אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אחשוורוש"

3,049 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 1 יאָר
←‏זיין כאראקטער: פארברייטערט
(←‏זיין כאראקטער: פארברייטערט)
צייכן: רויע רעדאגירונג
שורה 52: שורה 52:


==זיין כאראקטער==
==זיין כאראקטער==
אין מסכת מגילה ווערט געברעגנט א מחלוקת צווישן [[רב]] און [[שמואל]] לגבי אחשוורוש'ס כאראקטער: איינער האט געהאלטן ער איז געווען א קלוגער, און דער צווייטער האלט אז ער איז געוון א נארישער{{הערה|{{בבלי|מגילה|יב|א}}.}}. אין [[מדרש]] ווערט געברעגנט אז אחשוורוש איז געווען א חנף, און דער מדרש ווייזט אן אז ער האט גע'הרג'עט זיין ווייב צוליב זיין פריינט, און זיין פריינט צוליב זיין ווייב{{הערה|אסתר רבה פתיחה אות ט'}}. די גמרא ברענגט אויך אז אחשוורוש איז געווען א "הפכפכן", און ער האט אלץ געטוישט זיין מיינונג{{הערה|{{בבלי|מגילה|טו|ב}}.}}.
די גמרא זאגט אז אחשוורוש איז געווען פונקט אזא [[אנטיסעמיט]] ווי [[המן]], און ער האט פונקט אזוי געוואלט אויסצו'הרג'ענען די אידן. די גמרא זאגט: {{ציטוט|משל דאחשורוש והמן למה הדבר דומה, לשני בני אדם לאחד היה לו תל בתוך שדהו ולאחד היה לו חריץ בתוך שדהו. בעל חריץ אמר מי יתן לי תל זה בדמים, בעל התל אמר מי יתן לי חריץ זה בדמים. לימים נזדווגו זה אצל זה, אמר לו בעל חריץ לבעל התל מכור לי תילך, אמר לו טול אותה בחנם והלואי|{{בבלי|מגילה|יד|א}}.}}
רב האט אים פארגליכן צו [[נבוכדנצר]]: נבוכדנצר האט גע'הרג'עט פיל אידן, און אזוי האט אחשוורוש אויך געוואלט טון; נבוכדנצר האט חורב געמאכט דעם בית המקדש, און אחשוורוש האט אויך אזוי געוואלט טון, און ער האט למעשה אפגעשטעלט דאס בויען דעם [[בית המקדש]]. רב האט אריינגעטייטשט דעם אנאלאגיע אין זיין נאמען "אחשוורוש" – "אחיו של ראש ובן גילו של ראש", דער ברודער פון נבוכדנצר וואס איז געווען דער קאפ אין נבוכדנצר'ס חלום. שמואל דרש'נט זיי נאמען מלשון "שחור" – שווארץ, ווייל די אידן פנימ'ער זענען פארשווארצט געווארן אין זיינע צייט{{הערה|{{בבלי|מגילה|יא|א}}.}}.
די גמרא זאגט אויך אז די בירגער אונטער אחשוורוש האבן געליטן פון אים און זיינע שטייערן, און דרש'ענען אלס אריין אין זיין נאמען:{{ציטוט|רבי יוחנן אמר: כל שזוכרו אמר אח לראשו. ורבי חנינא אמר: שהכל נעשו רשין בימיו.|{{בבלי|מגילה|יא|א}}}}
==זיין היסטארישע אידענטיטעט==
==זיין היסטארישע אידענטיטעט==
די היסטאריע אין דער פערסישע עפאכע איז אומקלאר, און עס זענען פארהאן סתירות צווישן וואס מען זעט אין חז"ל און אין די פסוקים און וואס די גריכישע היסטאריקער האבן רעקארדירט. דאס פארשווערט צו דערגיין אויף זיכער די היסטארישע אידענטיטעט פון די מלכי פרס וואס ערשיינען אין תנ"ך, צווישן זיי אחשוורוש.
די היסטאריע אין דער פערסישע עפאכע איז אומקלאר, און עס זענען פארהאן סתירות צווישן וואס מען זעט אין חז"ל און אין די פסוקים און וואס די גריכישע היסטאריקער האבן רעקארדירט. דאס פארשווערט צו דערגיין אויף זיכער די היסטארישע אידענטיטעט פון די מלכי פרס וואס ערשיינען אין תנ"ך, צווישן זיי אחשוורוש.