אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יעקב יצחק הורוויץ"
ק (החלפת טקסט – "[[שמואל ענגיל" ב־"[[רבי שמואל ענגיל") |
ק (החלפת טקסט – "[[אברהם שמחה הורוויץ" ב־"[[רבי אברהם שמחה הורוויץ") |
||
שורה 4: | שורה 4: | ||
==אפשטאם== | ==אפשטאם== | ||
'''רבי איטשעלע''' איז געבוירן אין יאר [[ה'תרכ"ד]], אלס עלצטער זון צו זיין פאטער הרב [[אברהם שמחה הורוויץ]], רב אין בארניוו, א זון פון הרב [[רבי ישראל הורוויץ (בארניוו)|ישראל הורוויץ]], רב אין בארניוו, א זון פון הרב [[רבי אליעזר הורוויץ]], רב אין [[דזשיקאוו]], באקאנט אלס ''רבי אליעזר'ל דזשיקאווער'', א זון פון הרב [[רבי נפתלי צבי הורוויץ]], ''דער ראפשיצער רב''. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב '''מרדכי צבי הירש וויינבערגער''' פון [[דוקלא]]. | '''רבי איטשעלע''' איז געבוירן אין יאר [[ה'תרכ"ד]], אלס עלצטער זון צו זיין פאטער הרב [[רבי אברהם שמחה הורוויץ]], רב אין בארניוו, א זון פון הרב [[רבי ישראל הורוויץ (בארניוו)|ישראל הורוויץ]], רב אין בארניוו, א זון פון הרב [[רבי אליעזר הורוויץ]], רב אין [[דזשיקאוו]], באקאנט אלס ''רבי אליעזר'ל דזשיקאווער'', א זון פון הרב [[רבי נפתלי צבי הורוויץ]], ''דער ראפשיצער רב''. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב '''מרדכי צבי הירש וויינבערגער''' פון [[דוקלא]]. | ||
==רבנות== | ==רבנות== |
רעוויזיע פון 20:31, 18 דעצעמבער 2023
רבי יעקב יצחק הורוויץ זצ"ל (ה'תרכ"ד - כ"א ניסן ה'תרצ"ד), רב אין בארניוו, רבי איטשעלע בארניווער.
אפשטאם
רבי איטשעלע איז געבוירן אין יאר ה'תרכ"ד, אלס עלצטער זון צו זיין פאטער הרב רבי אברהם שמחה הורוויץ, רב אין בארניוו, א זון פון הרב ישראל הורוויץ, רב אין בארניוו, א זון פון הרב רבי אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב רבי נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב מרדכי צבי הירש וויינבערגער פון דוקלא.
רבנות
רבי איטשעלע האט געהאט היתר הוראה פון הרב דוב בעריש ראפאפארט רב אין ראווא און פון הרב רבי שמואל ענגיל רב אין ראדאמישל. פון יאר ה'תר"ן איז ער געווען דיין אין בארניוו, אין יאר ה'תרס"ט ווען זיין פאטער איז ארויף געפארן קיין ארץ ישראל האט זיך אויסגעבראכן א קריגעריי אויף דעם רבנות, צווישן רבי איטשעלע און זיין יונגערן ברודער רבי אלטער אליעזר, צום סוף האבן זיי זיך פארגלאכט און רבי איטשעלע האט באצאלט פאר'ן ברודער זיבן קראנען א מאנאט ער זאל זיך ציען קיין ריגליץ. אין זיינע לעצטע יארן האט רבי איטשעלע אנגעטרויטן דאס בארניווער רבנות פאר זיין זון רבי אביגדור, און ער איז געווארן רב אין זאוויכוואסט.
הסתלקות
רבי איטשעלע איז נפטר געווארן אין זאוויכוואסט שביעי של פסח כ"א ניסן אין יאר ה'תרצ"ד (אומגעפער).
פאמיליע
רבי איטשעלע האט געהייראט בזיווג ראשון מרת חנה א טאכטער פון זיין עלטער-פעטער הרב ראובן הורוויץ, רב אין דעמביץ, א זון פון רבי אליעזר'ל דזשיקאווער. זייערע קינדער:
- הרב אביגדור הורוויץ (ה'תר"ן (אומגעפער) - ה'תש"ב), ממלא מקום פון פאטער, רב אין בארניוו.
- מרת יוכבד די ווייב פון הרב ראובן הורוויץ הי"ד, פון אלפין און אולינוב, א זון פון הרב מרדכי דוד הורוויץ, פון אלפין און אוליאנאוו.
בזיווג שני האט רבי איטשעלע געהייראט מרת מירל א טאכטער פון זיין פעטער הרב צבי הירש הורוויץ, רב אין ראזוואדאוו. זי איז נפטר געווארן אין ראזוואדאוו אין עלטער פון זיבעציג יאר כ"ו ניסן ה'תרצ"ז, אן קינדער.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- ספר יזכור - בארניוו
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!