אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אבלי ציון"
(להשלים, מכלוליזאציע, קאטעגאריעס) צייכן: רויע רעדאגירונג |
ק (טעות סופר) |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע|סעקטעס וועלכע האבן שטענדיג געטרויערט נאכן חורבן בית המקדש}} | {{דעסקריפציע|סעקטעס וועלכע האבן שטענדיג געטרויערט נאכן חורבן בית המקדש}} | ||
{{להשלים|היינטיגע קאנצעזוס איבער שייכות צו קראים. אויך: | {{להשלים|היינטיגע קאנצעזוס איבער שייכות צו קראים. אויך: לעבנסשטייגער, באציאונג צו רבניים ולהבדיל איסלאם, ענדע|נושא=אידישקייט|נושא2=היסטאריע|כל הערך=יא}} | ||
'''אבלי ציון''' ("די וואס טרויערן נאך ציון") איז א אידישע סעקטע וואס האט עקזיסטירט אין די אלטע צייטן אין [[ירושלים]], פון מענטשן וואס טרויערן אויפן [[חורבן]] פון ציון. זיי זענען געווען שטענדיג אין טרויער, און האבן [[מתפלל]] געווען אז עס זאל קומען די [[גאולה]]. | '''אבלי ציון''' ("די וואס טרויערן נאך ציון") איז א אידישע סעקטע וואס האט עקזיסטירט אין די אלטע צייטן אין [[ירושלים]], פון מענטשן וואס טרויערן אויפן [[חורבן]] פון ציון. זיי זענען געווען שטענדיג אין טרויער, און האבן [[מתפלל]] געווען אז עס זאל קומען די [[גאולה]]. | ||
רעוויזיע פון 07:53, 8 פעברואר 2024
יש להשלים ערך זה: בערך זה חסר תוכן מהותי. היינטיגע קאנצעזוס איבער שייכות צו קראים. אויך: לעבנסשטייגער, באציאונג צו רבניים ולהבדיל איסלאם, ענדע.
| ||
יש להשלים ערך זה: בערך זה חסר תוכן מהותי. היינטיגע קאנצעזוס איבער שייכות צו קראים. אויך: לעבנסשטייגער, באציאונג צו רבניים ולהבדיל איסלאם, ענדע. | |
עריכה |
אבלי ציון ("די וואס טרויערן נאך ציון") איז א אידישע סעקטע וואס האט עקזיסטירט אין די אלטע צייטן אין ירושלים, פון מענטשן וואס טרויערן אויפן חורבן פון ציון. זיי זענען געווען שטענדיג אין טרויער, און האבן מתפלל געווען אז עס זאל קומען די גאולה.
היסטאריע
עס איז שווער צו זאגן ווען די דאזיגע סעקטע איז אנטשטאנען. שוין אין דער גמרא[1] ווערט דערציילט, אז באלד נאך וואס דאס בית המקדש איז חרוב געווארן האבן זיך געפונען אידן וואס האבן, אלס צייכן פון טרויער, אויפגעהערט צו טרינקען וויין און עסן פלייש, אבער דער תנא רבי יהושע בן חנניה האט זיי דערקלערט אז אזוי ווייט טרויערן דארף מען נישט, ווייל דאס איז א זאך "שאין רוב הציבור יכולין לעמוד בה". כאטש דארט ווערט נישט דערמאנט דער נאמען "אבלי ציון", איז אבער זיכער אז אין די צייטן פון דער גמרא זענען שוין געווען די אבלי ציון, און עס איז פארהאן א מיינונג אז די "טרויערנדע אויף ציון" האבן זיך באשעפטיגט מיט דער געהיימער קבלה לערע שוין אין יענע צייטן[מקור פארלאנגט].
אין דער פסיקתא רבתי, וועמענ'ס מחבר האט געלעבט א סך שפעטער (אין דער ערשטער העלפט פון 9טן יארהונדערט), ווערט געזאגט וועגן די אבלי ציון אז טאג טעגליך בעטן זיי אויף דער גאולה.
עס ווייזט אויס אז די אבלי ציון, וואס זענען געזעסן אין ירושלים, האבן געלעבט אין גרויס נויט, און זיי פלעגן באקומען נדבות פון די אידן אין אנדערע לענדער. אין "מגילת אחימעץ" ווערט דערציילט, אז אין 10טן יארהונדערט האט מען ביי די עליות אין שול מנדב געווען נדבות פאר די "אבלי ההיכל", דאס הייסט, די וואס טרויערן אויפן בית המקדש. פון יענע צייטן שטאמט דאס וואס אין דער תפילה אין שמונה עשרה וואס מען זאגט היינט יעדן תשעה באב, "נחם", ווערן דערמאנט די אבלי ציון און אבלי ירושלים.
אין די שפעטערדיגע צייטן געפינען מיר, אז עס זענען געווען אבלי ציון נישט נאר אין ירושלים, נאר אויך אין אנדערע לענדער. אזוי דערציילט דער בארימטער רייזנדער רבי בנימין פון טאדעלא (אין דער צווייטער העלפט פון 12טן יארהונדערט) אין זיין ספר "מסעות", אז אין דייטשלאנד זענען געווען אידן וואס האבן געטרויערט אויפן חורבן ירושלים, זיי האבן געטראגן שווארצע קליידער אלס צייכן פון טרויער. וועגן די אידן פון תימן שרייבט דער זעלבער רבי בנימין, אז עס זענען פארהאן צווישן זיי "פרושי הדור, הם אבלי ציון ואבלי ירושלים" ("די אפגעשיידטע, וואס טרויערן אויף ציון און ירושלים"), וואס עסן נישט קיין פלייש און טרינקען נישט קיין וויין, טראגן שווארצע קליידער, און פאסטן שטענדיג, חוץ שבת און יום טוב, און זענען מתפלל אז גאט זאל אויסלייזן די אידן.
ביי די קראים
די דאזיגע בענקשאפט נאך ארץ-ישראל, און דער טרויער נאכ'ן חורבן, האט אויך ארומגענומען די אידישע סעקטע פון קראים, וואס האבן אנערקענט נאר די תורה שבכתב און נישט דעם תלמוד. פון די דאזיגע קראים האבן זיך אסאך באזעצט אין ירושלים אין 9טן יארהונדערט, און האבן זיך א נאמען געגעבן "אבלי ציון", זיי האבן נישט געגעסן קיין פלייש און נישט געטרונקען קיין וויין, נישט געפרייט זיך מיט קיין שמחה, נאר שטענדיג ארומגעגאנגען אין טרויער.
די געלערנטע יאסט און צונץ האבן געמיינט, אז די "אבלי ציון" איז געווען א ריין קראים'שע סעקטע, אבער די שפעטערדיגע געלערנטע האבן באוויזן, אז די דאזיגע מיינונג איז נישט קיין ריכטיגע[מקור פארלאנגט].
צו ליינען מער
- Yoram Erder, "The Mourners of Zion" in Meira Polliack (ed.) ,Karaite Judaism, Brill, 2003
- נתן שור, תולדות הקראים, מוסד ביאליק, תשס"ג
- יורם ארדר, אבלי ציון הקראים ומגילות קומראן - לתולדות חלופה ליהדות הרבנית, ספריית הילל בן חיים, הוצאת הקיבוץ המאוחד, תשס"ד.
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!