אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מולד"

9,455 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 1 יאָר
←‏מקורות: פארברייטערט
(←‏מקורות: פארברייטערט)
שורה 69: שורה 69:


אין אסאך קהילות איז איינגעפירט איבערצוטייטשן דעם מולד צו דער היינטיגער זייגער, און אזוי איז עס שוין אין לוחות פון די ת"ר יארן{{הערה|ווי אין: {{אוצר החכמה|רבי צבי הירש אלבינגער|תפארת צבי|12829|ורשה, תר"כ}} און אין די לוח המולדות אין {{אוצר החכמה||סדור תפלה ישרה|106212|ראדוויל, תק"פ|עמוד=118|כרך=נוסח ספרד}}.}}. אין ארץ ישראל זענען דא וואס פירן זיך אראפ צו רעכענען 21 מינוט פונעם חשבון עס נענטער צוברענגן צום אמת'ע ארץ ישראל'דיגע זייגער{{הערה|שם=שטרנבוך}}, און אין די קלויזנבורגער בתי מדרשים אין ניו יארק זאל מען צולייגן זיבן שעה עס צוצופאסן צום אמעריקאנעם זייגער, אין איינגלאנג מיטן פסק פון רבי יוסף אליהו הענקין{{הערה|{{אוצר החכמה|רבי יוסף אליהו הנקין|גבורות אליהו|180914|ניו יורק, תשע"ג, זייט ריא|עמוד=268}}.}} לגבי סוף זמן קידוש לבנה{{הערה|[[#לנגר|לעווינגער]], זייט קנג}}.
אין אסאך קהילות איז איינגעפירט איבערצוטייטשן דעם מולד צו דער היינטיגער זייגער, און אזוי איז עס שוין אין לוחות פון די ת"ר יארן{{הערה|ווי אין: {{אוצר החכמה|רבי צבי הירש אלבינגער|תפארת צבי|12829|ורשה, תר"כ}} און אין די לוח המולדות אין {{אוצר החכמה||סדור תפלה ישרה|106212|ראדוויל, תק"פ|עמוד=118|כרך=נוסח ספרד}}.}}. אין ארץ ישראל זענען דא וואס פירן זיך אראפ צו רעכענען 21 מינוט פונעם חשבון עס נענטער צוברענגן צום אמת'ע ארץ ישראל'דיגע זייגער{{הערה|שם=שטרנבוך}}, און אין די קלויזנבורגער בתי מדרשים אין ניו יארק זאל מען צולייגן זיבן שעה עס צוצופאסן צום אמעריקאנעם זייגער, אין איינגלאנג מיטן פסק פון רבי יוסף אליהו הענקין{{הערה|{{אוצר החכמה|רבי יוסף אליהו הנקין|גבורות אליהו|180914|ניו יורק, תשע"ג, זייט ריא|עמוד=268}}.}} לגבי סוף זמן קידוש לבנה{{הערה|[[#לנגר|לעווינגער]], זייט קנג}}.
==מקור און פונטליכקייט==
דער "מולד האמצעי" לויט חז"ל איז מיט א האלבע סעקונדע לענגער ווי וואס עס איז אנגענומען ביי מאדערנע אסטראנאמער. לויט חז"ל איז א חודש 29 טעג 12:44, מיט איין חלק – 3.333 סעקונדעס, און לויט די אסטראנאמער איז עס 29 טעג 12:44, מיט 2.876 סעונדס. דער מולד איז למעשה נאך מער פונקטליך, ווען מען נעמט אין באטראכט צוויי פאקטארן וואס האבן זיך געטוישט זייט 2500 יאר צוריק:
#דער חודש איז לענגער געווארן מיט די יארן, און מיט 2500 יאר צוריק איז עס געווען 29 טעג 12:44 מיט בלויז 2.408 סעקונדעס.
#דער [[מעת לעת]] איז לענגער געווארן מיט די יארן, און מיט 2500 יאר צוריק איז עס געווען מיט ארום 0.0408 סעקונדעס קורצער ווי עס איז היינט. אזוי, טוען די כ"ט י"ב תשצ"ג באטרעפן אין 21'סטע יארהונדערט סקעונדס (איינס פון 86,400 פון א מעת לעת ארום יאר 2000), בלויז 29 טעג 12:44 מיט 2.13 סקונדס.
אלזא, איז דער מולד לויט חז"ל מיט בלויז א פערטל סעקונדע קורצער ווי לויט די מאדערנע אסטראנאמער{{הערה|{{אוצר החכמה|אביגדור אמיתי|זמן המולד הממוצע ומקורותיו במשך הדורות|605596|תשע"ו}}.}}.
===מקור פון כ"ט י"ב תשצ"ג===
א מערהייט ראשונים שרייבן אז דער לענג פונעם חודש האבן די חכמים מקבל געווען הלכה למשה מסיני{{הערה|[[תשובות הרשב"א]], חלק ד סימן רנד; איין צד אין [[יסוד עולם]] מאמר שלישי פרק יב; [[רבינו בחיי]] שמות יב, ב.}}, אדער האבן זיי עס געוואוסט בנבואה. פון דער אנדערע זייט שרייבט דער רמב"ן איבער דעם חשבון פון דעם אידישן לוח אין אלגעמיין, אז עס איז נישט מקובל [[הלכה למשה מסיני]], נאר עס איז א תקנה פון [[הלל נשיאה]]{{הערה|[[רמב"ן]] ספר המצוות מצווה קנג}}. אפילו לויט דער [[רמב"ם]] וואס שרייבט אז דער ארטימישע אידישער לוח איז יא הלכה למשה מסיני{{הערה|{{רמב"ם|קידוש החודש|ה|ב}}.}}, שרייבט דער [[חזון איש]] אז די דעטאלן פונעם חשבון זענען נישט הלכה למשה מסיני, נאר בלויז דאס אז די חכמים האבן ראשות אוועקצושטעלן אזא סארט לוח{{הערה|[[חזון איש]], אורח חיים סימן קמ.}}.
[[רבי יצחק מקובריל]] שרייבט אז די לענג פון דער חודש האבן די [[בני יששכר]] דערגאנגען דורך זייערע פארש ארבעט. ער ברענגט דארט אויך א מדרש וואס שילדערט וויאזוי דאס איז צוגעגאנגען: זיי האבן געזען די נייע לבנה, און דערנאך געציילט 29 ביז צו קומענדיגן חודש, און 30 ביזן דריטן; זענען זיי געקומען צו אויספיר אז דער חודש איז 29.5 טעג לאנג. נאך ארום דריי יאר (36 חודשים) ווען די לבנה האט זיך פארזוימט אן איבריגן טאג, האבן זיי פארראכטן דעם נומער צו 29. טעג און צוויי דריטל פון א שעה (1/36 פון א טאג); און אזוי האבן זיי אויסגעבעסערט זייערע נומער ביזן צוקומען צו פונקטליכן כ"ט י"ב תשצ"ג{{הערה|[[הסמ"ק מצוריך]], מצווה קג}}.
===בי אנדערע פעלקער===
רבי אברהם בן חייא הנשיא און רבי יצחק הישראלי פארגלייכן דאס וואס אנדערע פעלקער האבן געוואוסט אנבאלאנגט די לענג פון די חודש, כדי ארויסצוברענגן די פונקטליכקייט פון די חשבון פון חז"ל.
רבי אברהם דערטאלירט די פארשידענע מיינונגען פון די אלגעמיינע פארשער, ווי צוערשט האבן די פרסיים און כשדיים געהאלטן פון א חודש פון 29.5 טעג מיט א 36'סטל טאג (720 חלקים), דערנאך האבן זיי עס פארבעסערט צו 29.5 מיט א 33'סטל טאג (786 חלקים וויניגער א משהו), און דערנאך צו 29.5 און 11 15'טלעך פון א שעה (792 חלקים), ביז היפארכוס און בטלמיוס האבן ענדגילטיג אויפגעוויזן אז דער ריכטיגסטע צייט-אפשניט וואס איז גאר נאנט 29.5 און 793 חלקים – דאס וואס חז"ל האבן מקבל געווען מסיני{{הערה|[[#ראבח|ראב"ח]], מאמר שני השער השני}}.
רבי יצחק שילדערט די חשבונות פון בטלמיוס, ווען ער האט צעטיילט 127,007 טעג און א שעה וואס זענען געווען צווישן צוויי ליקוי חמה'ס, אויף די 4267 חודשים וואס זענען געווען צווישן זיי, און ער איז אנקעקומען צו א צייט-אפשניט פון בערך א 13'טל חלק ווייניגער פון כ"ט י"ב תשצ"ג. ער פירט אויס די חכמים האבן מקבל געווען די לענג פון די חודש בנבואה, און די אלגעמיינע פארשער קענען נישט מיט פילע חשבונות אנקומען צו אזא פונקטליכקייט{{הערה|יסוד עולם, מאמר השני פרק יב}}.
דאס וואס די ראשונים געבן איבער אנבאלאנגט די מיינונג פון בטלמיוס שטאמט פון דער לאטיינישע איבערזעצונג פון בטלמיוס'נס אלמאגאסט, וואס איז אנדערש פונעם ארגענעלן. אינעם ארגענעלן איז געברענגט געווארן די צייט-אפשניט אלץ  29:31:50:8:20 טעג (אין סעקסאגעסימאלן), וואס איז גענוי ווי חז"ל, אבער שטימט נישט מיט די חשבון דעטאלירט דארט. ווידער אין די לאטיינישע איבערזעצונג איז עס פארראכטן געווארן צו 29:31:50:8:9:20, וואס שטימט יא מיטן חשבון{{הערה|שם=כללי|אביגדור אמיתי, איך טעות בספרה אחת שינתה תפיסה שלמה}}.
למעשה איז אנדעקט געווארן דורך ארכיאלאגיע אז א בבלי'שע אסטראנאמער מיטן נאמען קידינו, האט שוין געהאלטן איז די לענג פון די חודש איז גענוי ווי חז"ל זאגן, און אויך דער סעקסאגעסימאלן אויסדרוק שטאמט פון אים{{הערה| Otto E. Neugebauer: Astronomical Cuneiform Texts. London: 1956; Part I pp. 12,13 }}. ווי עס שיינט, האבן היפארכוס און בטלמיוס אנגעהאלטן זיין מיינוג, טראצדעם וואס לויט זייערע חשבונות איז עס מיט א משהו אנדערש. שטעלט זיך אויס אז אין די צייט פון חז"ל אין דער לענג פון די חודש געווען באקאנט פאר פילע פעלקער{{הערה|שם=כללי}}.
===די מקור פון בהר"ד===
לגבי דער מקור פון בהר"ד און די פארבינדעטע מולדות, שרייבט דער [[רלב"ח]]{{הערה|רבי לוי אבן חביב, '''שו"ת הרלב"ח''', סימן קמג. {{ציטוטון|שרבותינו ז"ל ידעו באמת הן מצד הנבואה הן מפי הקבלה, שרגע מולד חדש ניסן הא שהיה בעולם לדעת האומר כי בניסן נברא העולם חל בט' שעות תרמ"ב חלקים מליל ד' שמששת ימי בראשית}}}} אז די חכמים האבן דאס געוויסט בנבואה און מקבל געווען [[הלכה למשה מסיני]]. ענדליך שרייבט דער יסוד עולם, אז דאס ווייסן די חכמים על פי נבואה אדער דורך זייערע פארש ארבעט{{הערה|{{אוצר החכמה|רבי יצחק בן יוסף הישראלי|יסוד עולם|15690|ברלין, תר"ח, מאמר רביעי פרק ג|כרך=ב}}}}. מאדערנע פארשער פונעם אידישן לוח שפעקולירן אז מולד וי"ד איז געקייליכט פון וי"ד און נאך 446 חלקים{{הערה|שם=חיב}} (אדער וי"ג מיט נאך 626 חלקים{{הערה|{{אוצר החכמה|צבי הירש יפה|קורות חשבון העיבור|12749|ירושלים, תרצ"א, זייט קט|page=142}}. דער חילוק צווישן יפה און בורנשטיין קומט וויבאלד בורנשטיין רעכנט לויט בבל, און יפה לויט יורשלים}}) וואס מען באקומט לויט די טאבאלעך אין דעם [[אלמאגאסט]].
==מקורות==
==מקורות==
*{{אנקער|ראבח|{{היברובוקס|רבי אברהם בן חייא הנשיא|ספר העבור|21292|לאנדאן, תרי"א|page=1}}.}}
*{{אנקער|ראבח|{{היברובוקס|רבי אברהם בן חייא הנשיא|ספר העבור|21292|לאנדאן, תרי"א|page=1}}.}}