אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי שמעון ישראל פאזען"
ק (החלפת טקסט – "[[שמשון רפאל הירש" ב־"[[רבי שמשון רפאל הירש") |
ק (החלפת טקסט – "סקווערער" ב־"סקווירער") |
||
שורה 13: | שורה 13: | ||
נאכן [[חורבן אייראפע|קריג]] האט ער קודם אויפגעשטעלט א ישיבה אין דער אומגעגנט פון [[בודאפעשט]], און שפעטער ווען ער איז ארויסגעקומען קיין [[אמעריקע]] האט ער זיך באזעצט אין [[וויליאמסבורג]] און ער איז געווען דער [[ראש ישיבה]] פון דער סאטמארער ישיבה גדולה, וואו ער האט אויפגעשטעלט תלמידים. | נאכן [[חורבן אייראפע|קריג]] האט ער קודם אויפגעשטעלט א ישיבה אין דער אומגעגנט פון [[בודאפעשט]], און שפעטער ווען ער איז ארויסגעקומען קיין [[אמעריקע]] האט ער זיך באזעצט אין [[וויליאמסבורג]] און ער איז געווען דער [[ראש ישיבה]] פון דער סאטמארער ישיבה גדולה, וואו ער האט אויפגעשטעלט תלמידים. | ||
ער איז געווען א חסיד פונעם אלטן [[סקווירא (חסידות)| | ער איז געווען א חסיד פונעם אלטן [[סקווירא (חסידות)|סקווירער]] רבי'ן, און האט באגערט צו ליגן אינעם [[שיכון סקווירא|סקווירער שטעטל]], ווי זיין זון הרה"ח ר' אליעזר פאזען - פון די נאמני ביתו פונעם סקווירער הויף, האט אויסגעפירט זיין [[צוואה]], ווען ער איז נפטר געווארן אין דער נאכט פון [[שביעי של פסח]], וואס מען האט צוגעווארט אז אויף צומארגנס ביינאכט כדי עס זאל שוין זיין יו"ט שני - דאן האט אים זיין אויבנדערמאנטער זון געלאזט ברענגען קיין [[שיכון סקווירא]], און דארט ליגט ער. | ||
== זיינע כתבים און ספרים == | == זיינע כתבים און ספרים == | ||
שורה 32: | שורה 32: | ||
[[קאַטעגאָריע:רבני אונגארן]] | [[קאַטעגאָריע:רבני אונגארן]] | ||
[[קאטעגאריע: | [[קאטעגאריע:סקווירער חסידים]] | ||
[[קאַטעגאָריע:ראשי ישיבות אין אמעריקע]] | [[קאַטעגאָריע:ראשי ישיבות אין אמעריקע]] | ||
[[קאַטעגאָריע:וויליאמסבורגער רבנים]] | [[קאַטעגאָריע:וויליאמסבורגער רבנים]] |
רעוויזיע פון 01:00, 18 פעברואר 2024
רבי שמעון ישראל פאזען (ט"ז תמוז ה'תרנ"ד - כ"א ניסן ה'תשכ"ט) איז געווען דער שאפראנער רב זכרונו לברכה.
זיין טאטע איז געווען הרב גרשון פאזען, א דיין אין פראנקפורט דמיין פאר כמעט פופציג יאר. זיין טאטע איז געווען א תלמיד פון הרב רבי שמשון רפאל הירש און האט דערפאר אויפגעצויגן זיינע קינדער אויפן מהלך פון "תורה עם דרך ארץ". פון 1909 ביז 1912 האט ר' שמעון ישראל געלערנט אין וואהלער-ריעל גימנאזיום (היינט וואהלער שולע) אין פראנקפורט. דערנאך איז ער גאגאנגען לערנען צו הרב דאקטאר שלמה ברויער'ס ישיבה, און אין 1914 איז ער געגאנגען שטודירן אין פראנקפורט אוניווערסיטעט. אין 1915 איז ער גענומען געווארן צו דינען אין די דייטשע מיליטער אלץ הוססער, וויבאלד עס איז דאן געווען די ערשטע וועלט קריג.
אין 1920 איז ער באפרייט געווארן פון מיליטער, און איז צוריקגעגאנגען שטודירן אין פראנקפורט אוניווערסיטעט. שפעטער יענעם יאר איז ער געפארן קיין גיעססען ווי ער האט באקומען זיין דאקטאראט אין פילאזאפיע אונטער דער הדרכה פון פראפעסאר אגוסט מעססער. דער טיטל פון זיין דאקטאראט איז "איבער וויסענשאפטליכע ווארהייט".
זיין שווער איז געווען ר' פנחס הכהן רובין ע"ה פון איהעל. ר' שמעון ישראל איז אנגעקומען קיין אוקראינע ביי דער ערשטער וועלט קריג אלס הוססער פאר די דייטשע מיליטער. דארט האט ער זיך צום ערשט באגעגנט מיט חסידות און ער האט געמאכט דעם באשלוס צו ווערן א חסיד. ער האט דעמאלטס אפילו נאך עספיעט צו זען ר' דוד'ל טווערסקי פון סקווירא.
ער איז געווען א יונגער תלמיד פונעם מנחת אלעזר פון מונקאטש, וואו ער איז אויפגעהאדעוועט געווארן אויפן דרך פון קנאות, און דערפאר האט ער שטארק נוטה געווען צום סאטמארער רב זצ"ל, זייענדיג גענויגט צו זיין שיטה.
נאכן קריג האט ער קודם אויפגעשטעלט א ישיבה אין דער אומגעגנט פון בודאפעשט, און שפעטער ווען ער איז ארויסגעקומען קיין אמעריקע האט ער זיך באזעצט אין וויליאמסבורג און ער איז געווען דער ראש ישיבה פון דער סאטמארער ישיבה גדולה, וואו ער האט אויפגעשטעלט תלמידים.
ער איז געווען א חסיד פונעם אלטן סקווירער רבי'ן, און האט באגערט צו ליגן אינעם סקווירער שטעטל, ווי זיין זון הרה"ח ר' אליעזר פאזען - פון די נאמני ביתו פונעם סקווירער הויף, האט אויסגעפירט זיין צוואה, ווען ער איז נפטר געווארן אין דער נאכט פון שביעי של פסח, וואס מען האט צוגעווארט אז אויף צומארגנס ביינאכט כדי עס זאל שוין זיין יו"ט שני - דאן האט אים זיין אויבנדערמאנטער זון געלאזט ברענגען קיין שיכון סקווירא, און דארט ליגט ער.
זיינע כתבים און ספרים
תורת א'(אלף) עה"ת ומכתבים
זיינע קינדער
- פנחס יודא פאזען
- מרת שרה פאללאק וואדקערטער רביצין
- אליעזר פאזען
- חיים אלעזר פאזען
- מרים, ווייב פון זיין ממלא מקום, רבי צבי הירש מייזליש
דרויסנדע לינקס
- אשכול אין אידישע וועלט פארום אויף רבי שמעון ישראל פאזען
- רבי שמעון ישראל'ס ביאגראפיע אין די יונגע יארן באזירט אויף זיין דאקטאראט
- די משפחה http://www.yiddishtech.com/Profile/24223
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!