אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אב הרחמים"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע. החלפות (וואו, וו, אידן), צוגעלייגט דעסקריפציע, צוגעלייגט אינטערשפראך לינק, אויסשטעל, פארברייטערט, להשלים)
צייכן: רויע רעדאגירונג
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 00:51, 7 יאנואר 2024

אב הרחמים (אידיש: "דער פאָטער פון דערבארעמונג") איז א תפילה וואס ווערט געזאָגט אום שבת נאך קריאת התורה אין די אשכנז'ישע קהילות. צו דער תפילה איז פאראן א ספּעציעלע מעלאָדיע.

די תפילה דערמאנט די נשמות פון די אידן וואָס זענען אומגעברענגט געוואָרן אויף קידוש השם, און בעט אז השי"ת זאל זיך נוקם זיין פאר זייער פארגאסן בלוט.

היסטאריע

ווען די תפילה איז פארפאסט געוואָרן, און ווער איר מחבר איז, איז נישט באקאנט. דאָס ערשטע מאָל געפינט מען די תפילה אין א מחזור אין כתב יד פון יאָר 1270. מען גלויבט, אז זי איז פארפאסט געוואָרן אין דייטשלאנד נאָך די שחיטות פון יאָר תתנ"ו (1096) אין די צייטן פון די קרייצציגלער.

צייטן ווען עס ווערט געזאגט

אב הרחמים ווערט אויך געזאָגט אין די ימים טובים ווען מען איז מזכיר נשמות.