אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רויטער קרייץ"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ")
ק (קאארדינאט)
 
(11 מיטלסטע ווערסיעס פון 5 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
דער '''רויטער קרייץ''' ([[ענגליש]]: ''Red Cross'') איז אן אינטערנאציאנאלע נייטראלע ארגאניזאציע וועלכע איז געווידמעט צו העלפן פארוווּנדעטע אין א קריג און ארויסהעלפן די ציווילע מיט עסן און מעדיצין ווען עס פעלט זיך אויס. די הויפט ביוראס זיינען פלאצירט אין [[גענף]]- אין דער [[שווייץ]].
{{Coord|46.2275|6.13694444|display=title}}{{דעסקריפציע||ענגליש = international humanitarian movement|העב=קבוצת ארגונים העוסקים בסיוע הומניטרי, הכוללת את הצלב האדום, הסהר האדום ומגן דוד אדום|דייטש=internationale, humanitäre Bewegung|}}
דער '''רויטער קרייץ''' ([[ענגליש]]: ''Red Cross'') איז אן אינטערנאציאנאלע נייטראלע ארגאניזאציע וועלכע איז געווידמעט צו העלפן פארוואוּנדעטע אין א קריג און ארויסהעלפן די ציווילע מיט עסן און מעדיצין ווען עס פעלט זיך אויס. די הויפט ביוראס זענען פלאצירט אין [[גענף]]- אין דער [[שווייץ]].


די רויטע קרייץ איז היינט א פארנומענע ארגאניזאציע מיט טויזנטער וואלונטירן ארום די וועלט וועלכע העלפן ארויס די ארימע לענדער מיט עסן אין מעדיצין ווען עס פאסירן קאטאסטראפעס ווי פארפלייצונגן, ערדציטערנישן, עפידימיקס, און אנדערע פראבלעמען.
די רויטע קרייץ איז היינט א פארנומענע ארגאניזאציע מיט טויזנטער וואלונטירן ארום די וועלט וועלכע העלפן ארויס די ארימע לענדער מיט עסן אין מעדיצין ווען עס פאסירן קאטאסטראפעס ווי פארפלייצונגן, ערדציטערנישן, עפידימיקס, און אנדערע פראבלעמען.
שורה 23: שורה 24:


== אין ישראל ==
== אין ישראל ==
די ארגאניזאציע [[מגן דוד אדום]] אין [[ישראל]] איז מיטגליד אין דער רויטער־קרייץ, און באדינט אלס א לאקאלע ישראלישע קראנקהויז.
די ארגאניזאציע [[מגן דוד אדום]] אין [[מדינת ישראל]] איז מיטגליד אין דער רויטער־קרייץ, און באדינט אלס א לאקאלע מדינת ישראלישע קראנקהויז.


[[קאַטעגאָריע:אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציעס]]
[[קאַטעגאָריע:אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציעס]]
[[קאַטעגאָריע:געזונט]]
[[קאַטעגאָריע:געזונט]]
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]
[[קאַטעגאָריע:וויכטיגע ארטיקלען]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:הצלב האדום]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 09:06, 8 דעצעמבער 2023

דער רויטער קרייץ (ענגליש: Red Cross) איז אן אינטערנאציאנאלע נייטראלע ארגאניזאציע וועלכע איז געווידמעט צו העלפן פארוואוּנדעטע אין א קריג און ארויסהעלפן די ציווילע מיט עסן און מעדיצין ווען עס פעלט זיך אויס. די הויפט ביוראס זענען פלאצירט אין גענף- אין דער שווייץ.

די רויטע קרייץ איז היינט א פארנומענע ארגאניזאציע מיט טויזנטער וואלונטירן ארום די וועלט וועלכע העלפן ארויס די ארימע לענדער מיט עסן אין מעדיצין ווען עס פאסירן קאטאסטראפעס ווי פארפלייצונגן, ערדציטערנישן, עפידימיקס, און אנדערע פראבלעמען.

די רויטע קרייץ איז הויפטקווארטירט אין דזשעניווע, שווייץ, און פארמאגט אפטיילונגן אין 160 לענדער ארום די וועלט, אריינגערעכנט די אמעריקאנער רויטע קרייץ וועלכע איז באוואוסט אלס די מערסט אקטיווע אפטיילונג.

אינטערעסאנטע פאקטן

די רויטע קרייץ באזוכט א יאר ארום א האלב מיליאן ארעסטאנטן אין 1,900 טורמעס אין 80 לענדער ארום די וועלט זיכער צו מאכן אז זיי ווערן געהאלטן מיט יושר. די ארגאניזאציע טראגט און ברענגט ארום 1.3 מיליאן מעסעדזשעס פער יאר צווישן די ארעסטאנטן און זייערע פאמיליעס אדער אנדערע נאנטע. די ארגאניזאציע אראנזשירט ארום 55,000 באזוכונגן צו ארעסטאנטן דורך פאמיליע.

א דאנק די רויטע קרייץ טרעפן זיך ארום 2,500 מענטשן מיט זייערע פאמיליע מיטגלידער וועלכע זיי האבן שוין נישט געזען פאר יארן אדער קיינמאל. פון צענדליגער טויזנטער פארלוירענע וועלכע ווערן איינגעגעבן דורך זייערע פאמיליעס, טרעפט די רויטע קרייץ ארום 1,600 פון זיי פער יאר. ארום 6,000 מענטשן באקומען רייזע דאקומענטן מיט די הילף פון די רויטע קרייץ צו קענען אנקומען אהיים צו זייערע פאמיליעס.

די ארגאניזאציע שטעלט צו הילף פאר 67 שפיטעלער אין 18 ארימע לענדער ארום די וועלט. די ארגאניזאציע האט אפילו אייגענע דאקטוירים וועלכע בא'הנדל'ן ארום 30,000 פאציענטן פער יאר.

יעדעס יאר ברענגן זיי הילף צו טויזנטער פארוואונדעטע אין אלע קאנפליקטן ארום די וועלט. אין דעם פארגאנענעם יאר אליינס האט די ארגאניזאציע געגעבן הילף פאר נאנט צו 100,000 פארוואנדעטע אין 55 באזונדערע פראיעקטן אין 21 לענדער ארום די וועלט.

א דאנק די הילף פון די רויטע קרייץ געניסן איבער 100 מיליאן מענטשן ארום די וועלט פון פרישע וואסער און סאניטאציע סיסטעמען.

די ארגאניזאציע טיילט אויס א יאר א געשאצטע 132,000 טאנען עסן פעקלעך, 745,000 טאנען פון מעדיצין, 895,000 צודעקן (דאכענעס), 132,750 עסצייג סעטס, און שטעלן אויף 6,360 טענטס אין צענדליגער לענדער.

אלעס אינאיינעם פארמאגט די ארגאניזאציע נאנט צו 12,000 ארבייטער פון וועלכע ארום 10,000 געפנען זיך אויף מיסיעס ארום די וועלט. אין די הויפטקווארטירן ארבעטן 826 מענטשן.

די גאנצע אפעראציע קאסט אפ נאנט צו א ביליאן שווייצער פראנק (בערך 785 מיליאן יו-עס דאלאר).

אין ישראל

די ארגאניזאציע מגן דוד אדום אין מדינת ישראל איז מיטגליד אין דער רויטער־קרייץ, און באדינט אלס א לאקאלע מדינת ישראלישע קראנקהויז.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!