מייבאים כמותיים, בדוקי עריכות אוטומטית, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, מנטרים, מייבאים, מעדכנים, אספקלריה רעדאקטארן
3,951
רעדאגירונגען
(←מקורות: פארברייטערט) |
(רעדאגירונג) |
||
| שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דרעפט}} | {{דרעפט}} | ||
<!-- הייבט אן רעדאגירן אונטער די שורה --> | <!-- הייבט אן רעדאגירן אונטער די שורה --> | ||
אינעם אידישן לוח, איז א '''מולד''' (אדער '''מולד הלבנה''') אן אסטראנאמישע געשעעניש וואס דיקטירט ווען ראש השנה וועט געפאלן. עס איז דעפינירט ווי דער רגע ווען די ליכטיגקייט פון דער [[לבנה]] ווערט באנייט אנהייב פון א [[חודש]]. צווישן איין מולד צום צווייטן איז דא 29 טעג, 12:44 שעה, און 793 חלקים; באקאנט אלץ '''כ"ט י"ב תשצ"ג'''. אין פיל קהילות איז איינגעפירט אויסצורופן די מולד בשעת [[ברכת החודש]] יעדן חודש. | |||
דער ערשטער מולד פון ווען אלע מולדות ווערן גערעכנט איז דער מולד פון תשרי שנת א' ליצירה וואס איז געווען מאנטאג נאך 5 שעה און 204 חלקים, באקאנט אלץ '''מולד בהר"ד'''. מולד בהר"ד איז נישט פאקטיש געווען דער ערשטער מולד, נאר איז בלויז א היפאטעטישער מולד וואס מען האט אויסגערעכנט פאר'ן צוועק פונעם חשבון. דער פאקטישער ערשטער מולד איז לויט [[רבי אליעזר]] אז ב[[תשרי]] נברא העולם געווען דער פון תשרי שנת ב', וואס איז געפאלן פרייטאג נאך 14 שעה, באקאנט אלץ '''וי"ד'''; און לויט [[רבי יהושע]] אז ב[[ניסן]] נברא העולם איז עס געווען דער פון ניסן שנת א' וואס איז געפאלן מיטוואך נאך 9 שעה און 642 חלקים, באקאנט אלץ '''ד"ט תרמ"ב'''. | |||
דאס פלאץ וואו די מולדות רעכענען זיך איז א מחלוקת ראשונים, ווען דער אנגענומענסטער מהלך איז אז זיי רעכענען זיך לויט [[ירושלים]]. אזוי אויך איז ברייט אנגענומען אז די זייגער פון די מולדות איז דער אמת'ער ארץ־ישראל'דיגע זייגער, וואס איז מיט 21 מינוט גערוקט פון די היינטיגער זייגער דארט, און אז די שעות הייבן זיך אן פון 6:00 אוונט. | |||
די חשבונות פונעם מולד לויט חז"ל זענען גאר פינקטליכע, און זענען גאר נאנט צו וואס מאדערנע אסטראנאמען זאגן. די חשבונות זענען אויך געווען אנגענומען ביי אנדערע פעלקער אינעם אלטערטום, וואס האבן געהאלטן אז די לענג פון א חודש איז גאר נאנט צו, אדער גענוי ווי, דאס וואס חז"ל זאגן. | |||
==באדייט== | ==באדייט== | ||
דער מולד הלבנה איז דער רגע ווען די [[לבנה]] ווערט דערפרישט אנהייב פון א [[חודש]]. די ליכטיגקייט פון דער לבנה ווערט גרעסער און גרעסער דורכאויסן חודש ביזן מיטן פונעם חודש; דאן הייבט עס אן ווערן קלענער אין קלענער ביז סוף חודש, ווען עס ווערט אינגאנצן טונקל. דאן, ביים מולד, ווערט עס באנייט, און א נייער חודש הייבט זיך אן. | דער מולד הלבנה איז דער רגע ווען די [[לבנה]] ווערט דערפרישט אנהייב פון א [[חודש]]. די ליכטיגקייט פון דער לבנה ווערט גרעסער און גרעסער דורכאויסן חודש ביזן מיטן פונעם חודש; דאן הייבט עס אן ווערן קלענער אין קלענער ביז סוף חודש, ווען עס ווערט אינגאנצן טונקל. דאן, ביים מולד, ווערט עס באנייט, און א נייער חודש הייבט זיך אן. | ||
רעדאגירונגען