אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "המכלול:שרייבן פראיעקט"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
ק (החלפת טקסט – "ליסטע טבת-שבט תשפ"ד" ב־"ליסטע אדר א'-ב' תשפ"ד")
 
(27 מיטלסטע ווערסיעס פון 4 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{פראיעקט סטאטוס|אקטיוו}}
ברוך שהגיענו לזמן הזה! מיר האבן שוין באקוקט רוב בלעטער אויפ'ן זייטל, מיר זענען צוגעקומען צו קלארקייט וויאזוי זיך צו באפאסן מיט די בלעטער אימפארטירט פון וויקיפעדיע, און יעצט קענען מיר זיך נעמען צום עיקר: שרייבן המכלול ארטיקלען!
ברוך שהגיענו לזמן הזה! מיר האבן שוין באקוקט רוב בלעטער אויפ'ן זייטל, מיר זענען צוגעקומען צו קלארקייט וויאזוי זיך צו באפאסן מיט די בלעטער אימפארטירט פון וויקיפעדיע, און יעצט קענען מיר זיך נעמען צום עיקר: שרייבן המכלול ארטיקלען!


אלע ארטיקלען דארפן געשריבן ווערן אלס דרעפטס, און נאר אריבערגעפירט ווערן צום הויפט געביט ווען זיי זענען פארטיג, ככל חוקות המכלול. (זעט אויך ווייטער). עס איז שטארק ראטזאם זיך צו באזירן און באארבעטן עטליכע מקורות צוזאמען, און נישט בלויז איבערטייטשן פון העברעאישע אדער ענגלישע וויקיפעדיע (אדער אפילו פון המכלול העברי ווען דאס ארטיקל שטאמט פון ויקיפדיה). פאר מערערע ענציקלאפעדישע רעסורסן קען מען זיך ווענדן צו {{א|צמא לדעת}}, בעז"ה.
אין די ערשטע תקופה דארפן אלע ארטיקלען געשריבן ווערן אלס דרעפטס, און נאר אריבערגעפירט ווערן צום הויפט געביט ווען זיי זענען פארטיג, לויט המכלול סטאנדארטן. (זעט אויך ווייטער, ווער עס פירט זיי אריבער און ווען). עס איז שטארק ראטזאם זיך צו באזירן און באארבעטן עטליכע מקורות צוזאמען, און נישט בלויז איבערטייטשן פון העברעאישע אדער ענגלישע וויקיפעדיע (אדער אפילו פון המכלול העברי ווען דאס ארטיקל שטאמט פון ויקיפדיה). פאר מערערע ענציקלאפעדישע רעסורסן קען מען זיך ווענדן צו {{א|צמא לדעת}}, בעז"ה.


איר הייבט זיך שוין אויף די ערמל, און איר גרייט זיך צו שרייבן. אבער וועלכע ארטיקל זאל א שרייבער שרייבן?
איר הייבט זיך שוין אויף די ערמל, און איר גרייט זיך צו שרייבן. אבער וועלכע ארטיקל זאל א שרייבער שרייבן?
   
==מה שליבו חפץ==
==מה שליבו חפץ==
איר וועט שרייבן דאס בעסטע מה שליבך חפץ ושכלך מכיר. ווילאנג איר האט נישט געענדיגט שרייבן אלע ארטיקלען אין טעמעס וואס איר ליבט די מערסטע און קענט דאס בעסטע, איז בכלל נישט קיין פראגע וואס צו אויסוועלן. דאס איז די וויכטיגסטע און דאס מערסטע געווינטשן.
איר וועט שרייבן דאס בעסטע מה שליבך חפץ ושכלך מכיר. ווילאנג איר האט נישט געענדיגט שרייבן אלע ארטיקלען אין טעמעס וואס איר ליבט די מערסטע און קענט דאס בעסטע, איז בכלל נישט קיין פראגע וואס צו אויסוועלן. דאס איז די וויכטיגסטע און דאס מערסטע געווינטשן. הגם פון די אנדערע זייט דארפט איר זיין גרייט אז ס'גייט זיך שלעפן ביז ווען מ'גייט דורך מער יסודות'דיגע זאכן, אבער ווען עס וועט זיך אייך איינגעבן, און אייער ארטיקל אויף אייער באליבטע טעמע וועט אריבערגעפירט ווערן צום הויפט געביט, וועט זיך גארנישט גלייכן צו אייער שמחה און באפרידיגונג.


הגם פון די אנדערע זייט דארפט איר זיין גרייט אז דער ארטיקל גייט אינגאנצן נישט דורכגיין קיין חשיבות אפהאנדלונג{{?}}, אדער ס'גייט זיך שלעפן ביז ווען מ'גייט דורך מער יסודות'דיגע זאכן. ווען עס וועט זיך אייך איינגעבן, און אייער ארטיקל אויף אייער באליבטע טעמע וועט אריבערגעפירט ווערן צום הויפט געביט, וועט זיך גארנישט גלייכן צו אייער שמחה און באפרידיגונג.
פארשטייט זיך, אז כדי אן ארטיקל זאל בכלל ווערן אנגענומען דארף עס האבן [[המכלול:ענציקלאפעדישע וויכטיגקייט|ענציקלאפעדישע וויכטיגקייט]] אויך אין די אויגן פון אנדערע. שטרענגט אייך נישט אן צו מאכן אן ארטיקל איבער די ברוינע הויז אויף ראסס סטריט, למשל, אויך אויב איז עס גאר באליבט ביי אייך.


ווען דאס ארטיקל איז, לויט אייך, פארטיג, ביטע זייט מודיע דערוועגן{{וואו?}}. דרעפטס וועלן אריבערגעפירט ווערן דורך די ערפארענע מכלולאים {{א|שמש מרפא}}, {{א|מקוה}}, {{א|יואל ווייס}}, {{א|נייטראלער}}. (דאס וועט זיך מעגליך טוישן אין צוקונפט, לויט וויאזוי די קהילה וועט באשליסן). אויב איז געווען א וויקיפעדיע ארטיקל אויף די נושא, דארף דער נייער ארטיקל אנטהאלטן אלע נוצליכע אינפארמאציע פונעם וויקי ארטיקל איידער עס ווערט אריבערגעפירט - וואס דאן קען מען שוין מעקן דעם וויקיפעדיע ארטיקל צו מזל.
ווען דאס ארטיקל איז, לויט אייך, פארטיג, ביטע זייט [[המכלול:אריבערפירן דרעפטס|דא]] מודיע דערוועגן. דרעפטס וועלן אריבערגעפירט ווערן דורך די [[המכלול:מנטר|מנטרים]]. אויב איז שוין פארהאן א רויע ארטיקל אויף די נושא, דארף דער נייער ארטיקל אנטהאלטן אלע נוצליכע אינפארמאציע פון יענעם ארטיקל איידער עס ווערט אריבערגעפירט - וואס דאן קען מען שוין מעקן דעם רויען ארטיקל צו מזל.


==ערכי יסוד==
==נויטיגע ארטיקלען==
איר ווילט באשרייבן פארשידענארטיגע ארטיקלען און איר ווייסט נישט מיט וואס אנצוהייבן? איר ווילט שרייבן עפעס אן ספיקות איבער ענציקלאפעדישע חשיבות, עפעס וואס וועט זיכער אריבערגעפירט ווערן ווי נאר עס איז גרייט? דאן איז א גוטע געדאנק אנטייל צו נעמען אינעם געמיינזאמען פראיעקט, צו ערזעצן און צושטעלן די וויכטיגסטע און מערסט-געפאדערטע ארטיקלען על טהרת המכלול.
איר ווילט באשרייבן פארשידענארטיגע ארטיקלען און איר ווייסט נישט מיט וואס אנצוהייבן? איר ווילט שרייבן עפעס אן צו האבן ספיקות איבער ענציקלאפעדישע חשיבות, עפעס וואס וועט זיכער אריבערגעפירט ווערן ווי נאר עס איז גרייט? דאן איז א גוטע געדאנק אנטייל צו נעמען אין איינע פון די געמיינזאמע פראיעקטן, צו ערזעצן און צושטעלן די וויכטיגסטע און מערסט-געפאדערטע ארטיקלען על טהרת המכלול.


יעדן אנהייב חודש וועט אי"ה ארויסגעשטעלט ווערן א ליסטע ([[באַניצער:צמא לדעת/שרייבן פאזע/ליסטע טבת תשפ"ג (ביישפיל)|ביישפיל]]), וואס וועט אנטהאלטן געציילטע געציילטע ארטיקלען פון יעדע פון די פאלגנדע קאטעגאריעס:
פארשידענע אזעלכע פראיעקטן ווערן פלאנירט, אבער צוויי פון זיי זענען שוין אקטיוו און אין פולסטן שוואונג. אין ביידע פון זיי איז דער פראצעדור גענוי ווי ביים ערשטן סארט ארטיקל (וואס יעדער יחיד נעמט זיך אונטער לויט זיין באגער, און דארף גרונטליכע איבערזיכט איידער עס ווערט אריבערגעפירט דורך די באשטימטע מכלולאים), דער עיקר חילוק איז נאר אז דער שרייבער ווייסט שוין פון פאראויס אז מ'ווארט אויף דעם ארטיקל. די געשריבענע ארטיקלען וועלן אויך ענדערש קענען גערעכנט ווערן צום [[המכלול:אבן הפינה|אבן הפינה]] ציל.
* [[המכלול:וויכטיגסטע ארטיקלען]]
* [[:קאַטעגאָריע:אידישקייט ארטיקלען צו פארברייטערן]]
* [[:קאַטעגאָריע:עלעמענטארע ארטיקלען צו פארברייטערן]]
* מערסט באזוכטע בלעטער אינעם וויקיפעדישן געביט (לויט גוגל אנאליטיקס און [[באַזונדער:סטאטיסטיק]])
* ארטיקלען איבער עניני דיומא אין קומענדיגן חודש
* ארטיקלען איבער נייעס וואס וועט זיך כפי הנראה פארציען און זיין אקטועל אין קומענדיגן חודש
* [[באַזונדער:געזוכטע בלעטער]], ובפרט די וועלכע געפינען זיך אינעם וויקיפעדישן געביט (דאס וועט מען גרינג קענען זען דורכ'ן [[באַניצער:צמא לדעת/redlinks.js|ספעציעלן סקריפט]]).


אין די ליסטע וועט זיין מערסטענס צוויי-דריי ארטיקלען פון יעדע אזא סארט, און אלע חברים וועלן איבערקוקן די ליסטע און יעדער קען נעמען מערסטענס צוויי-דריי פון זיי אויף זיך, אפצושרייבן אין קומענדיגן חודש. וחוזר חלילה.
===צענטראלע ארטיקלען===
דער פראיעקט איז באזירט אויף [[המכלול:צענטראלע ארטיקלען|א ליסטע]] פון ארטיקלען וועלכע זענען גענוג צענטראל, יעדער אין זיין געביט, און זענען אבער פארט גענוג לייכט און געשמאק צו שרייבן.


דער פראצעדור איז דא גענוי ווי ביים ערשטן סארט ארטיקל (וואס יעדער יחיד נעמט זיך אונטער לויט זיין באגער, און דארף גרונטליכע איבערזיכט איידער עס ווערט אריבערגעפירט דורך די באשטימטע מכלולאים), דער עיקר חילוק איז נאר אז דער שרייבער ווייסט שוין פון פאראויס אז מ'ווארט אויף דעם ארטיקל. געשריבענע ארטיקלען פון די ליסטע וועלן אויך ענדערש קענען גערעכנט ווערן צום [[המכלול:אבן הפינה|אבן הפינה]] ציל.
===בית אב===
דער פראיעקט איז באזירט אויף [[המכלול:בית אב|א ליסטע]] פון ארטיקלען וועלכע שטייען "העכער" אין קאטעגאריע אדער באגריף ווי עקזיסטירנדע ארטיקלען, און זענען אבער פארט גענוג לייכט און געשמאק צו שרייבן.
 
===אקטועלע ארטיקלען===
דער פראיעקט איז א באזירט אויף א ליסטע וואס ווערט אפדעיטעד יעדע שטיק צייט, און רעכנט אויס ארטיקלען וועלכע זענען וויכטיג און אקטועל אין די קומענדיגע תקופה, ווי אויך גרינג און געשמאק צו שרייבן אויף א פראפעסיאנאלן ניווא.
 
פאר די יעצטיגע ליסטע, זעט [[#איצטיגע ליסטע|אונטן]].


==שנעלע ארטיקלען==
==שנעלע ארטיקלען==
א שיינע צאל ארטיקלען לויפן לויט א באשטימטע דפוס. דאס רעכנט אריין ארטיקלען איבער דאטומען, יארן, טעג פון דער וואך, נומערן, אותיות, און להבדיל בוכשטאבן. זיי שרייבן זיך געווענליך שנעלער, און מ'קען גרינג זען צי דער ארטיקל איז גרייט. (טייל פון זיי זענען שוין אריינגעשטעלט געווארן אין די [[:קאַטעגאָריע:אלף כסף ערזעצבאר|אלף כסף ערזעצבאר קאטעגאריע]], נעמט א [[באזונדער: דף אקראי בקטגוריה/אלף כסף ערזעצבאר|צופעליגע ארטיקל]] אויב איז אייך נישט קיין נפקא מינה).
א שיינע צאל ארטיקלען לויפן לויט א באשטימטע דפוס. דאס רעכנט אריין ארטיקלען איבער דאטומען, יארן, טעג פון דער וואך, נומערן, אותיות, און להבדיל בוכשטאבן. זיי שרייבן זיך געווענליך שנעלער, און מ'קען גרינג זען צי דער ארטיקל איז גרייט. (טייל פון זיי זענען שוין אריינגעשטעלט געווארן אין די [[:קאַטעגאָריע:אלף כסף ערזעצבאר|אלף כסף ערזעצבאר קאטעגאריע]]. אויב איר ווילט ארבעטן אויף אזא ארטיקל, ביטע ווענדט זיך צו {{א|צמא לדעת}} פאר אנווייזונגען און רעסורסן, וואס וועט אייך קענען שפארן אסאך איבריגע צייט און ארבעט. (עס איז מעגליך אז א גרויסע טייל פון זיי וועלן בעתיד קענען געשריבן ווערן סעמי-אויטאמאטיש).
 
ביי די סארט ארטיקלען דארף מען נישט ווארטן אויף די געקליבענע אריבערפירער, נאר סיי ווער עס זעט אז עס איז גרייט, און עס פארמאגט אלע נוצליכע אינפארמאציע (אזוי גוט אדער בעסער אראפגעשריבן) ווי דער ארטיקל פון וויקיפעדיע וואס עס קומט ערזעצן, קען עס אריבערפירן און אויסמעקן דעם רויען ארטיקל.
 
==וואס נאך?==
איר זוכט עפעס אנדערש צו שרייבן, און ביז אהער האט אייך גארנישט באפרידיגט? נישט געזארגט!


ביי די סארט ארטיקלען דארף מען נישט ווארטן אויף די געקליבענע אריבערפירער, נאר סיי ווער עס זעט אז עס איז גרייט, און עס פארמאגט אלע נוצליכע אינפארמאציע (אזוי גוט אדער בעסער אראפגעשריבן) ווי דער ארטיקל פון וויקיפעדיע וואס עס קומט ערזעצן, קען עס אריבערפירן און אויסמעקן דעם וויקי ארטיקל. (עס איז נישט אז די סארט ארטיקלען זענען באמת וויכטיגער ווי די ערשטע, פונקט פארקערט. נאר די גאנצע מעלה דערפון איז שנעלקייט און כמות, דארף כאטש זיין דאס; משא"כ די ערשטע וואס איז גרונטליכקייט און איכות).
* אין [[המכלול:געזוכטע בלעטער]] און [[המכלול:געזוכטע בלעטער/וויכטיגע]] וועט איר טרעפן ליסטעס פון טויזנטער פאטענציעלע ארטיקלען, אויסגעשטעלט אין טאבעלעס וועלכע איר קענט סארטירן לויט פארשידענע קריטעריעס.
* די ארטיקלען אויסגערעכנט אין די אמאליגע "אקטועלע ליסטעס" זענען נאך ווייטער פאסיג אויך ווען זיי זענען נישט ממש אקטועל פאר די קומענדיגע פאר וואכן. טרעפט זיי, און אנדערע פארשלאגן, אין די [[:קאַטעגאָריע:המכלול שרייב ליסטעס|המכלול שרייב ליסטעס קאטעגאריע]].
* אנדערע קאטעגאריעס וועלכע קענען אייך אינטערעסירן, זענען: [[:קאַטעגאָריע:אידישקייט ארטיקלען צו פארברייטערן]], [[:קאַטעגאָריע:עלעמענטארע ארטיקלען צו פארברייטערן]] און [[:קאַטעגאָריע:וויכטיגע ארטיקלען]].


עס איז נישט כדאי צו נעמען אויף זיך מער ווי צוויי-דריי פון די ערשטע סארטן ארטיקלען, צו שרייבן פער חודש. הגם, אויב האט איר געענדיגט און גוט אראפגעשריבן דריי ארטיקלען, נישט מיט א כאפ-לאפ געיעג צו לויפן צום קומענדיגן, וועט אייך קיינער נישט אפהאלטן פון שרייבן א פערדע.
= איצטיגע ליסטע =
{{המכלול:שרייבן פראיעקט/ליסטע אדר א'-ב' תשפ"ד}}

יעצטיגע רעוויזיע זינט 22:40, 19 פעברואר 2024

דער פראיעקט איז אקטיוו

ברוך שהגיענו לזמן הזה! מיר האבן שוין באקוקט רוב בלעטער אויפ'ן זייטל, מיר זענען צוגעקומען צו קלארקייט וויאזוי זיך צו באפאסן מיט די בלעטער אימפארטירט פון וויקיפעדיע, און יעצט קענען מיר זיך נעמען צום עיקר: שרייבן המכלול ארטיקלען!

אין די ערשטע תקופה דארפן אלע ארטיקלען געשריבן ווערן אלס דרעפטס, און נאר אריבערגעפירט ווערן צום הויפט געביט ווען זיי זענען פארטיג, לויט המכלול סטאנדארטן. (זעט אויך ווייטער, ווער עס פירט זיי אריבער און ווען). עס איז שטארק ראטזאם זיך צו באזירן און באארבעטן עטליכע מקורות צוזאמען, און נישט בלויז איבערטייטשן פון העברעאישע אדער ענגלישע וויקיפעדיע (אדער אפילו פון המכלול העברי ווען דאס ארטיקל שטאמט פון ויקיפדיה). פאר מערערע ענציקלאפעדישע רעסורסן קען מען זיך ווענדן צו צמא לדעת, בעז"ה.

איר הייבט זיך שוין אויף די ערמל, און איר גרייט זיך צו שרייבן. אבער וועלכע ארטיקל זאל א שרייבער שרייבן?    

מה שליבו חפץ

איר וועט שרייבן דאס בעסטע מה שליבך חפץ ושכלך מכיר. ווילאנג איר האט נישט געענדיגט שרייבן אלע ארטיקלען אין טעמעס וואס איר ליבט די מערסטע און קענט דאס בעסטע, איז בכלל נישט קיין פראגע וואס צו אויסוועלן. דאס איז די וויכטיגסטע און דאס מערסטע געווינטשן. הגם פון די אנדערע זייט דארפט איר זיין גרייט אז ס'גייט זיך שלעפן ביז ווען מ'גייט דורך מער יסודות'דיגע זאכן, אבער ווען עס וועט זיך אייך איינגעבן, און אייער ארטיקל אויף אייער באליבטע טעמע וועט אריבערגעפירט ווערן צום הויפט געביט, וועט זיך גארנישט גלייכן צו אייער שמחה און באפרידיגונג.

פארשטייט זיך, אז כדי אן ארטיקל זאל בכלל ווערן אנגענומען דארף עס האבן ענציקלאפעדישע וויכטיגקייט אויך אין די אויגן פון אנדערע. שטרענגט אייך נישט אן צו מאכן אן ארטיקל איבער די ברוינע הויז אויף ראסס סטריט, למשל, אויך אויב איז עס גאר באליבט ביי אייך.

ווען דאס ארטיקל איז, לויט אייך, פארטיג, ביטע זייט דא מודיע דערוועגן. דרעפטס וועלן אריבערגעפירט ווערן דורך די מנטרים. אויב איז שוין פארהאן א רויע ארטיקל אויף די נושא, דארף דער נייער ארטיקל אנטהאלטן אלע נוצליכע אינפארמאציע פון יענעם ארטיקל איידער עס ווערט אריבערגעפירט - וואס דאן קען מען שוין מעקן דעם רויען ארטיקל צו מזל.

נויטיגע ארטיקלען

איר ווילט באשרייבן פארשידענארטיגע ארטיקלען און איר ווייסט נישט מיט וואס אנצוהייבן? איר ווילט שרייבן עפעס אן צו האבן ספיקות איבער ענציקלאפעדישע חשיבות, עפעס וואס וועט זיכער אריבערגעפירט ווערן ווי נאר עס איז גרייט? דאן איז א גוטע געדאנק אנטייל צו נעמען אין איינע פון די געמיינזאמע פראיעקטן, צו ערזעצן און צושטעלן די וויכטיגסטע און מערסט-געפאדערטע ארטיקלען על טהרת המכלול.

פארשידענע אזעלכע פראיעקטן ווערן פלאנירט, אבער צוויי פון זיי זענען שוין אקטיוו און אין פולסטן שוואונג. אין ביידע פון זיי איז דער פראצעדור גענוי ווי ביים ערשטן סארט ארטיקל (וואס יעדער יחיד נעמט זיך אונטער לויט זיין באגער, און דארף גרונטליכע איבערזיכט איידער עס ווערט אריבערגעפירט דורך די באשטימטע מכלולאים), דער עיקר חילוק איז נאר אז דער שרייבער ווייסט שוין פון פאראויס אז מ'ווארט אויף דעם ארטיקל. די געשריבענע ארטיקלען וועלן אויך ענדערש קענען גערעכנט ווערן צום אבן הפינה ציל.

צענטראלע ארטיקלען

דער פראיעקט איז באזירט אויף א ליסטע פון ארטיקלען וועלכע זענען גענוג צענטראל, יעדער אין זיין געביט, און זענען אבער פארט גענוג לייכט און געשמאק צו שרייבן.

בית אב

דער פראיעקט איז באזירט אויף א ליסטע פון ארטיקלען וועלכע שטייען "העכער" אין קאטעגאריע אדער באגריף ווי עקזיסטירנדע ארטיקלען, און זענען אבער פארט גענוג לייכט און געשמאק צו שרייבן.

אקטועלע ארטיקלען

דער פראיעקט איז א באזירט אויף א ליסטע וואס ווערט אפדעיטעד יעדע שטיק צייט, און רעכנט אויס ארטיקלען וועלכע זענען וויכטיג און אקטועל אין די קומענדיגע תקופה, ווי אויך גרינג און געשמאק צו שרייבן אויף א פראפעסיאנאלן ניווא.

פאר די יעצטיגע ליסטע, זעט אונטן.

שנעלע ארטיקלען

א שיינע צאל ארטיקלען לויפן לויט א באשטימטע דפוס. דאס רעכנט אריין ארטיקלען איבער דאטומען, יארן, טעג פון דער וואך, נומערן, אותיות, און להבדיל בוכשטאבן. זיי שרייבן זיך געווענליך שנעלער, און מ'קען גרינג זען צי דער ארטיקל איז גרייט. (טייל פון זיי זענען שוין אריינגעשטעלט געווארן אין די אלף כסף ערזעצבאר קאטעגאריע. אויב איר ווילט ארבעטן אויף אזא ארטיקל, ביטע ווענדט זיך צו צמא לדעת פאר אנווייזונגען און רעסורסן, וואס וועט אייך קענען שפארן אסאך איבריגע צייט און ארבעט. (עס איז מעגליך אז א גרויסע טייל פון זיי וועלן בעתיד קענען געשריבן ווערן סעמי-אויטאמאטיש).

ביי די סארט ארטיקלען דארף מען נישט ווארטן אויף די געקליבענע אריבערפירער, נאר סיי ווער עס זעט אז עס איז גרייט, און עס פארמאגט אלע נוצליכע אינפארמאציע (אזוי גוט אדער בעסער אראפגעשריבן) ווי דער ארטיקל פון וויקיפעדיע וואס עס קומט ערזעצן, קען עס אריבערפירן און אויסמעקן דעם רויען ארטיקל.

וואס נאך?

איר זוכט עפעס אנדערש צו שרייבן, און ביז אהער האט אייך גארנישט באפרידיגט? נישט געזארגט!

איצטיגע ליסטע

VisualEditor - Icon - Bullet-list-rtl.svg ליסטעס

Writing by Luis Prado from the Noun Project.png

שרייבן פראיעקט


פאלגנד איז א געקליבענע אויסוואל פון פאסיגע געדאנקען און פארשלאגן וואס איר קענט שרייבן אין די קומענדיגע תקופה. די ארטיקלען זענען געווארן אויסגעקליבן צוליב זייער וויכטיגקייט און אקטועלקייט, און אויך זייענדיג גרינג און געשמאק צו שרייבן אויף א פראפעסיאנאלן ניווא. אויב איר ווילט נעמען אויף זיך אן ארטיקל, צייכנט עס אן דערביי און שרייבט אייך אונטער.

פרישע ארטיקלען צו שרייבן

רוי בלעטער צו פארבעסערן

בלעטער אויף וויכטיגע טעמעס, וועלכע וועלן אבער כרגע נעמען צו לאנג צו שרייבן און אריבערפירן, און דארפן לכה"פ ווערן פארבעסערט זייענדיג אין רוי.

"פארבעסערט" טייטשט אפגעקאכט כמאכל בן דרוסאי, לויט ווי ערקלערט אין דער טשעקליסט.

דרעפטס צו ענדיגן

דרעפטס וועלכע זענען שוין געשריבן געווארן דורך די חשוב'ע חברים, וועלכע זענען נאכנישט אריבערגעפירט געווארן צוליב פארשידענע סיבות, און וועלכע זענען גענוג גרייט, וויכטיג אדער אקטועל אז מיר זאלן זיך אויף זיי פארלייגן אין די קומענדיגע תקופה.

"ענדיגן" טייטשט ברענגען אינגאנצן לידי גמר, גרייט אריבערצופירן, לויט ווי ערקלערט אין דער טשעקליסט.