אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי בן-ציון הורוויץ"
ק (החלפת טקסט – "[[מאיר הורוויץ" ב־"[[רבי מאיר הורוויץ") |
(וויקיפּעדיע אנטיק) |
||
(איין מיטלסטע ווערסיע פון איין אנדער באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 26: | שורה 26: | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי| | [[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|01]] | ||
[[קאַטעגאָריע:וויקיפּעדיע אנטיק]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 11:01, 14 יאנואר 2024
רבי בן-ציון הורוויץ זצ"ל (ה'תרכ"ה - ה'ת"ש), רב אין מיידאן.
אפשטאם
רבי בן-ציון איז געבוירן אין יאר ה'תרכ"ה, צו זיין פאטער הרב טוביה הורוויץ, רב אין מיידאן, א זון פון הרב רבי מאיר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, דער אמרי נועם, א זון פון הרב רבי אליעזר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון הרב רבי נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב.
רבנות
רבי בן-ציון איז געבוירן אין יאר ה'תרכ"ה, ער איז יונגערהייט געווארן א יתום פון זיין מוטער, און איז אויפגעצויגן געווארן ביי זיין פעטער רבי יהושע'לי. רבי בן-ציון איז געווען פון די ארגאניזירערס פון די אסיפת הרבנים (רבנישע צוזאמענקומפט) אין קראקא אין יאר ה'תרס"ג. ביי די ערשטע וועלט קריג איז רבי בן-ציון אנטלאפען קיין וויען. נאך די פטירה פון פאטער, איז רבי בן-ציון געווארן רב אין מיידאן, אלס ממלא מקום פון פאטער.
הסתלקות
רבי בן-ציון איז אומגעקומען אין ריישא אין יאר ה'ת"ש, הי"ד.
פאמיליע
רבי בן-ציון האט געהייראט מרת גאלדא לאה די טאכטער פון הרב פנחס ראבינאוויץ פון קינצק, א זון פון הרב צמח ראבינאוויץ פון שידלאווצא, א זון פון הרב נתן דוד ראבינאוויטש פון שידלאווצא. זיינע קינדער:
- מרת דבורה פערל, די ווייב פון הרב יהודה יהושע שפירא, א זון פון הרב מרדכי שפירא רב אין בערטש, הי"ד.
- הרב טוביה הורוויץ (דער צווייטער) (ה'תרנ"ג - י' שבט ה'תש"ג), רב אין סאניק.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!