לומדים ווי רבי שלמה מן ההר, רבנו יונה (זע ,יונה פון געראנדי") און אַנ" דערע האָבן מחרים געווען דאָס ספר און אויך דעם טייל ,,ספר המדע" פון ,,מש- נה תורה". מען האָט דערפירט דערצו אַז גלחים האָבן פאַרברענט דעם ,מורה נבוכים". דער דאָזיקער קאַמף איז גע- פירט געװאָרן דורך פיל דורות ביז דער לעצטער צייט. גאָר פרומע יידן, באַזונ" דערס לעצטנס אין די קרייזן פון חסידים, הנם זיי האָבן ניט געוואגט צו רעדן קעגן רמב"ם, וועגן וועלכן זיי האָבן גערעדט מיט דרך ארץ און גערופן ,דער רמב"ם זיל", האָבן אָבער ניט געלאָזט לערנען אין מורה נבוכים. דער מורה נבוכים האָט געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף דעם רעליגיעז-פילאָזאָפישן געדאנקענגאנג ניט נאָר אין דער יידישער נאָר אויך אין דער ניט-יידישער ועלט, אויף אַזאַ קריסט- לעכן סכאָלאסטיקער וי אַלבערט מאַג" נוס, און אויך אויף אַלגעמײנע פילאָ- זאָפן וי שפּינאזא און אַנדערע. ער איז איבערזעצט געװאָרן אין פיל אײראָפּע- אישע שפּראַכן (לאַטײן, דייטש,. פראנ" צויזיש, ענגליש און אַנדערע). צום מורה נבוכים זענען געשריבן געװאָרן פיל פּירו- שים פון אפודי, אברבנאל, שלמה מימון (,גבעת המורה") און אַנדערע. לעצ- טנס איז ער דערשינען אין תל:אביב מנוקד מיט אַ פּירוש און איינלייטונג פון דר. יהודה קויפמאַן. אחוץ די דאָזיקע צוויי הויפּט-ספרים האָט דער רמב"ם מחבר געווען אויך אַנ- דערע ויכטיקע ספרים: 1) ,ספר המצוות? (אין אַראַביש, איבערזעצט אין העברעאיש), 2) פּירוש אויף משניות (אין אַראַביש, איבערזעצט אין העברע- איש, געדרוקט צום סוף פון די גמרות) צו וועלכן עס זענען צוגעגעבן צום פּירוש אויף אבות אויך די , שמונה פּרקים" איבער עטיק און היגיענע: 3) שאלות ותשובות ,,פּאַר הדור"; 4) ,,אגרת תימן" (וועגן משיה און פאַלשׂע משיחים; 6) ,אגרת השמד" (גרינגער צו מאַכן די לאגע פון די אנוסים, וועלכע זענען גע" ווען געצוואונגען עפנטלעך צו אַנערקע- נען די מאַכמעדאַנישער רעליגיע און אין געהחיים זענען זיי געבליבן יידן)+ 8) ,,מלות הגיון? איבער לאָגיק און פילאָ- זאָפישע באַגריפן; 6) ,פּרקי משה" אי- בער מעדיצינישע פראגן, אויך אַנדערע ספרים, װאָס וועגן טייל פון זיי איז אַ צווייפל צי זיי שטאַמען פון רמב"ם (,,פּרקי ההצלחה" און אַנדערע), אין זיין פּירוש המשניות צום פּרק חלק אין סג- הדרין באַהאַנדלט דער רמב"ם אויך די פראגע, װאָס זענען די עקרים, די הויפּט- יסודות פון דער ידישער אמונה, און ער רעכנט דאָרט אויס די עקרים, פון וועלכע עס זענען סטיליזירט געװאָרן די 8 ;אני מאַמין", װאָס זענען אַרײן- גענומען געװאָרן אין סידור צו זאָגן יעדן טאָג נאָכן דאַװענען. עס איז אויך צו פאַרצייכענען די מיי" נונג-פאַרשידענקייט, װאָס איז אַנשטאַ- נען צווישן די היסטאָריקער אין דער פראגע, צי האָט דער רמב"ם ווען ער איז געווען אין פעץ אין צפון-אַפריקע, בעת דער שמד:גזרה, אַנגענומען לפּנים די מאַכמעדאַנישער רעליגיע. אַזאַ באַשולדי- קונג איז געבראַכט געװאָרן קעגן רמב"ם דורך זיינס אַ שונא, אַן אַראַבישן דאָק- טאָר, וועלכער האָט וועגן דעם פארמטרט דעם רמב"ם צום עגיפּטישן סולטאַן און דעם רמב"מס לעבן איז געווען דאַדורך אין געפאַר,. טייל היסטאָריקער (גייגער און אַנדערע) האָבן געהאַלטן די באַשול- דיקונג פאַר אַ ריכטיקע, אָבער אַ גאַנצע ריי אַנדערע היסטאָריקער (מונק און אַג- דערע) האָבן באַװויזן, אַז די באַשולדיקונג איז אַ פאַלשע, דער כבוד און די השפּעה פון רמב"ם ביי אַלע יידן איז געווען גרויס סיי ביי זיין לעבן און סיי נאָכן טויט. וען מען איז אין ירושלים געוואויר געװאָרן פון רמב"מס פּטירה האָט מען אין דער הפ- טרה געזאָגט דעם ספּור פון עלי אין ספר שמואל מיט די ווערטער ,כי נלקח ארון אלהים". מען האָט געשריבן אויף אים ,,ממשה ועד משה לא קם כמשה", ,פון משה רבנו איז ניט געוען אַזױ װוי דער רמב"ם". אין תימן האָט מען אין קדיש געזאָגט ,,בחיי דמרנא ורבנא רבנו משה בן מימון". ועגן רמב"ם זענען גע- שריבן געװאָרן זייער פיל ספרים און בי" כער און אָפּהאַנדלונגען. אין דוד יעלינס

רבי משה בן מימון? (ווארשע 1808)

איז פאַראַן אַ ביבליאָגראפיע פון די אלע אױיטגאַבן; אָבער זינט דעמאָלט זענען צו" געקומען נאָך פיל אַנדערע אַױבעטן, באַ- זונדערס אין יאָר 1988 ווען מען האָט געפייערט דעם 800 געבורט-יאָר פון רמב"ם. עס איז אויך פאַראַן אַ בילך פון רמב"ם, אָבער דאָס בילד שטאַמט פון זייער אַ שפּעטער צייט און איז וואף- שיינלעך אַ פאַלסיפיקאט; דאקעגן איז פאַראַן די אייגענע האַנטשריפט פון רמב"ם און זיין אונטערשריפט. -- זע אויך גרעץ ,דברי ימי ישראל; דעם מבוא פון קויפמאן (אבן שמואל) צום . ,מורה נבוכים'; אחדר העם השכל" (אין על פּרשת דרמים. ‏


Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. העלפט איבערשרייבן!